בלאט 1 פון 1

קשר של קיימא, בנין עדי עד?

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 1:35 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
און דער גארער וועלט איז אוועקגעשטעלט א מוסד, אן אינסטוטוציע, פון נישואין, חתונה האבן.
ביי אונז אידן איז עס אויסגעשטעלט לויט די פונקטליכע אדער ב'ערכדיגע הגדרות והלכות פון די תורה.
מיין שאלה וואס איך שטעל דא איז (קודם) מצד דעם סעקולארען פרעספעקטיוו, די שכל אנושי פון אט דעם מוסד הנישואין.
איינמאל מיר פארשטיין די שכל אנושי וועלן מיר דערנאך קוקען אין די תורה (אין א באזונדער אשכול, ביטע), און זעהן וואס די תורה זאגט.
עס איז אייביג זייער וויכטיג צו וויסן אויף יעדע ספעציפישע מצוה, צו דער מצוה איז מהדברים שהשכל מחייב אותם, אדער איז עס פון די חוקי התורה.
דעריבער בעט איך אז מען זאל דא אין דעם אשכול זיך האלטען צום שכל אנושי פון דעם ענין.

מיין שאלה איז וואס איז פשט פון א קשר של קיימא ושל עדי עד. איז דאס לאגיש אז א מענטש זאל זיך אראפבינדן און זיך משעבד זיין צו זיין אנגעקניפט מיט איין מענטש א גאנץ לעבן?

כדי צו ברענגן די שאלה צו א פראקטישן לעוועל, וויל איך שטעלן א שאלה פאר אייך דא.

לו יצויר איר האט אצינד די ברירה צו מאכען א נייע בחירה. לו יציור אז סיי דער מאן און סיי די ווייב זעצען זיך אראפ מיט אן ערענסטע אמתדיגקייט און ווילן מחליט זיין און בוחר זיין מיט די יעצטיגע בחירה.
וואלט אייער בחירה געווען ממשיך צו זיין מיט דעם איצטיגען איש אדער אשה אשר עמדי?

די שאלה האט אסאך נקודות וואס מען דארף באטראכטן. ביטע באטראכטען כאילו הייתי פורטם.