בלאט 1 פון 1

פריצייטיגע פטירה פון האברך ר' ישראל חיים אינדיג ע"ה

נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 5:37 pm
דורך דולה ומשקה
דעם פארגאנגענעם ערב שבועות איז נפטר געווארען היקר שבעירכין, עדין הנפש, ונשמה אצילה, ר' ישראל חיים אינדיק זכרונו לברכה, א יונגערמאן פון בערך 35 יאר.

דער אויסגעארבעטע נשמה, דער איידלקייט פון דעם יונגערמאן איז נישט אויף אונז אפצושאצען, א בעל דרך ארץ, איינער וואס האט קיינמאהל נישט געזוכט קיין קאנפראטאציע מיט קיינעם פונקט ווי ער האט נישט געזוכט קיין פורסם, אלעס ארום איהם איז געוועהן מיט א באשיידענקייט און מיט א שטארקע רעספעקט פאר א צווייטען.

די לעצטע פאר יאר איז ער געוועהן א שרעקליכע בעל יסורים, פלאגענדיק זיך ליידער פאר קיין שום איד מיט יענע מחלה, דער לעצטע צוויי וואכען איז ער געווען ר"ל צוגעבונדען צו א רעספערעיטאר.

די יסורים זענען געוועהן בנוסף וואס ער האט מיטגעמאכט געוואלדיגע רדיפות, עד כדי כך האבען יענע אנשי בני בליעל מיט א אכזריות געשלעפט אין קאורט, אין אפילו ווען ער (און זיי) האבען געוויסט אז זיינע טעג זענען געציילטע האט ער געהאט בלויז א בקשה מיט א ווייטאגליכע געוויין: "איך וויל זעהן מיינע קינדער..." אבער אפילו דאס האבען זיי מיט מיט א קאלטבלוטיגקייט נישט צוגעלאזט.

ביים לוי' וואס איז פארגעקומען אין 'שומר הדת' טשאפעל ביפאר א פארזאמלונג פון איבער דריי הונדערט באטייליגטע, ובתוכם איבער 40 חברים יוצאי ישיבת 'בית התלמיד', ווי דער נפטר האט געלערנט בימי בחרותו, ווי ער איז געוועהן גאר נאהנט און באליבט ביים ראש הישיבה מורו ורבו המובהק הגאון הגדול רבי שאול בראוס זצ"ל, אסאך פלעגט ער רעדן פון זיין ראש ישיבה פון וועמען ער האט אסאך קונה געוועהן הן בתורה והן במדות הדרכות טובות וישרות.

הארציג איז געוועהן ווען דער צווילינג ברודער פון בלויז 9 יאר אלט און נאך א זוהן פון בערך 5-6 יאר אלט זאגט דער 'קדיש' נאך זייער פאטער וואס זיי האבען אצינד פארלוירען. ליידער ליידער ווייסען זיי נאך נישט וואס זיין האבען פארלוירען, און אויב וועלן די עטליכע זיי ברעינוואשן וועלן זיי פאר נאך עטליכע יאר נישט וויסען, אבער צום סוף ערגעץ ווען וועלן זיי זיך אנטרעפן מיטן אמת.