קטלא קניא'ס רעדע ביים כינוס כלל ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

קטלא קניא'ס רעדע ביים כינוס כלל ישראל

הודעהדורך הערשל » מוצ"ש מאי 19, 2012 11:57 pm

באניצער אוואטאר
הערשל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 18, 2012 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מאי 20, 2012 12:10 am

ויקהלו כל העדה

בסוד סודות קען איך אייך דערציילן אַז מען האָט אונז מכבד געווען זאָגן אַפּאָר ווערטער לכּבוד דער מאורע. מיר גרייטן זיך שוין עטלעכע וואָכן און מאָרגן אי"ה וועלן מיר רעדן ברב עם הדרת מלך. פאַר די טמאים לנפש אדם וואָס מיינען אַז זיי מיינט מען נישט און זענען זיך פורש פונעם ציבור וועלן מיר דאָ איבערגעבן דער תוכן פון אונזערע קול ה' ברמה חוצב להבות אש.

************

מורי ורבותי, מיר זענען זיך דאָ היינט צאַמגעקומען אויף אור לערב ר"ח סיון כדי מקיים צו זיין הצלת הדורות לנו ולבננו עד עולם. די נשמות פון גאַנץ כּלל ישראל זענען דאָ עד סוף כּל הדורות. אויף הספדים אין צענדליקער יאַרן אַרום וועט מען דערמאַנען אַז דער נפטר איז געווען אויפן כּינוס. אוראייניקלעך אין הונדערט יאָר אַרום וועלן זאָגן אויף זייערע עלטע זיידע אַז ער איז דאָ געווען.

מורי ורבותי מיר זענען טאַקע דאָ. מיר זענען די אשר ישנו פּה לפני ה' אלקיכם.

פרעגט זיך די שאלה וואָס יעדער ייד וואָס איז היינט דאָ דאַרף זיך צו פרעגן: פאַרוואָס בין איך אַצינד דאָ? און אַיעדער ייד וואָס קען נישט דאָ זיין און לעכצט דאָ צו זיין דאַרף אויך פרעגן: פאַרוואָס וויל איך דאָרט זיין. וואָס איז מיין פליכט פון דאָ זיין?

מורי ורבותי כּל קהל עדת ישראל: מיר זענען דאָ פאַר איין איינצלע סבה און עס איז דאָ בלויז איין טעם אויף אייערע אָנוועזענהייט. קוקט אַרויף אַהער, שאו נא עיניכם, מיר זענען די סבה. ווייל מיר גדולי ישראל האָבן אייך באַפוילן צו קומען אַהער. ווייל דעת תורה האָט באַשלאָסן אַז יום א' במדבר וועט מען זיך צאַמקומען אין דעם מעכטיקן שפּילפעלד און איבערקערן אַ וועלט.

כּלל ישראל: שמים וארץ אתם עדי. בלויז פאַרדעם זענט איר דאָ. אויף צו ראַטעווען אייערע קינדער וועט נאָר אַ חסר דעה אַהער קומען. אויף צו זיין הייליק און אָפּגעהיטן זענען די אויבן־אָנניקעס וואָס זיצן דאָ צו מיין רעכטס און לינקס פאַרגלייצט מיט די אויגן די לעצטע מענטשן וואָס וועלן אייך אַרויס ציען פון די מ"ט שערי טומאה.

ווען די קוראי הדורות וועלן קומען באַשרייבן אונזערע דור וועלן זיי נישט שרייבן פון דער השחתה פון אונזערע פירערס, זיי וועלן נישט דערמאַנען די שאַרלאַטאַנען וואָס רופן זיך רביס און גדולים און זיי וועלן אפשר אפילו אויסלאָזן די צוויי אָדער דריי דורות פון ליידיגייערס פון דער פני פון אונזערע דור. זיי וועלן שרייבן פון דער טפּשות פון אונזערע עפּאָכע. זיי וועלן זיך פרעגן ווי קען דער עם חכם ונבון האָבן געווען אַזעלכע פערד אויפצונעמען אַזעלכע פירערס? ווי זענען אַזעלכע אומגעלימפּערטע שלאָמזלנים, שיין גערעדט, געוואָרן אונזערע אויבן־אָן? ווי קען זיי אַז אין אַ דור וואָס קיינער שטערט אונז נישט צו זיין יידן האָבן מיר געמאַכט דערפון אַזאַ תל?

די תשובה איז אָבער אַז נעכטן האָבן מיר געזאָגט אין דער הפטרה פון ירמיהו הנביא אך שקר נחלו אבותנו הבל ואין בם מועיל. ההמיר גוי אלהים והמה לא אלהים.

מורי ורבותי אחינו כל בית ישראל: קוקט אַהער אַרויף. אלה אלהיך ישראל און אויף די אָ געטער שרייט דער נביא ההמיר גוי אלהים והמה לא אלהים. קוקט אַהער, מיר האָבן זיי דאָ אַפירגעבראַכט איר זאָלט קענען צייגן ווי אַ שפחה על הים: אתם המיתם את עם ה’.

אויף דעם פעלד קומען געווענלעך שפּילערס צו שטויסן און וואַרפן באַלן. יעדער זייט האָט זיך זיין פאַרב און יעדער שפּילר זיין נומער. מורי ורבותי אייערע זייט איז בלויז שוואַרץ און איטלעך פון אייערע שפּילער דאַרף האָבן אַ נומער איינס און אַז נישט וואָלט ער נישט דאָ געווען. און זיי צו זען האָט איר געצאָלט אַ קאַרט בכסף מלא. אויף זייערע קליגשאַפט און דברי מוסר האָט איר אויפגעגעבן אייערע זונטיק. דאָ זענען זיי און כּזה ראה וקדש, בתמיה. המה לא אלהים? געטער זענען זיי נישט? קוים מענטשן זענען זיי.

זיי ווילן אייך אסרן טעכנאָלאָגיע און אויף דעם זענט איר דאָ. נישט אסרן נאָר פילטרן. זיי וועלן בורר זיין דער פּסולת מתוך האוכל און אייך פיטערן דאָס וואָס זיי זאָגן איז כּשר און מותר. זיי האָבן מורא פון דער נייער וועלט ממילא דאַרפן זיי עס באַקעמפן. זאָלן די גדולים זיך אויפמאַכן אַ טוויטער קאָנטע וועלן מיר זען סאַראַ דברי חכמה זיי האָבן צו פאַרקויפן. לאָזן זיי אוימאַכן אַ בלעטל אויף פייסבוק און מיר וועלן מיר זען דער קאַליבער פון זייערע פריינד. אָבער חס ושלום, ממילא אויף טוויטער האָט מען נאָכפאָלגערס, אָבער חבירים? פאַר אַ חבר געט מען אַ פּדיון? אַ חבר פאַרברענט דיר דער הויז און מאַכט חרוב דיינע קינדער?

לאָמיך אייך זאָגן הויך און קלאָר: טעכנאָלאָגיע וועט ווייטער מאַרשירן און וועט זיי באַזיגן. קיינער וועט נישט פּטור ווערן זייערע מיקראָווייוו אויבנס און קיינער וואַרפט נישט אַרויס זייערע קאָמפּיוטערס.

ווי עס האָט זיך אויפגעוויזן פון טריפּאָלי ביז מצרים: מען קען נישט פאַרשקלאַפן מענטשן אויף שטענדיק. דאָס וואָס האָט פּאַסירט אין מאָסקווע קען אויף פּאַסירן אין מאָנסי. זיי וועלן אונז איינזאַלצן מיט שידוכים ווי אויף אַ בהמה מאַרק און מיר וועלן געפונען פאַרגעניגן אויפן וועב. זיי וועלן גנבנען און רצחנען און מיר וועלן זיי צונעמען אויף טעלערלעך אין פאָרומס. זיי וועלן מאַכן געוואַלדעס ביי שמע ישראל אָבער טויב ווערן ווען מען געוואַלדיקט יינגלעך און מיידלעך. זיי וועלן שרייען גילוי עריות און יהרג ואל יעבור און זיך צוקנייטשן דער שטערן ווען מען שענדט אומשולדיקע קינדער. תנוקות של בית רבן שאין בהם חטא וועט איר נישט שיצן און באַגראָבט אייך פאַר בושה ווען איר שרייט עשה למען יונקי שדים שלא חטאו.

קוקט אָבער אַרויף אַהער ווייל טאָמער וועט איר זיך אויסדרייען וועט איר זען דער פּראָטעסט אינדערויסן און דעם אמתן חורבן וואָס זיי מאַכן אָן. זיי זאָרגן זיך פאַר אונזערע ייִנגוואַרג ממילא געבן זיי אויס אַנדערטהאַלבן מיליאָן דאָלער אויף צאַמצוברענגן "כּלל ישראל"? איר קענט ברענגן הונדערט טויזנט מענטשן אָבער דער פּסוק זאָגט לא מרבכם חשק ה' בכם.

קול ברמה נשמע. דער קינד וואָס וויינט ווייל מען שטעלט זיי אַרויס פון חדר אָדער שולע צוליב די שמוציאַנען און פּאַסקודסווע וואָס איר טוט באַשוצן, זיין און איר געוויין שרייט אייך אַלע איבער מיט אייערע מעגאַפאָנען און פּלאַקאַטן.

קומט אייך צאַם, שאַפט אַ מצב, פילט אָן די בלעטער ווייל אייערע טעג זענען געציילט. איר זענט באַנקראָט. אייערע וואָגן איז לער פון אידייען, פּוסט פון עצות, הויל פון תוכן און בלויז קענט איר מאַכן די העוויות פון אַ מאַכטלאָזער גוסס.

צינדט שוין ליכט ווייל פה סיטיפילד נטמן יהדות החרדית ווי מיר קענען עס. דאָ וועט זיך אויפווייזן אַז את ערום ועריה. אייערע רבנים און רביס און ראשי ישיבות קומען צו פליען אין ערשטע קלאַס מיט טעכנאָלאָגיע, מען האָט אויפגעזוכט דעם סטאַדיום אויפן וועב וואָס אייערע פילטערס וואָלטן נישט געלאָזט אַהין אָנקומען, מען האָט באַשטעלט דעם פּלאַץ אויף אימייל און זיך אָרגאַניזירט אויף סמאַרטפאָוינס. איז וועמען נאַרט איר?

איר ווילט זען זען רביס און גדולים גייט נישט אין סיטיפילד. דאָרט איז בלויז אַן אָנשטעל. אַ טיאַטער וווּ זיי מאַכן זיך מיט די פרומע פנימער פאַר די פאָטאָגראַפירער. איר ווילט זען זייערע אמתע פרצוף ווי זיי רודפן אויס זייערע געגענער, ווי זיי זאַמלען זיך אָן מיט יעדער תאווה פון עולם הזה בשעת ווען זיי דערקענען ניטאַמאָל אַ צורתא דזוזא, ווי זיי לעבן ווי גאָט אין פּאַריז בשעת ווען זייערע חסידים גיין בעטלן חתונה צו מאַכן די קינדער, אַז איר ווילט דאָס זען פאָרט נישט קיין קווינס. גייט קוקט אויף "דער דיקטאַטור" וואָס שפּילט נישט ווייט פון אייך.

לאָמיר אָבער מסיים זיין מיט דער מעשה פון ר' עקיבא וחבריו ווען זיי זענען געגאַנגן אויף הר הבית און געזען פיקסן. די חברים האָבן געוויינט אָבער ר' עקיבא האָט געשמייכלט. ווייל אַז עס האַלט שוין דער מצב אַזוי נידעריק קען עס נאָר בעסער ווערן.

די פיקסן האָבן אייך צאַמגערופן ווייל ווי אַ ליכטל וואָס האַלט ביים אויסגיין און געבט אַ פלאַם אויף אַזוי האָבן זיי זיך דאָ געגעבן אַ כאַפּ אויף. מאָרגן, מאָנטיק פּרשת במדבר וועט איר זען אַ אייערע לאָג־אָן אַרבעט דער זעלבער. די קומענדיקע יום־טובדיקע צייטונגן וועלן זיך איבערייסן צו שילדערן דער שמע ישראל אין אַ מעקסיקאַנער וואַל און דערנאָך וועט מען עסן קעז קוכן און קרעפּלעך און מען וועט אין אַלעס פאַרגעסן.

אַ גוט יום־טוב יידן.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3798 מאל

הודעהדורך רואיק » זונטאג מאי 20, 2012 3:24 am

גערעכט איז ער קטלא קניא, קען מען דען בלעימען רעבעס פראן פירן טיש? די שולד ליגט ביי די פערדן וואס שטייען און קוקן ווי דער רבי עסט און גרעפצט. דער [לייג דא צו א נאמען] רבי, א קל שבקלים, מיט זיינע ידים ידי עשיו, וואס גייט אין ערכאות, וואס הארגעט זיך מיט זיין ברידער/שוואגער/פעטער/האלב-נעפי/יו נעים איט, זיצט דארט און לאכט וואו מ'כאפט זיינע שריים, און גערעכט איז ער. He's laughing all the way to the bank.
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך ידען » זונטאג מאי 20, 2012 8:55 am

רואיק????

ביסט צוריק?

איך האמעך שוין געזארגט פאר דיר און זיך נאכגעפרעגט.

Welcome back און בלייב דא.

קטלא קניא ברענגט גוט ארויס די חורבן.

וועט ער זיין ביי די אנדערע פראטעסט?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך אלבערט » דינסטאג מאי 22, 2012 8:47 pm

אוי באשעפער, עס ציפט און רייסט ביים הארצן. ער איז טאקע שופך בוז וקלון איבער די מאס, אבער צייגט די ביטערקייט אין וואס מיר געפינען זיך.
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 9:36 pm
האט שוין געלייקט: 205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

הודעהדורך אשכולות אויפוועקער » דינסטאג מאי 27, 2014 7:22 am

אויפגעוועקט

דא האט איר נאך א פארשפארטע אשכול
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=3&t=665&hilit
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט