3 בחורים אין א''י געקידנעפט - השקפה (געטיילט)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך משולם טענענבוים » דאנערשטאג יוני 19, 2014 12:11 pm

בילד

פין איי-וועלט: קרעפטיג האט געשריבן:
תפוח האט געשריבן:נעם אראפ דיין קאפעלע. פארוואס דארף איך ליידן ווען איך גיי אויפן סויבוועי פון די שפיזיגע אויגן פון די ישמאלים

די בילדער זענען פארשפרייט איבער די וועלט.

אוי די בלוט פרעשור גייט מיר ארויף !

רבש"ע היט אונז פון אונזערע אויסלייזערס.

פין וואס די דייטשען האבען געטאהן אין די טויט לאגערען זענען אויך פארשפרייט געווארען, נו קענסט מיר אפשער זאגען וואס זיי האבען געליטען דערפאר, חוץ אז אמעריקא האט זיי געהאלפען זיך צי צירוק אויפבויען ?

א חוץ פין דעם, וואס טוען זיי דען ? ארעסטירען א פאר פאלעסטינער קרימינאלען און געבען זיי ציטרינקען כדי זיי זאלען נישט אויסגיין פין דארשט, וואסי די פראבלעם, מען טאר שוין נישט ארעסטירען פאלעסטינער, זיי מעגען טוהן וואס זיי ווילען, נאר רובאשקין מעג מען ארעסטירען פאר גארנישט אין פארנישט, נאר פאלארד מעג מען האלטען ארעסטירט פאר גארנישט אין פארנישט, הא?

אויסלייזער ? ניין זיי זענען נישט אונזערע אויסלייזער, דער באשעפער וועט אונז אויסלייזען פין זיי אויך, אבער טאמער דער גוי ווערט ווילד איז עס ווייל ער פיינט דעם איד, און דער איד לויט עים האט נישט קיין רעכט זיך צי אננעמען פאר זיך, ער ברויך זיך לאזען שפייען און די קאשע,

ניין, ס'נישטא קיין שום הלכה אז מען ברויך לאזען אראבער פארחאפען אידישע קינדער, אין מען ברויך טוהן וואס מען קען זיי צי ראטעווען, און אז ס'געפעלט נישט פאר'ן גוי, האט ער א ברירא צי אראפטאנצען פין א בריק,

די ישראל רעגירונג איז קארופטירוט, אוואדאי יא, האבען זיי אייגענע נגיעות, אוודאי יא, און סאטמאר איז אויך קארופטירט, און האבען אויך אייגענע נגיעות, זיי האבען גענומען סאטמארע רב'ס שיטה און עס געניצט פאר פאליטישע אינטערעסען, בשעת ווען זיי שלאגען זיך ארום פאר די בענקעל ווי ביליגע פאליטישענס, סאו קום אונז נישט לערנען וואס דער באשעפער וויל, ענק זענען נישט סאטמארע רב זצ"ל און ענק זענען נישט ווערד אים צי רעפרעזענטירען, גייטס קודם ארויס פין בג"ץ און פין אמעריקאנע קאורט, הערטס ענק אויף ארום שלאגען איינער מיטען צווייטען, און מסר'ן איינער דעם צווייטען, און נאכדעם וועט מען זעהן ווייטער, דאס האלט אויך אפ די גאולה, נישט נאר די איזרעיליס, פליצלונג ווען ס'קומט צי מדינת ישראל ווערען ענק גרויסע צדיקים, #היפאקריט

איך האב אויך נישט ליב די מדינה, אבער די וואס איך האב פיינט איז א מינדערהייט פין לינקע, און להכעיס'ניקעס, רוב מדינה זענען ערליכע דתיים, און מסורתיים, וואס גלייבען אין באשעפער, ס'איז א מינדערהייט וואס זענען די כופרים, וואס זיי פרובירען ארויף צי צווינגען זייער מיינונג אויף אנדערע אבער ס'וועט זיי נישט גיין און זיי וועלען אונטערגיין, די גאנצע מדינה פין די פרייע ציוניסטישע שטאנדפונקט איז א קאלאסאלע דורעכפאל, פין זייער פלאן צי אפפירען כלל ישראל איז גארנישט געווארען, די ספרדישע קומען צירוק אין די מיליאנען, אידען טוען תשובה, אידען ווערען נענטער צים באשעפער, ווען הרצל שטייט היינט אויף אין זעהט וואסי געווארען פין מדינה ישראל גייט ער גלייך צירוק אין קבר, ארץ ישראל איז פיהל מיט אידען וואס האבען ליב דעם באשעפער, אין זענען מער ערליך ווי אסאך סאטמארע וואס חוץ האסען די מדינה ווייסען זיי נישט פין קיין אנדערע מצוות, אין זיי האבען מער פיינט מדינת ישראל ווי די דייטשען, אין וועלען ענדרעש פארען מיט לופטהאנזא ווי מיט אל-על,

און כ'מאך נישט אוועק גאנץ סאטמאר, ווייל ס'דא און סאטמאר אסאך אסאך גאר ערליכע און וואוילע בעלי בתים, אין כ'רעספעקטיר זיי זייער, נאר ווען ס'קומט צי די מדינה ווערען אסאך ציחושט, און קענען נישט טראכטען גלייך, העי קאמאן, ענק זענען אויך נישט פערפעקט, הערטס אויף צי שפילען צדיק,
משולם טענענבוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 1:21 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

הודעהדורך טיטאניק » דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:05 pm

משולם טענענבוים האט געשריבן:און כ'מאך נישט אוועק גאנץ סאטמאר, ווייל ס'דא און סאטמאר אסאך אסאך גאר ערליכע און וואוילע בעלי בתים, אין כ'רעספעקטיר זיי זייער, נאר ווען ס'קומט צי די מדינה ווערען אסאך ציחושט, און קענען נישט טראכטען גלייך, העי קאמאן, ענק זענען אויך נישט פערפעקט, הערטס אויף צי שפילען צדיק,

משולם, איך בין מסכים מיט יעדע אות וואס די האסט געשריבען, יעדעס אות איז גין גאלד!!! :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like
און משולם דערשרעקט דיר נישט אז מען גייט דיר יעצט אנשרייען "העי משולם! שריי נישט!" "די דארט טענענבוים הער אויף צי שעלטען" "דער משו' ניק איז דאך סתם א ווילדער ניק וואס נעמט צו די מנוחה פון די רואיגע קאווע שטיבעל" "טענע פארוואס צושטערסטו אונזער מנוחה" "מען זוכט נייע אחראים עמערדשענסי!!!!! (קען איינער אריבערקומען פון אייוועלט צו ראטעווען די מצב דא פון די אפיקורסים רח"ל?)"
די אלע צעקות גייט יעצט קימען צי פליען פון אלע זייטען, כאטש דו האסט נישט געשריגען, דו האסט נישט געשאלטען, דו האסט נישט פארפירט, נאר פשוט גערעדט זייער צי די זאך, און זייער צים פינטעלע

די אורזאך פון די אלע מחאות איז איין זאך, איך וועל דיר מגלה זיין א סוד כמוס, ביי יעדע סאטמערע חסיד, נישט קיין חילוק וועלכע פראקציע ער איז, און אין וועלכע בית החיים ער האט א חלקה, יעדער סאטמערע מיט א לאנגע בארד מיט א קנאבל בארד, א געשעווטע בארד, שטאפענע היט פלאטשיגע היט, קיין חילוק ניקס, ביי יעדער סאטמערער ליגט זיי באהאלטען א נידעל צווישען די מחילות וואס דאס נידעל שלאפט בדרך כלל און עס שטעכט נישט, אבער דאס נידעל איז זייער סענסעטיוו צי די נושא פון די שיטה און צי דער רבי זכותו יגען אלייני, און איינמאל איינער רירט צי צי די ענינים, טיט זיך דאס נידעל אויפוועקען, און ווען דאס וועקט זיך אויף נעמט זיך דאס שטעכען געפערליך ממש מיט א רשעות, ווען איינער אין זייער געגענווארט רעדט די סארט שפראך וועגען די מדינה, דער נידעל כאטש ער איז פיצי קליין און בדר"כ שלאפט ער טיף, אבער די דערמאנסט די ווארט שיטה וועט זיך דאס נידעל אויפגעבלאזען און זיך נעמען שטעכען אן קיין רחמנות ממש ביז סכנת נפשות,
אבער גיי זאג אז די האסט א נידעל אין די מחילה און די נעמסט עס נישט ארויס, גיי זאג אז די ביסט אזא בהמה.... ניין דו קענסט עס פשוט נישט טון פאר די אייגענע דיגנעטי, דערפאר שרייט מען אז די סיבה פארוואס איך שריי און ווייל טיטאניק אדער משולם אדער בערל שטערען די מנוחה דא, נישט גאנצעל שטערט און קייט איבער ככלב שב על קיאו 150 מאל כאטש מען איז שוין לאנג פארפארען פון די נושא, קימט ער צוריק ווי א משלחה וחוזרת אפילו מאה פעמים און אטאקירט ווייטער אז מען נעמט אוועק די מנוחה, איי קיק אויף די אשכול ווער עס שרייט די ערשטער, ניתי אשכול ונחזה וויפיל מאל איך האב דאס פראבירט אפצישטילען און דער גאנצעל אדער אנדערע פאנאטיקער סאטמעריסטען הייצען עס פון פריש אן ווייל דער נידעלע שטעכט,

חברה, מיר לעבען היינט אין אפענע וועלט, א וועלט וואס סענדער דער דיישט קען מער נישט פארקויפען אז די איזראעלס שעכטען יעדען טאג פאר פרישטאג 700 אראבישע קינדער בני שנה, און עזריאל גליק איז שוין טיף אין די ערד און קען מער גארנישט אנדרייען, עס איז צייט ארויס צי קריכען פון די באקסעלע אין וואס מען האט ענק אריינגעשטיפט, איר זענט קליגער פון דעם!, זייט אייך מטריח אזוי פיל, שעמט אייך נישט און גייט און שלעפט ארויס די נידעל איינמאל פאר אלעמאל הערט אויף צי רעדען און שרייען נאן סענץ און דערנאך זאגען אז "יענער שרייט, איך בין ליבעראל אבער יענער נישט" געניג!!!!!
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1270 מאל

לא באתי להתערב, באתי לחזק

הודעהדורך קענער » דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:37 pm

היי
בשיטה איז דא א גרויסער ציבור וואס האלט ווי טיטאניק משולם וחביריו לא אלמן ישראל
און עס איז דא א גרויסע ציבור וואס האלט ווי גאנצל שמעקעדיג שרייבער וחביריו
יעדער איז בארכעטיגט צו האבן זייער אייגענע מיינוג און שיטה און אפילו עס זאגן בפה מלא
אבער פון זאגן די אייגענע מיינוג ביז שרייען אז יענער איז זירא-נול-אפס דאס איז לדעתי א נישט ריכטיגע זאך
אדער ווען דו שרייסט איז עס אקעי אבער ווען יענער ענפערט צוריק, מאכט מען אים שטיל מיטן זיך נעמן שרייען אז יענער נעמט צו די מנוחה - דאס איז נישט מוצדק נישט מאראליש און נישט יושר'דיג
די וועלט איז נישט דיין פריוואטע שטח, און זיכער נישט יענעמס מיינוג\קאפ\פעדער\קי באורד, פארוואס לאזטו נישט יענעם זאגן זיין מיינוג?
אלץ א מעמבער אין די מענטשליכע-וועלטס-פאפולאציע האט ער די זעלבע רעכט ווי דו און דו האסט נישט קיין רעכט אים צו דערשטיקן אויף סיי וועלכע אופן, צו מיט כח צו מיט מח- לאז!
אגב אורחא מיט דעם וואס מען מאכט שטיל יענעם'ס קול ווייזט מען אז יענער "זאגט עפעס (!)" און זיינע ווערטער שאקלן אויף די ערד אונטער דיינע פוס און עס מאכט דיר אומזיכער מיט דיין שיטה - ווייל אויב נישט פארוואס ווערסטו אזוי ווילד?
רבותי, איר זענט לענגער דא ווי מיר, אבער א עצה טובה קען מען ניצן אפילו פון א גאסט, קאווע שטיבל איז א גוט פלאץ ווי מען גיבט יעדעם די מענטשליכע רייטס, האלט אייך דערצו און לאזט יעדעם רעדן רעספעקפול
סליחה אם ציערתי כאן מישהו, זה לא כוונתי
באניצער אוואטאר
קענער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 10, 2014 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג יוני 19, 2014 4:10 pm

טיטאניק האט געשריבן:
משולם טענענבוים האט געשריבן:און כ'מאך נישט אוועק גאנץ סאטמאר, ווייל ס'דא און סאטמאר אסאך אסאך גאר ערליכע און וואוילע בעלי בתים, אין כ'רעספעקטיר זיי זייער, נאר ווען ס'קומט צי די מדינה ווערען אסאך ציחושט, און קענען נישט טראכטען גלייך, העי קאמאן, ענק זענען אויך נישט פערפעקט, הערטס אויף צי שפילען צדיק,

משולם, איך בין מסכים מיט יעדע אות וואס די האסט געשריבען, יעדעס אות איז גין גאלד!!! :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like
און משולם דערשרעקט דיר נישט אז מען גייט דיר יעצט אנשרייען "העי משולם! שריי נישט!" "די דארט טענענבוים הער אויף צי שעלטען" "דער משו' ניק איז דאך סתם א ווילדער ניק וואס נעמט צו די מנוחה פון די רואיגע קאווע שטיבעל" "טענע פארוואס צושטערסטו אונזער מנוחה" "מען זוכט נייע אחראים עמערדשענסי!!!!! (קען איינער אריבערקומען פון אייוועלט צו ראטעווען די מצב דא פון די אפיקורסים רח"ל?)"
די אלע צעקות גייט יעצט קימען צי פליען פון אלע זייטען, כאטש דו האסט נישט געשריגען, דו האסט נישט געשאלטען, דו האסט נישט פארפירט, נאר פשוט גערעדט זייער צי די זאך, און זייער צים פינטעלע

די אורזאך פון די אלע מחאות איז איין זאך, איך וועל דיר מגלה זיין א סוד כמוס, ביי יעדע סאטמערע חסיד, נישט קיין חילוק וועלכע פראקציע ער איז, און אין וועלכע בית החיים ער האט א חלקה, יעדער סאטמערע מיט א לאנגע בארד מיט א קנאבל בארד, א געשעווטע בארד, שטאפענע היט פלאטשיגע היט, קיין חילוק ניקס, ביי יעדער סאטמערער ליגט זיי באהאלטען א נידעל צווישען די מחילות וואס דאס נידעל שלאפט בדרך כלל און עס שטעכט נישט, אבער דאס נידעל איז זייער סענסעטיוו צי די נושא פון די שיטה און צי דער רבי זכותו יגען אלייני, און איינמאל איינער רירט צי צי די ענינים, טיט זיך דאס נידעל אויפוועקען, און ווען דאס וועקט זיך אויף נעמט זיך דאס שטעכען געפערליך ממש מיט א רשעות, ווען איינער אין זייער געגענווארט רעדט די סארט שפראך וועגען די מדינה, דער נידעל כאטש ער איז פיצי קליין און בדר"כ שלאפט ער טיף, אבער די דערמאנסט די ווארט שיטה וועט זיך דאס נידעל אויפגעבלאזען און זיך נעמען שטעכען אן קיין רחמנות ממש ביז סכנת נפשות,
אבער גיי זאג אז די האסט א נידעל אין די מחילה און די נעמסט עס נישט ארויס, גיי זאג אז די ביסט אזא בהמה.... ניין דו קענסט עס פשוט נישט טון פאר די אייגענע דיגנעטי, דערפאר שרייט מען אז די סיבה פארוואס איך שריי און ווייל טיטאניק אדער משולם אדער בערל שטערען די מנוחה דא, נישט גאנצעל שטערט און קייט איבער ככלב שב על קיאו 150 מאל כאטש מען איז שוין לאנג פארפארען פון די נושא, קימט ער צוריק ווי א משלחה וחוזרת אפילו מאה פעמים און אטאקירט ווייטער אז מען נעמט אוועק די מנוחה, איי קיק אויף די אשכול ווער עס שרייט די ערשטער, ניתי אשכול ונחזה וויפיל מאל איך האב דאס פראבירט אפצישטילען און דער גאנצעל אדער אנדערע פאנאטיקער סאטמעריסטען הייצען עס פון פריש אן ווייל דער נידעלע שטעכט,

חברה, מיר לעבען היינט אין אפענע וועלט, א וועלט וואס סענדער דער דיישט קען מער נישט פארקויפען אז די איזראעלס שעכטען יעדען טאג פאר פרישטאג 700 אראבישע קינדער בני שנה, און עזריאל גליק איז שוין טיף אין די ערד און קען מער גארנישט אנדרייען, עס איז צייט ארויס צי קריכען פון די באקסעלע אין וואס מען האט ענק אריינגעשטיפט, איר זענט קליגער פון דעם!, זייט אייך מטריח אזוי פיל, שעמט אייך נישט און גייט און שלעפט ארויס די נידעל איינמאל פאר אלעמאל הערט אויף צי רעדען און שרייען נאן סענץ און דערנאך זאגען אז "יענער שרייט, איך בין ליבעראל אבער יענער נישט" געניג!!!!!


ממש הפלא ופלא:

דער גרויסער אינטערגעזינקענער שיף דמתקריא טיטעניק בלע''ז, איז א ריכטיגע ציטיילטע נשמה נעבאך, מען מיז ליידער ציקימען צו די מסקנה, אז דאס מיטער זיינער וואס האט אים געבוירען איז געווען א פיינע הארציגע אידענע, מיט א גאלדן הארטץ, מלא אהבה צו יעדע זאך וואס רעפאזענטירט ג-ט'ס געשטאלט, משא''כ דער פאטער זיינער איז געווען ממש א מענטשען פרעסער, וואס האט געהאסט יעדע באשעפעניש וואס האט נאר א רוח חיים, אדער פארקערט גאר.

פון איין זייט איז דער אינטערגעזינקענער מלא אהבת ישראל, זיין הארטץ איז ווייעך וואו א שאכטעל פיטער, וואס מען האט אקרושט ארויסגענימען פון אויבן, ממש מלא רגש ואהבה.
פון דער צווייטער זייט איז ער א זעלבס מענשטהייט פיינט, וואס מען האט זעלטען ווען געזען אפילו ציווישען די נאצישע געזעלטשאפט.

די ציונים די דאזיגע וואס האבן געהאט א יד אין די בלוטיגע רציחות, וואס די נאצישע בארבארען האבן דירך געפירט אין די מלחמה יארן, האט ער ליב מיט אהבה שאין בדגמתו, ער שעצט זיי און רימט זיי עד לב השמים, אדש ביז זיי אנריפן שליחי דרחמנה גאר.
און ערליכע יודן וואס האלטן זיך ביי די הייליגע אמונה, אין גלייבען אינעם הייליגען באשעפער, און זיין הייליגע תורה, האט ער פיינט, מיט אזא מין שינאה, וואס דערמאנט גאר דער גמרא אין פסחים, וואו ר''ע האט געזאגט ווען איך בין געווען א עם הארץ, האב איך יעדען ת''ח געוואלט צירייסן וואו א פיש. דער האס און שנאה וואס דער אינטערגעזינקענער האט צו די ערליכע יודן, בלויז צילוב דעם חטא פון באלאנגען צו סאטמאר, פארשעמט נישט די מענטשען פרעסער פון די אפריקאנער דשאנגאלן, און די רעדאקטירן פון דעם נאצישען שטורימער. ממש לא יאומן.

זאל דער הייליגער באשעפער ארייין שיינען אביסל נארמאלקייט אין דעם צושפאלטענעם נשמה, פון דעם אינטערגעזינקענעם טיטעניק, און מיר זאלן ווייטער קענען נהנה זיין פון אים, און פון זיינע ליכטיגע פענע, אמן ואמן.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1624
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1735 מאל

הודעהדורך משולם טענענבוים » דאנערשטאג יוני 19, 2014 4:28 pm

קאך_לעפל, אפשר זאגסטו מיר ווער די "ציונים" זענען, די "ציונים" פין וועם דו רעדסט זענען שוין לאנג אין קבר, חוץ א מינדערהייט פון לינקע און אפאר להכעיס'ניקעס, איז נישטא קיין ציונים, נישט יעדער וואס גייט מיט א כיפה סרוגה איז א ציוני וואס האט געהאלפען די נאציס, העלאו וועק דיר אויף, די ציונים זענען א פארגאנגענהייט, אין דאס וואס זיי האבען געוואלט מיט די מדינה האט זיך זיי נישט אויסגעארבעט, סאו וואס האקסטע אין קאפ מיט ציונים, חוץ פאר א פאר סאטמארע וואס קענען זיך נישט געזעגענען פון ציונות ווייל ס'איז זיי געשמאק צו עסען טשולענט און האקען אויף יענעם, איז שוין כמעט נישט דא אזא זאך ווי ציונים, עכ"פ נישט די סארט וואס דו שעלטסט אז זיי האבען געהאלפן די נאציס און אפגעפירט א חלק כלל ישראל,

רוב מדינת ישראל באשטייט פין דתיים אין מסורתיים וואס האבען א הארץ פאר אידישקייט, אין גלייבען אין באשעפער, ווען סאטמארע רב זצ"ל וואלט היינט געלעבט וואלט ער געווען ביזי מיט די היינטיגע נסיונות, נישט מיט "ציונים", סאו האק נישט אין טשייניק מיט "ציונים",

און טיטאניק האט נישט פיינט ערליכע אידען, ס'באדערט אים פשוט אז ס'דא אידן וואס האבען פיינט אנדערע אידן, סתם ווייל 50 יאר צוריק זענען געווען ציונים, און וויבאלד זיי גייען צי בחירות אין ממילא האבען זיי געהאלפען די נאציס און בלא בלא בלא .....

און כ'וועל דיר זאגען ס'אמת, איך פאר מיר האב בכלל נישט פיינט סאטמאר, ביז ס'קומט צי ציונות זענען זיי פין די נארמאלסטע חסידישע קהילות, נאר ווען ס'קומט צו ציונות, דארף מען וואטשען מיט זיי,
משולם טענענבוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 1:21 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג יוני 19, 2014 4:48 pm

א ציוני מיינט: עמיצער וואס האלט אז מען קען זיין א יוד, אן האלטן תורה ומצוות, פונקט וואו דער פראנצויז איז שטאלץ מיט זיין נאציאנאל, מיט זיין שפראך, מיט זיין לאנד, מיט זיין מיליטער, די זעלביגע איז אויך ביי כלל ישראל, ער האט א לאנד, א שפראך, א מיליטער, דאס מאכט אים פאר א יוד, ח''ו דאס מיינט א ציוני.
און דאס איז כפירה בה' ותורתו, און יעדער וואס האלט אזוי, איז א כופר בה' אלקי ישראל. דאס איז נישט ווערטער פון סאטמאר זי''ע, דאס איז וואס הגאון רבי אהרן קאטלער ז''ל, האט געשריבען אין א בריוו פארן ראש הממשלה דוד בן גיריון ימ''ש, בנוגע דעם חוק מי "מי יהודי" און עס איז געדריקט אונעם בוך זכרונם פון ח''כ אברהם ראוויץ.

דער הייליגער מהר''ל שרייבט אין זיין ספר נצח ישראל, אז איינער וואס לייקענט אין גזירות הגלות, איז א כופר בה', און גייט קעגען די גזירה פונעם הייליגען באשעפער, גיין קעגען דעם גזירות הגלות איז ביהרג ועל יעבור, און אזוי האבן געהאלטען אלע ערליכע יודן, און אלע רבנים וגאונים זי''ע.
און איינער וואס האלט אז כלל ישראל איז א פאלק ווי אלע פעלקער, אפי' מען האלט נישט תורה ומצות, בלויז ווייל מען האט א לאנד, א מיליטער, און א פאלק. גייט קעגען די גזירת הגלות, קעגן דעם מפני חטאינו גלינו מארצינו, און ער איז א כופר און א מין, און ער איז מנסך וויין.

סליחה פארן שרייבן בקיצור.... ועוד חזון....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1624
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1735 מאל

הודעהדורך משולם טענענבוים » דאנערשטאג יוני 19, 2014 5:00 pm

די מאכסט א סטארי, רוב ארץ ישראל האלט נישט אז די לאנד מאכט זיי פאר א איד, רוב ווייסען אז א איד ברויך צי האלטען תורה ומצוות, רוב אידען וואס זענען און ארץ ישראל זענען אהין געגאנגען ווייל זיי האבען נישט געהאט ערגעץ אנדרעש צי גיין,

אפילו די לינקע פאסען שוין נישט אריין אין דיין קאטאגאריע, זיי האלטען זיך כמעט נישט פאר אידען, די גאנצע אישו פין וואס די רעדסט איז געווען יענע צייטען וועט די ציוניסטישע טאטעס האבען געוואלט אוועק שטעלן די ציוניסטישע געדאנקען גאנג, און די גדולי ישראל האבען געהאלטען און מיט רעכט אז די השקפה איז נישט אויסגעהאלטען ע"פ תורה,

רוב לאנד היינט ווייסט אז מען איז נאך אין גלות, אין אז א איד דארף היטען תורה ומצוות, נישט יעדער היט אלעס אבער נישט מתוך "שיטה" , סאו די האקסט א טשייניק, דעי באשעפעניש פין וואס די רעדסט איז כמעט נישט בנמצא, דאס איז שוין חוץ המעשה אז די ביסט שוין מודה אז וועם די ריפסט היינט ציונים האבען נישט געהאלפען די נאציס .... נאר ביסט אויפגעקומען מיט א צווייטע פשט עפעס וועגען א פראנצויז......
משולם טענענבוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 1:21 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג יוני 19, 2014 5:07 pm

לאמיר פראבירן נאכאמאל:

אויב עמיצער האלט און ער איז שטאלץ און ער איז מחזק און ער אידענטיפיצירט זיך מיט א לאנד, מיט א ממשלה, וואס שטעלט זיך פאר אלס ככל הגוים בית ישראל, כלל ישראל איז א פאלק וואו אלע פעלקער אפי' מען האלט נישט קיין תורה ומצות, איז א הולך נגד גזירת הגלות, און ער איז א מורד במלכות שמים. און די היינטיגע ממשלה וואלט פונקט אזוי מפקיר געווען אידיש בלוט, אזוי ווי זייער פארגייער ביי די צווייטע וועלט מלחמה. ביי זיי איז די נאציאנאל, די מדינה א סאך העכער ווי אידיש בלוט...............
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1624
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1735 מאל

הודעהדורך תמים » דאנערשטאג יוני 19, 2014 5:11 pm

קענער, איך פארשטיי ביזט א גאסט(???) אבער פאר דו נעמסט דיך די מיה צו עפענען א ניק און רעאגירן, קוק כאטש איבער די איינע אשכול אויף וואס די רעאגירסט, און טוה וואס איך האב געטוהן.

איך בין גראדע בכלל נישט קיין גאסט דא, איך בין שוין כמעט א קאווע שטיבל גרעדיועט. זכרנו את הדגה, אוי געדענק איך די גוטע צייטן דא, מי יתננו ירחי קופי, מיט @כוכב אינאיינעם טוה איך וויינען און בענקען (בדרך אגב: אונזער נייע "שטערן" אויפן האריזאנט אונזער שיין און די טונקעלע עתיד דא) ווער וועט אונז צוריקברענגען אזעלכע שכל הישר'ס ווי @יידל, @יאנקל, @דעת תורה, איר מיינט טאקע אז @שמעקעדיג קען אליין? ווער וועט אונז צוריקברענגען די הומאר פון@יואב, @קופערניקס ודעמי', ווער וועט אונז היילן מיט די מלוגמא יעדע מוצ"ש ווי @בענדזשאמין פרענקלין? וןער וועט ריפלעיסן @מאראנצןזאפט מיט זיינע הערליכע באשרייבונגען, ווער וועט אונז געבן אויף יעדע זייט די איפכא מיסתברא ווי @לעיקוואד, איך וואג מיך ניטאמאל צוריקצורופן דא א @שרגא צי א @שליח, ווער וועט אונז שטענדיג אינטערטעינען און דא זיין צו יעדע צייט ווי @זר זהב, און העולה על כולנה, איך האף אז נאר איך האב עס באמערקט, איז אונזער כרכא דכולא ביה, איש האשכולות, וואס יעדע תגובה זיינע האט מיך געמאכט לאכן און וויינען ציזאמען, אונזער באליבטע קרוין @קאווע טרינקער פארשווינדען געווארן??? :cry:

עכ"פ איך בין שוין דא כמעט פון עפענונג, נאר זיך נישט גענומען די מי צו שרייבן, סיי ווייל איך בין אלעס חוץ א שרייבער און ס'קומט מיר אן טעכניש זייער שווער (און דעס איז איינע פון די סיבות אז איך שרייב יעצט, אמאל צווישן די לייבן דא איז מיר עס נישט עולה על הדעת געווען, מיין קאמפלעקס איז געווען געפערליך, אבער יעצט פיל איך ווי ס'איז ממש נישט דא פון וועם זיך שעמען)

לענינינו, הרב קענער. איך האב מיך דא גענומען די מי און דורך געבלעטערט די אשכול, כאטש איך האלט אז עס פארשמירט די אשכול און מדארף טוהן כדוגמת אייוועלט, מאכן א עקסטערע אשכול,
אבער למעשה, גאנצל ודעמי' זאגן סך הכל מיט די פולסטע רואיגקייט און קלארקייט זייער מיינונג, זיי אטאקירן נישט קיין ניקס, און אויך נישט די וואס האלטן אנדערש ווי זיי (עכ"פ דא ווען עס קומט צי סאטמאר רב, אבער ווען עס קומט צי זייער עכטע רבי ר' אהרן דארטן שיסן זיי כטיט היקר חבירינו אבער איז עס כאטש אין צימעס), ער זאגט סך הכל זיין תורה וואס ער איז אויפגעוואקסען, און פונקט ווי ישראל פריעדמאן פון יתד מעג באשולדיגען בנט מיט די דלי"ם און די מזרחיסטישע הרב ליאור מעג באשולדיגען די ממשלה, מעג דער סאטמארער באשולדיגען די ציונים, עס איז גארנישט מער עקסטרעם!! פון די אנדערע זייט קומט טיטאניק און רייסט גרויליג אראפ פערזענליך סיי סאטמארער רב, וואס די סאטמארע ניקס האבן נישט געטוה דא צו אגוד'יסטישע רבנים, סיי פערזענליכע ניקס, סיי א גאנצע קרייז פון טויזענטער יודן.

קיינער האט נישט קיין פראבלעם ווען עס קומט א יאיר צי ווער עס זאל זיין, צי אפילו א פאר הדור אדער ונבנתה, און נעמען זיך רעדן זאכן וואס איז געווען ביי אונז אפגעפרעגט, האסט א ברירה אדער ענטפער ווי א מענטש, אדער קוק נישט. און אז ס'איז צו שווער פאר דיר, גיי קיין אייוועלט ווי די הנהלה וועט זיכער מאכן עס צו באזייטיגען, און לייג אריין קאווע שטיבל אין די ליסטע פון וועבסייטס וואס דו נעמסט דיך אונטער יעדע פיר וואכן אז דו גייסט קיייינמאל מער נישט באזוכען. דעי מקום איז נתייסד געווארן מיט אנדערע צילן פאר אנדערע סארטן.

אבער סתם צו ענטפערן ווי א אומסטאבילע קינד און אטאקירן ווי א קליין קינד אין חדר, רעגט אויף יעדן דא, און קיינער איז נישט דא חושד יואב'ן מיט איבריגע אהבה צי עקסטרעמיזם, און אז דו האסט אים געמאכט עפענען זיין פענע האט עס א סיבה.

קוקענדיג יעצט משולם טענענבוים'ס תגובה ברענגט עס די בעסטע ארויס וואס איך מיין, כאטש ער אטאקירט גראדע יא סאטמאר, טוט ער עס מיט טעם און ברענגט ארויס נקודות שראוי לדון בהם, נישט סתם שיסן נידל, צמצום, בעק דרעק, און שיסן אויסגעזויגענע מעשיות וואס זיינע גרעסטע פיינט האבן די שטארקייט צו זאגן אז עס מאכט קיין סענס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך תמים אום דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:37 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
תמים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:49 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 19, 2014 5:30 pm

ר' תמים: שכוח פאר דיין שיינע הספד וואס דו האסט דא אראפגעלייגט. כאטש איך בין נישט מסכים מיט א סאך פון וואס דו זאגסט, האביך אבער שטארק הנאה געהאט ווי דו באוויינסט די ניקים שהלכו לעולמם. (טייל קיין עולם ביצה. טייל ערגעץ אנדערש.) איך בין אבער זייער שטארק באליידיגט און פיל מיך פערזעינליך געטראפן. אמת, איינס פון מיינע מעלות (צווישן אנדערע) איז אז איך בין א שטיקל עניו. אבער דאך. אריבערצוטראגן אזאלכע בזיונות דארף מען האבן גאר שטארקע כוחות הנפש. והנה: דו רעכנסט אויס א יעדן איינעם. און איך קוקו שוין ארויס בכליון עיניים ווען דו וועסט דערמאנען מיין נאמען. און גארנישט. ממש גארנישט. כאילו איך עקזיסטיר (ח"ו) נישט... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך תמים » דאנערשטאג יוני 19, 2014 5:55 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:ר' תמים: שכוח פאר דיין שיינע הספד וואס דו האסט דא אראפגעלייגט. כאטש איך בין נישט מסכים מיט א סאך פון וואס דו זאגסט, האביך אבער שטארק הנאה געהאט ווי דו באוויינסט די ניקים שהלכו לעולמם. (טייל קיין עולם ביצה. טייל ערגעץ אנדערש.) איך בין אבער זייער שטארק באליידיגט און פיל מיך פערזעינליך געטראפן. אמת, איינס פון מיינע מעלות (צווישן אנדערע) איז אז איך בין א שטיקל עניו. אבער דאך. אריבערצוטראגן אזאלכע בזיונות דארף מען האבן גאר שטארקע כוחות הנפש. והנה: דו רעכנסט אויס א יעדן איינעם. און איך קוקו שוין ארויס בכליון עיניים ווען דו וועסט דערמאנען מיין נאמען. און גארנישט. ממש גארנישט. כאילו איך עקזיסטיר (ח"ו) נישט... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

טייערע זיידע פון שטיבל די פרעגסט מיך פארוואס איך באשרייב דיך נישט פון די ניקים שהלכו מיר קענען קוים ווארטן דיך צו באשרייבן אבער איך בעט דיך גיי שוין אבער שוין!! עניוועי איך מיין אז די ביסט שוין ציגעוואונט דא צי די בושות... פארשטייט זיך איך מאך א ווערטל אבער איך דארף דאך עפעס צירוקפליקן...

מיר דארפן אונזער זיידע וואס טיילט די לאליס און קענדיס וואס און די ווורטואלע וועלט איז עס דיינע סמייליס :cry: ;) :o :lol: :oops: :P :)
תמים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:49 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:16 pm

ענטשולדיגט פאר'ן זיך אריין מישן אבער איך שטעל מיך צו צו אלע וואס בעטן אז מ'זאל נישט פארדרייען די אשכול
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2884
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1124 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:37 pm

מ׳האט אונז באשאפען א סוגיא פון גזירת גלות, געטראפען א פאר מראה מקומות אין אגדה, און דערמיט אפגעווישען מענטשען פונ׳ם אידישע מפה!
אז מ׳וויל אפפסל׳ן אידען, נאך אזןי פיל קומט זיך זיי אויפצוווייזען מיט שכל און תורה אז ס׳איז ריכטיג. און בויען א שיטה הקדושה אויף אגדה איז ליצנות געמאכט פון דער גאנצע מהלך הפסק המקובל מפי פוסקים מדור דור.
פערזענליך האב איך א געפיל אז יעדער וואס לייגט זייער פלאץ אין דער וועלט אלס איינער וואס כלל ישראל הויערט אויף זיין פליצות, אז וואס ער טוט און וואס ער איז און וואס ער מיינט איז מער ווי סתם א איד, נאר ס׳רעפרעזענטירט ׳אידישקייט׳ אדער ׳תורה׳ אדער ׳עם ישראל׳איז חשוד על הרציחה. ער האט שוין געלייגט יעדער נגיעה זיינער אלס העכער ווי סתם מענטשליכער נגיעות.
ווען סאטמאר זאגט אז מ׳טאר נישט רעדען וועגען חלב אין מיל-מרט ווייל סאטמאר פארטרעט דער קעמף אויף ציונות און ממילא זיך שלאגען מיט זיי האט מיט ציונות איז פונקט ווי ציונים זאגען ׳רק בדם׳. אונזער ציל מאכט אונזער בלוט וויכטיגער. דאס איז גילטיג אויף ר׳ מלכיאל׳ס אויסדרוק ׳דער ישיבה מוז האבען א קיום׳ און ווען דער אגודה שווייגט וועגען מציצה בפה ווייל מ׳דארף היטען די קשרים מיט די בא׳אמטע.(עפען א צווייטע אשכול וועגען מציצה הפה צו הערען מיין מיינונג) דאס איז אויך ריכטיג ווען דער בני ברק פארטיי איז מחליט אז נאר זיי רטעווען ישיבות און כוללים, און ממילא דער וואס ברענגט זיי אונטער שטערט ישיבות און כוללים, און ממילא קען מען שוין פארמאכען זיין ישיבה און ארויסווארפען זיין שטיצער'ס פון כוללים.
סדנא דארעא חד הוא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:01 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8590
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:47 pm

שוין אז ס'איז שוין סיי ווי פארדרייט די אשכול
דעמאלט נא אונז זען מיר אלע גרייט צו הערן הננו מוכן ומזומן וואס מיינט גזירות הגלות קודם אין פשוטע עברי טייטש אן קין מקורות נאר טרוקן אין אידיש
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2884
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1124 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:24 pm

טיטאניק האט געשריבן:איך וועל דיר מגלה זיין א סוד כמוס, ביי יעדע סאטמערע חסיד, ליגט זיי באהאלטען א נידעל צווישען די מחילות

ווילענדיג צי נישט, האסטו מודה געווען אז דו גייסט אין א סאטמארע מקוה, און אז דו האסט נישט קיין שמירת עינים אין מקוה!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:35 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:איך וועל דיר מגלה זיין א סוד כמוס, ביי יעדע סאטמערע חסיד, ליגט זיי באהאלטען א נידעל צווישען די מחילות

ווילענדיג צי נישט, האסטו מודה געווען אז דו גייסט אין א סאטמארע מקוה, און אז דו האסט נישט קיין שמירת עינים אין מקוה!!

קומט אויס אז ערוה איז נישט מלאחור...
ממילא קען זיין אז ער האט יא שמירת עינים...
בייגעלייגטע פיילס
Capture1.JPG
Capture1.JPG (48.78 KiB) געזען געווארן 947 מאל
Capture.JPG
Capture.JPG (70.46 KiB) געזען געווארן 947 מאל
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2002
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2523 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:01 pm

פששששש, וואס איז געווארען פון מיין תמימותדיגע אשכול,
כ'האב געפענט דער אשכול וועגען דריי בחורים וואס זענען געווארן פארכאפט, אין יעצט האט מען פארכאפט דער אשכול, מ'רעדט דא וועגען אלץ נאר נישט וועגען די דריי בחורים
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2134 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:51 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:איך וועל דיר מגלה זיין א סוד כמוס, ביי יעדע סאטמערע חסיד, ליגט זיי באהאלטען א נידעל צווישען די מחילות

ווילענדיג צי נישט, האסטו מודה געווען אז דו גייסט אין א סאטמארע מקוה, און אז דו האסט נישט קיין שמירת עינים אין מקוה!!

האסט עם סתם חושד געווען.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5622
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2533 מאל

הודעהדורך טיטאניק » דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:29 pm

גאנצל האט געשריבן:ענטשולדיגט פאר'ן זיך אריין מישן אבער איך שטעל מיך צו צו אלע וואס בעטן אז מ'זאל נישט פארדרייען די אשכול

:like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like
ענטשולדיגט פאר'ן זיך אריין מישן :lol: :lol: ענטשולדיגט פאר'ן זיך אריין מישן :lol: :lol: ענטשולדיגט פאר'ן זיך אריין מישן ענטשולדיגט :lol: :lol: פאר'ן זיך אריין מישן ענטשולדיגט פאר'ן זיך אריין מישן :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1270 מאל

הודעהדורך טיטאניק » דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:31 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:איך וועל דיר מגלה זיין א סוד כמוס, ביי יעדע סאטמערע חסיד, ליגט זיי באהאלטען א נידעל צווישען די מחילות

ווילענדיג צי נישט, האסטו מודה געווען אז דו גייסט אין א סאטמארע מקוה, און אז דו האסט נישט קיין שמירת עינים אין מקוה!!

יא ופשוט הוא, א חיוב גמור צי זיך נוהג זיין על פי מנהג המקום בפרט אין קרית יואל אתריה דמר
:lol: :lol: :lol:
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1270 מאל

הודעהדורך טיטאניק » דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:32 pm

יין שרף האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:איך וועל דיר מגלה זיין א סוד כמוס, ביי יעדע סאטמערע חסיד, ליגט זיי באהאלטען א נידעל צווישען די מחילות

ווילענדיג צי נישט, האסטו מודה געווען אז דו גייסט אין א סאטמארע מקוה, און אז דו האסט נישט קיין שמירת עינים אין מקוה!!

קומט אויס אז ערוה איז נישט מלאחור...
ממילא קען זיין אז ער האט יא שמירת עינים...

איה מחילת כבודו?
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1270 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:34 pm

טיטאניק, בערל בעל עגלה וועט דיר שלעפן אין קארט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4854
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9446 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:45 pm

רויטע וואנצעס האט געשריבן:טיטאניק, בערל בעל עגלה וועט דיר שלעפן אין קארט.

פשט...??? :lol: :roll: :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:55 pm

לאמער נישט מאריך זיין מיט לאנגע דרשות, נאר א קליינעם געדאנק וואס מעדארף וויסן איידער מען רעד מיט א סאקמערע תלמיד/חסיד/בוגר, איבער ציונות/שיטה/כותל/וכו', אזויווי א זעטיגער פארשטייט נישט דעם הינגעריגן, אין א רייכער דעם ארימאן, דער קמצן דער פזרן, אדג.. אזוי קען קען א סאטמערע נישט פארשטיין דעם נארמאלען וועג וואס גאנץ כלל ישראל האט אנגענימען, דאס ליבשאפט וואס א קינד מזרע אברהם יצחק ויעקב האט צי דעם ארץ חמדה נאטירלעכערהייט, האט מען ביי זיי אויסגעריסן עד רדתה, אין געפרעידיגט דאס פארקערטע ר"ל, פונעם זייגן ביזן שלאפן לייגן, מיט דעם איז מען אויפגעשטאנען אין מיט דעם האט מען זיך געלייגט, דאס איז געוועהן די שבת ווארט ביים טיש אין דאס איז דער בעיס אויף וואס דאס גאנץ סאטמערע פארטיי איז געשטעלט.

על כן טייערע ר' טיטאניק, משולם, אין אלע אנדערע באזעסענע רעכטדענקענדע חברי השטיבעל, א שאד ענקער פלאג זיך צי מסביר זיין, א שאד ענקר צייט, זיי וועלן אייך קיינמאל נישט פארשטיין, עד שיקיצו שוכני עפר, אין דער רבי זכיסעיגעןליינע אליין וועט זיי ערקלערן ווי ווייט זיי זענען פארפארן מיט די אזוי געריפענע שיטה. די שנאת ישראל וואס שטארצט ארויס פין ענקערע ווערטער/תגובת , רחמנא לשייזבן, געט א קיק אין די סעמינארן פין ערכים, צוהר, אין נאך אין נאך ווי די אזויגעריפענע אפיקורסים חאלישן אוועק צי הערן דעם דבר השם, הינדערטע פרייע יונגען דענענטערן זיך צי השי"ת נאר דארך די כח פון קירוב (לייען: פארקערט פון הפגנות) נאך נישט געוועהן אזא תקופה פון אזויפיהל בעלי תשובות, אבער ווי געזאגט איז נישט דא וועם צי קאנווינסען, (כהאב זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן)....
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1087
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 898 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1129 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:58 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:טיטאניק, בערל בעל עגלה וועט דיר שלעפן אין קארט.

פשט...??? :lol: :roll: :o


ער ניצט דיינע סמייליס אזוי ווי ס'וואלט געווען הפקר.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4854
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9446 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט