צוליב וואס האבן ליטאים און מאדערענע חתונה?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קעגן די נעט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 31, 2013 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

צוליב וואס האבן ליטאים און מאדערענע חתונה?

שליחה דורך קעגן די נעט »

דער מכה בפטיש איז געקומען צום סוף אזוי ווי ס'איז טאקע די סדר. אבער אזוי אומפארהאפט אין א קעסטעלע אין זייט פון א לענגערע שמועס ווי איך האב זיך געשפירט ווי א יון אין סוכה און נישט געקענט pinpoint וואס מיר באדערט, דער לעצטער ליין האט עס מיר קלאר געמאכט אז איך האב געהאט רעכט. ביים ליינען דעם שמועס וועגן א נייע שטריימל עפאכע אין 'דער איד'' האט עס מיר נישט איינמאל געוואלט צוהאקן עפעס, עפעס אינערליך האט זיך נישט געשפירט די לשונות אפילו פאר מיר וואס איז נישט לאנג צוריק געווען אין די ליין פון קויפן א שטריימעל. איך האב זיך דערמאנט אין דו אשכול אז ס'גארנישט קיין וויץ.
נאר אין אזא סאסייעטי ווי א שידוך האט די ווייניגעסטע צו טון מיט וואס דער בחור וויל, קען ארויס אזא מצב אז א שטריימעל זאל זיין דער הויכפונקט פון די חתונה, באשולדיג נישט קיין אגענטן און נישט קיין מבינים. איין זאץ ליינט זיך אזוי: (וואס אין דעם פאל וואלט מען געדארפט ארויסנעמען "שטריימעל" און אריינלייגן עפעס וואס וואלט אויסגעזען מער געזונטער און נאטירליך.) "מען האט שוין פרובירט צו מאכן אזעלכע אקציעס אמאל, נאר וויבאלד מ'האט געמוזט אראפגיין אינעם געהעריגן שטריימעל געשעפט איז אויסגעקומען אז מען האט זיך געזען מיט אנדערע בעסערע שטריימלעך, אדער האט מען געזען אן אנדערע חתן מיט א טייערערן שטריימעל איז מען אנגערייצט געווארן...

אין א זייטיגן קעסטל האט עס יענער ארויסגעשריבן וואס לאזט שוין נישט קיין צווייפל צוליב וואס מיר האבן חתונה, מיר דארפן נאר יעצט
פארשטיין פארוואס אלע אנדערע אידן האבן חתונה, שטייט דארט אזוי:
"נאך מער. ס'זענען פארהאן חתנים וואס פרעגן: פארוואס עפעס באגרעניצט מען דעם שטריימל, די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן אן, און דעם חתנ'ס גאנצע זאך פון דער חתונה?"
ע"כ

רבונו דעלמא כולה! אראפ מיט די מחיצות, ס'גארנישט דא דארט סיי ווי.
איך בין מוחה!!!

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר