גימל תמוז - א טאג פון התרוממות מיט התעוררות (חב"ד)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

גימל תמוז - א טאג פון התרוממות מיט התעוררות (חב"ד)

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]יום ג' פרשת בלק געפאלט די יאהרצייט פון די לעצטער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל שניאורסאהן זי"ע.

אזויווי איך האב עטליכע מאהל מיטגעהאלטן געוויסע טיילן פון די פייערונגען פון די יאהרצייט, וועל איך מיטטיילן די הנהגות פון די חסידי חב"ד בעת א הילולא פון זייער גרויסן רבי'ן. איך אליינס בין נתפעל געווארן פון א געהויבענע וועג ווי חסידים פראווען א הילולא.

וזה החלי:

א. כפי די הוראה פונעם רבי'ן לגבי דער מהריי"ץ האלטן די חסידים די יאהרצייט כעין אזויווי א קינד ביים טאטען.

ב. אזויווי עס קומט אלע מאהל אויס ביי די זמן התחלת הקיץ, אלע ישיבות פון חב"ד ענדיגן די זמן לקראת ההילולא, כדי די בחורים זאלן קענען מיט האלטן די הילולא סמוך ונראה למקומו אשר היה בחיים חיותו (נשמה בגוף), וכן סמוך ונראה למקום קבורתו.

ג. פון פאר שבת ווירבעלט זיך קרוין הייטס (ווייטער וועלן מיר שרייבן ק"ה) מיט הונדרעטער געסט בחורים מיט זייערע טאטעס וואס וואונען בכל קצוי תבל. עס קומען אנשים נשים וטף, זקנים עם נערים, משפיעים ורמי"ם חשובים.

ד. יעדער וויל זיין נאהנט צום רבי'ן. יא, זיי בענקען זיך זייער שטארק נאך זייער רבי'ן. און דוקא דא קען זיי זיך פילן נאנט לאחר הסתלקותו.

ה. עס קומען פאר פילע התוועדיות, ווי חשובע משפיעים זיצן שעות לאנג אין ברענגן ארויס די עומק תורתו של רבינו. מען זינגט ניגוני געגועים ונגוני שמחה, ארויסברענגענדיג די זכות פון זיין דבוק אין זייער גרויסן רבי'ן, אבער נאך מעהר בענקעדיג זיך צו קענען 'נאך איינמאהל זעהן דעם רבי'ן'. שיעורים ווי מען לערנט און חזר'ט תורתו איז דא לרחצה.

ו. שבת איז דער מנהג אז יעדער איז עולה. זייער מנהג איז מען מאכט קיינמאהל נישט קיין הוספות. מען לייענט אסאך מאהל אזויווי שמחת תורה, כדי יעדער זאל קענען האבן אן עליה.

ז. ספיציעל איז דעם שבת ביים אוהל. איבער צוויי טויזענט חסידים קומען אויף שבת צום אהל. דארט איז דא א ריזיגע טענט וואס געקילט מיט ספעציעלע איר קאנדישאן. ארי' פרענקל פירט אהן מיט די סדר. ער ברענגט זיינע סאטמארע בויעס, זאלן מסדר זיין אלעס על צד היותר טוב.

דארט קען מען זאגן לא נתנו שינה לעינינו. עס קומען אהן פון די חשובסטע משפיעים אין עס קאכט זיך דארט.

קודם דאווענט מען מנחה. דערנאך איז דא סדרי הלימוד. יעדער לערנט ביז ווי לאנג ער וויל. מנינים קבלת שבת איז דא א גאנצע צייט. דערווייל ווי לאנג די ערשטע הייבן אהן זייער סעודה/פארברענג זיצן נאך די אנדערע איבעגעבויגען אויף זייער מאמר מיט זיין חברותא. דא און דארט זעט זיך אהן ווי יחידים דאווענען בעבודה. פאר זיי קען דער דאווענען דויערן ביז צוויי א האלב שעה! ביז צוועלף אזייגער האט שוין יעדער אפגעדאוונט, מען האלט שוין אין מיטן די פארברענג. יעדער פאהר טישן זיצט א צווייטער גרופע מיט זיין משפיע. מען שטייט ארום אים צוגעבויגן צו קענען מיטהאלטן יעדעס ווארט. מען זינגט מען זאגט לחיים מען ווארעמט זיך מיט די אור פון די רבי.

אזוי פון בערך דריי אזייגער צביסלעך הייבט אהן די עולם צו דיין כאפן א דרימל. דער וואס האט א בעטל (אויב מען קען עס רופן א בעט) גייט אין זיין בעטלץ אנדערע שלאפן אויף א באנק. אנדערע שלאפן אין זייער קאר (זיי לעשן אויס די בעטערי). זיי קענען נאר שלאפן ביז די זין שיינט אויף, ווייל די קאר ווערט צו הייס.

שבת צופרי הייבט זיך אהן מיט א פרישקייט דער קומט לערנען פון בערך האלב נאך זיבן (זיי קענען נישט שלאפן סייווי) דאס גייט אהן עד יעדער ווי ער וויל. די ערשטע מנין איז צעהן אזייגער. אבער קריאת התורה איז שוין פון פריערד. די מנינים שחרית שטעלן זיך כסדר ביז בערך דריי אזייגער. דא לערנט איינער, דא שטייט א מנין, דא דאווענט איינער באריכות, דא עסט מען, דא זינגט מען, דא זאגט מען לחיים, דא פארברענגט א משפיע. עס איז א מחזה הוד וואס גייט אזוי אהן ביז א צוויי שעה נאכן זמן וואס יעדער פארט אהיים כאפן פרישע כוחות.

ח. די נעקסטע צוויי טעג איז דא פיל מיט שיעורים אין פארברענגענס איבעראל. יעדער מיט זיין קבוצה, זיין חברה, זיין ישיבה, מאכט זיך סדרים להתקשר לרבנו זי"ע.

ט. ספיציעל אין דעם טעג זענעם געוויסע חסידים מהדר זיך משתתף זיין מיט די מנינים ווי די רבי האט געדאווענט. סיי אין די גרויסע זאל אונטען, סיי אין דער קליינער זאל אויבן, סיי אין דעם רבינס שטוב (גן עדן העליון). אזוי אויך אין דער הויז פון דער רבי.

י. מאנטאג נאכט וועלן טויזענעטער פוקד זיין די אוהל הקדוש. אין דעם טענט וועלן הונדרעטער חברותותת לערנען די מאמרים פון די רבי. ספיציעל די באקאנטע מאמר ואתה תצוה, אדער ביום עשתי עשר, אדער באתי לגני. אין די טענט וועסטו כמעט נישט זעהן קיינעם סתם שמועסן. יעדער איז עוסק במשנתו של רבינו. עס ווערט ארויס געגעבן א קובץ לימוד, פול מיט זאכן וואס מען דארף לערנען. ביים אוהל איז נישטא קיין געלט אקציעס. עס איז אויך נישטא קיין גרויסער חלוקות פון עסן. פלענער קוקיס אין קאווע, וזהו. קיינער איז נישט יעצט ארנומען נאר מיט איין זאך די געגועים צום רבי'ן.

יא. דאס גיין צום אוהל איז אן עבודה בפני עצמה. אנדערש ווי ביי אונזערע קרייזן, דאס גיין צום אוהל איז פלאץ ווי מען קען פועלן אלעס גוטס, ביי זיי איז עס א מקום ווי מען גייט אריין צום רבי'ן אויף יחידות. ביי חסידי חב"ד איז יחידות א פלאץ ווי מען איז מתדבק נפש בנפש צום רבי'ן. דאס איז אזויווי ביי נעילה יו"כ. (דרך אגב יעדעס מאהל וואס א חסיד חב"ד גייט אריין צום אוהל איז דא דעם הרגשה בזעיר אנפין)

עס איז דא א לאנגע שורה ביז ארויס פון בית החיים וואס ווארטן אריין צו גיין צום אוהל. איך האב איינמאהל געווארט איבער צוויי שעה, ביז איך האב געקענט אריין. ביים שורה איז דא א מחיצה וואס צוטיילט מענער פון פרויען. עס איז אויך דא סקרעןס וואס ווייזן מראות קודש. אזוי אויך זאגט מען אויף די סקריןס הוראות פארן אריין גין צום אהל. ווי למשל די מנהג אז מען טוהן אויס די שיך, זאג די מענה לשון ווען דיו ווארטס. מען גייט אריין גרופעס ווייז. יעדער גרופע פון בערך זעכציג מענטשן אויף איינמאהל. מען האט נאר צייט צו לייענען די קוויטעל אין ארויס.

בשעת מען שטייט אויף די שורה איז יעדער תפוס בשרעפו. יעדער איז שטיל און איז עוסק בעבודתו פאר ער גייט צום אוהל. אהנקומענדיק צום אוהל, פילט מען אהן די אוהל מיט מענטשן מען פארמאכט די טיר. יעדער חב"ד חסיד געבט א קלאפ אויפן טיר פאר ער גייט אריין, כעין נטילת רשות כניסה כמנהג חב"ד. בשעת דו ביזסט אין אוהל איז שטיל, יעדער לייענט זיין פ"נ (=פדיון נפש, קוויטל בלע"ז) פאר זיך און דערנאך צורייסט ער עס און לייגט עס אריין ביי די קבר. די איינציגסטע גערודער וואס מען הערט איז ווי צעטליך ווערן צוריסן.

נאך זיין אינעווייניג פאר גאנצע צוויי מינוט צוקלינקט זיך די טיימער, און מען רופט אויס ביטע גיי צום טיר, און מאך פלאץ פאר אנדערע.

יב. עס קומען פון אלע שיכטען אין קרייזן. לעצטע יאהר האב איל געטראפן א גרופע סאטמארע בחורים פון קווינס. פרעג איך זיי מאי האי? זאגן זיי אז אין ישיבה איז דא שטילעהייט א גרעסערע קבוצה בחורים וואס זענען עוסק בחסידות! נו, נישט קיין ערגערס.

יג. מען לאזט אריין אין דער אוהל עקסטער קבוצות נשים און עקסטער אנשים.

יד. אזוי גייט אהן די גאנצע מעת לעת פון די יאהרצייט.

טו. דינסטאג נאכט איז דא די צענטראלע פארברענגענס איבעראל. סיי ביין אוהל סיי אין 770 אזוי אויך איז דא אין די גרעסערע זאלן אין ק"ה. אין ב"פ וויליאמסבורג מאנסי לעקוואד קומען פאר פארברענגן אדער דינסטאג נאכט אדער אין די ימים הסמוכים.

רבותי, טעמו וראו כי טוב, דער פלאץ איז אפען פאר יעדער איד. דער וואס וויל קען זיך אריבער כאפן אין אליינס בייוואונען דעם התרוממות'דיגער אויר וואס הערשט ביי דעם פלאץ.

און יא, פועלט אלעס גוטס!!!![/justify]

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר