לא תאכלו על הדם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

לא תאכלו על הדם

שליחה דורך כוכב »

זאג, וואס מאכט די טאטע, בעסער, ב"ה אהא, ער נעמט קימא אדער ער איז אויף ראדיעישאן, ביידע, אוי וויי דאס קען דאך אים צומזיק זיין, און ער שעמט זיך ארויסצוגיין אן די בארד, אקעי סווערט גרינגער מיט דער צייט. דר. בראנקלי האט מען פרובירט, ער איז מוראדיג, איך האלט מזאל גיין קיין באסטאן. און וואס טוט זיך מיט נאטירלליכע זאכן, סהייסט אז ביי חיים משה האט עס געהאלפן. דו האלטסט ער איז אין גוד קעיר, מפארעט זיך געטריי, דער עיקר איז נישט אויפגעבן, זע ער זאל אלעמאל זיין אין א גוטע מאד, נעם אים ארויס קיין פלארידא אביסל, זאל קאסטן וואס זאל קאסטן, מדארף טון וואס מהאט צו טון, שוין, כהאף מקען ענק טראסטן.

פארוואס נעמט נישט דיין שוועסטער א גט? און וויזיטעישאן גיט זי? דו האלטסט סאיז א נארמאלע זאך אויסצוסאקן געלט, לדעתי איז עס א רשעות. זאג מיר דעם אמת, וואס האט נישט געטויגט דארט, האלטסט סנאך דא טשענסעס צוריקצוגיין, ווער איז שולדיג, וואו אפט זעט ער די קינד, כהאלט אז סבעסער ווען מהאקט אינגאנצן אפ מיט די קינד. מאיז געגאנגען פאר טעראפי? סהאט גארנישט געהאלפן? און וויאזוי נעמט עס דיין שוועסטער, זי איז מסתם צעבראכן ניין? האלטסט זי איז קעיפעבל נאכאמאל חתונה צו האבן.

כעדיר זאגן דעם אמת געווענליך גיי איך נישט צו קיין טי פארטיס, אבער לכבודך ביזט מיר א גוטע חבר, גלייב מיר כהאב געגעבן א שיינע סכום, מער ווי די מיינסט, איי מין נישט יעדן טאג האב איך א טי פארטי פאר א נאנטן חברס טאטע. פארוואס טאקע מאכט מען דיחתונה אין קאנטינענטל, ווייל ער איז די מחותןס שוואגער, אבער דאך, כהאלט מוואלט געמעגט גיין ביליגער. דיין מאמע איז סתם אזוי א ספענדער, נישט ווייל איך מיינד, כגעב מיין נדבה גערן, אבער למעשה מענטשן האבן נישט ליב ווען איינער רייסט זיך אויף און דערנאך שנארט מען געלט. סדא חובות פון די פריערדיגע, אאא, דיין ברידער פארדינט דאך שיין, האלטסט נישט ער וואלט געמעגט צו לייגן א פלייצע.

דיין שוואגער האט טאקע געלט אדער ער שוויצט נאר, וואס טוט ער שוין, א פרעיזלער, נו פארדעם מוז ער דרייוון א לעקסוס, ער איז גאנץ קיל, דיין שוועסטער איז העפי, וואס זאגט דיין טאטע, ער עסט זיך ניין, ער האט געהייסן גאנץ א גוטע בחור, שוין וואס קען מען טון, אריינגעפאלן, אזוי גייט עס מיט די רבישע חברה, מטאר זיי נישט טראסטן, איך וואלט אים א שליסל נישט געגעבן, נעבעך, ער מיינט ער מוז מאכן א וואכנאכט אין א טענט אין זיין בעקיארד, ער כאפט נישט יעדער לאכט פון אים, גראדע איז ער א וואוילער, ער טוט אסאך גוטס, א פיינע נשמה, וואס קען מען טון, ווי שיקט ער די קינדער, און דיין שוועסטער לאזט זיך, אזוי גייט עס מווערט אריינגעשלעפט.

כמיין נישט צו שטיפן די נאז אבער איך מיין די ברידער דארף העלפ, מהאט שוין געהערט אזאנס, אבער פאר דעם זאל ער אויפשטיין יעדן טאג נאך חצות, ווער גיט זיך אפ מיט אים, צו וועמען גייט ער, ווען מהאט שוין געטרייט יואלי ראטהס ישיבה, ער וויל אים נישט, אקעי ער מוז נישט נעמען יעדן, איי מין א בחור וואס דרייט זיך אויפן גאס און איז שוין האלב אויף דראגס, איך האלט דיין מאמע איז אסאך שודליג, זי איז אזא שטרענגע, זי פלעגט אים גוט דערקוטשען, דיין טאטע האט קיינמאל נשט געהאט א שפראך מיט אים, וואס קען מען טון, סבאשערט צער גידול בנים, תלפיות דארף צו זיין פיין פאר די חברה, קיינער הערט נישט, האלטסט ער הענגט ארום מיט מיידלעך, כמיין ער זעט אויס פיין, איך בין זיכער ער איז א קעטש, שוין איך זע די ווילסט מיר גארנישט זאגן.

א גוטע חבר מעג מען טראסטן, פאר איינעם דארפסטו זיך אויסרעדן, מיט שלמה באכנער האסטו שוין גערעדט, אלע רבנים זאגן היינט אז נאך דריי יאר מעג מען שוין גיין פאר העלפ, ווילסט נישט דיין ווייב זאל קריגן א נערוון בראך, ווער האלטסטו איז בעסער עי טיים אדער בוני עולם, דיין טאטע איז אינוואלד, ער וויל צאלן? ער האט אפאר טאלער ער קען זיך עס ערלויבן. דארפסט פארשטיין אז ווי מער משטיפט עס אפ אלס קלענער זענען די טשענסעס פאר סוקסעס, דו ווילסט נישט שטארבן אן א קדיש, סתם פאר קיריאסיטי וויאזוי פילסטו ביי א בוני עולם דינער, דו נעמסט ארויס די חיזוק דערפון אדער דו דווערסט צעבראכן, און וויפיל גיט שלמה פאר א פארפאלק, און וואס טוט זיך מיט נאך א קינד, און סשטערט דיר אז דיין ברודער האט געהאט פאר דיר? כקען דיר, ביזט א טוב עין איך בין זיכער דו פארגינסט אים, עני וועיס, כמעט אלעמאל וואס מיין ווייב באקט חלות האט זי דיך אינזין, גלייב מיר כשפיר דיין צער, עניטיים ווילסטוך אויסרעדן געמיר א קאל, אויב איך הייב נישט אויף קענסטו לאזן א מעסעזש, אייל טריי טו געט בעק טו יו.

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר