ארטיסטן דרייען איבער זשורי אורטיילן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

ארטיסטן דרייען איבער זשורי אורטיילן

שליחה דורך שמערל »

אין די ניו יארק פאסט איז געווען אן ארטיקל, אז די נייע בעסערע איינוואוינער אין ברוקלין, די ארטיסטן ווי מיר ריפן זיי, האבן אן שטייגנדן עפעקט אויפן קאורט סיסטעם.

לויט זיי איז געשען א טויש אז פריער פלעגן זיין אזויפיל ווי אכטציג פראצענט זשוריס, "פיפל אוו קאלאר", דאס פלעגט גורם זיין אין שוואכערע באשילדיגונגס אורטיילן אויף קרימינאלן, צוליב זייער אומגינסטע בליק, און אומציטרוי אין די פאליציי, און שווערע באשולדיגונגס אורטיילן ביי ציווילע קלאגעס, ווי זיי פלעגן קענען ארויסגעבן הארבע שטראפן פון שווערע מיליאנען ביי לאוסוטס אויף קאמפעניס.

מיט די לעצטע שטייג פון בעסערע הויעך שטודירטע עלעמענטן אינעם זשורי סיסטעם, טוען זיך זאכן איבערדרייען. זיי זענען מער גענויגט צו גלייבן די אפיציעלע פאליציי ווערסיע, און באשולדיגן ענדערשער די קרימינאלן. ווידערום זיי זענען מער נישט גענויגט צו אורטיילן הארבע שטראפן ביי לאוסוטס סתם אזוי ווייל איינער האט זיך אפגעבריעט פון א קאווע.

נאכמער, זייער עפעקט איז שטערקער ווי זייער אמת'ע פראצענט. וויבאלד זיי האבן א העכערע עדיוקעישאן, האבן זיי אויטאמטיש א העכערען רעספעקט ביי די אנדערע זשורי מעמבערס, און צומאל קענען זיי מכריע זיין א גאנצע זשורי פון זעקס אנדערע מענטשן, צו האלטן ווי זיי.

כמיין אז פאר אונז, היימישע אידען, דארף דאס צו זיין גאר גינסטיגע נייעס. מיר האבן ב"ה נישט קיין קריים, און בדרך כלל ווערן היימישע אידען אנגעקלאגט נאר אויף ווייט קאלער קריים. אזעלכע זאכן וואס ארימע שווארצע האבן א שטארקערע שאנס, זיך נישט צו קימערען און ענדערשער באשולדיגן דעם רייכן יידישען גנב, וואס האט באגנבעט די רעגירונג אויף זיין חשבון, ווי א ווייסער געלערנטער ליבעראלער וואס פארשטייט אז פאר אזא פארברעכן קומט זיך נאכנישט קיין הינדערט יאר תפיסה.

ביי מאלעסטער קעיסעס האלט איך אז זיי וועלן האבן א גרעסערן רעספעקט ביים עולם. אויב וועלן זיי באשולדיגן איינעם, וועט מען נישט קענען זאגן אז סתם אפאר בהמות האבן אזוי אפגעמאכט און דער סיסטעם איז קאראפט, ווי מען האט געשריגן ביי די וועבערמאן פרשה, און אויב זאל זיך טאקע מאכן אז איינער זאל באמת זיין אומשולדיג, איז דא א גרעסערע שאנס אז זיי זאלן איינזען זיין אומשילד און אים באפרייען.

וואס האלט איר?

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר