סתם געדאנקען (3)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4249
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3629 מאל

סתם געדאנקען (3)

שליחה דורך טאמבל סאס »

א תאווה זיך צו באהערשן

איך בין ארויס פאר א באזוך אין מיין לאקאלע פאב פאר א גלעזל ביר. איך האב שוין געהאט איינס. כ'דארף נאך איינס, אבער איך וויל מיך באהערשן. איך פיהל אז אויב פארגין איך מיר נאך איז פשט אז איך בין מער נישט מיין אייגן באלעבאס. איך ווער א קנעכט צו די ביר. שפאציר איך ארויס אינדרויסן, פארשמעקט זיך מיר תיכף א ציגארעטל. טאקע אזוי שוואך בין איך אז איך קען נישט אנגיין א האלבע שעה אן א ציגארעטל? און רבש"ע ס'איז דאך נישט געזונט.. אבער וואס וועט דער איין ציגארעטל שאטן? און מילא איז עס עפעס וואס זעט זיך ערשט אן אויף די עלטער. אבער אויב גיב איך מיר אצינד אונטער וועט עס דאך אזוי אנגיין אגאנצן לעבן. און ווי מערער איך קאפיטוליר צו מיינע תאוות אלס שווערער ווערט נאכדעם זיך צוריקצוכאפן. ס'כאפט מיר א תאווה צו באהערשן מיין תאווה און אים שולט זיין אויף אים. איך ווארף זאפארט אוועק דעם גאנצן פושקע.

איך ווענדע מיינע פיס צום נאנטן שאפינג מאל, נעבן די טיר ליגט נעבעך א היימלאזער מענטש מיט א פאום קאפ אויף דער ערד און אפאר מטבעות דערין. איך האב נישט עכט איבעריגע פרוטות אין קעשענע. מיין אינסטינקט איז צו גיין ווייטער און נישט קוקן אויף אים. כ'קען נישט ממש זאגן אז די שערי רחמים זענען אפן אצינד. פונדעסטוועגן האב איך אבער דאך א תאווה צו גובר זיין זיך און אים יא שענקען עטליכע באנקנאטן. א מחשבה'לע האט מיר א שלאג געטאן אין קאפ, "העי, דו האסט דען יא, פאר דיר אליינס, גענוג געלט?" גערעכט, מארגן דארף איך דאך באצאלן די רענט און איינקויפן פאר שבת. איך בין זייער געדרוקט די לעצטע שטיק צייט. אבער דו ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן, כ'האב א תאווה צו ליידן אביסל. אפילו אביסל מער ווי אביסל. מ'שפירט זיך אויסגעלייטערט נאכדעם. איך פיהל א קיינד אף אלטרואיסטישע דערהויבענקייט. איך שפור ווי די פריעדיגע צדיקים און קדושים וואס האבן פון זיך אוועקגעגעבן און געליטן פאר כלל ישראל בפרט, און אפילו פאר מענטשהייט בכלל. איך ווייס אז איך וואלט מיך לייכט געקענט ארויסזען פון דער מצב מיט אביסל מער אנשטרענגונג, אבער דאן פארלירט דאס לעבן באדייט. מען פארגעסט אז ס'איז דא מענטשן וואס ליידן און אז מ'דארף אייביג ארבעטן כדי אז די וועלט זאל ווערן א בעסער פלאץ, פאר אידן פארשטייט זיך.

שפאצירענדיג צו די שכינות'דיגע טרעין סטעישן קומט מיר אין מחשבה דער פארשוין וואס הערט נישט אויף צו קאלן די לעצטע פאר טעג און איך איגנאריר אים יעדע מאל. ער לעכצעט נעבעך פאר א גוט ווארט. ווייסטו וואס, לאמיך אים אנרופן און אוועקגעבן פאר אים א פופצן מינוט. טראצדעם וואס ס'איז מיר עכט נישט אינטערעסאנט. און איך וואלט אנשטאט דעם געקענט צוהערן צו אנגענעמע מוזיק פון מיין וואקמען. אזוי רעדענדיג דערמאן איך מיר מיין שכן מיט וועם כ'האב נישט לאנג צוריק געהאט א שווערער ווערטער געפעכט. דאס איז עס. ס'מוז קומען א ענדע צו זיין געפירעכץ. די אופן וויאזוי ער לייגט אן די האלוועי מיט זיינע קערידזשעס און גארביטש בעגס. אוי וועל איך אים שפעטער אריינגעבן. טאקע ווען איך לייג אראפ די טעלעפאן מיט דעם ערשטן. ער מיינט אז איך בין אזא לעמעלע און איך כאפ נישט וויאזוי ער רייט אויף מיין גוטסקייט. כ'האב ביז היינט געשפיהלט ווייל כ'האב אים געוואלט געבן דאס גוטע געפיהל פון מיין הכנעה פאר אים. נאו מאר.

המממ. ווייסטו וואס לויפט מיר אדורך א מחשבה. יעצט טאקע איז די צייט צו ארבעטן אויף מיין טעמפער. די געשמאק פון קענען בלייבן קאלט און נישט איבערגענומען ווערן איז נאכאלס מער ווערט ווי דער נצחון געפיהל. איך האב א תאווה צו הערשן אויף מיינע אינסטינקטן כדי אזוי ארום זיך זעלבסט שטארקער צו מאכן. איך בין נישט גרייט צו פארציכטן אויף די טעם פון האבן אזא גוטס וואס צו ענטפערן אבער זיך האלטן די ציינער אייזן פעסט און יענער זאל נאך מיינען אז איך בין א געראטענער טיפש. דאן וועל איך וויסן ביי מיר אז איך בין א שטארקער כאראקטער. איך קען זאגן לא מיט אן אלף. א כח המעצר ווי מיין רבי פלעגט זאגן. און אז ס'איז שוין סייווי אזוי, לאמיך שוין אים אביסעלע פארשטיין אויכעט. וואו קען איך זיך אריינלייגן אין זיינע שיך אזוי ארום ארויסצוהאבן בעסער פארוואס ער פירט זיך אויף אזוי. אפשר וועט מיר דאס נאך אויך העלפן און פארשטיין אנדערע מענטשן און קענען בעסער קאמיוניקירן און האנדלען מיט אזעלכע קאמפליצירטע סארט.

איך קום אן אהיים. מיין פרוי קאלט מיר שוין פון נאכמיטאג. זי איז קענטיג אין היץ. איך פיהל אויך אז איך קען נוצן אביסל דיסטרעקשן פון די צופיהל ראיות אסורות וואס כ'האב געזען אין גאס. מיין הארציגע ווייבל טאפט שוין ווי ביי איר אין וויין גארטן. זי לאזט מיר ניטאמאל אויסטון דעם אויבערראק, ממש ווי ביי אן אלטן. מוליך ומביא, מוציא ומכניס. די תאווה ברענט מיט פייער. פלוצלונג געב איך מיר א האסטיגן שטעל-אפ. ניין! איך גיי מיך מתגבר זיין אויף מיין חשק. וואו איז נאך דא א בעסערע טשאנס צו פראקטאצירן מיינע זעלבסט-ריסטרעיניג סקילס. איך קום געשיקט אויף מיט א קנאקעדיגן תירוץ פאר מיין ווייב. שרעקליכע קאפ-ווייטאג איז עפעס וואס ווערט אפנים ערגער מחמת תשמיש המטה, מ'קען עס נאך חלילה איבערכאפן אויך; איבערהויפט אויב עסט מען א באנטש חריף מיט קנאבל, און זי האט עס אפגעקויפט.

דעם נעקסטן צומארגנס האב דער כולל ערב ובוקר פאר מיר אויסגעזען ווי א אנדערען פלאנעט. די לעצטע מאל איך בין דא געווען האב איך נאך קיין קינדער נישט געהאט געמאכט. אצינד זע איך אז ס'האט זיך מיר געלוינט דאס נעכטיגע התגברות אויף מיינע מאטריאליסטישע תאוות, סיי בגשמיות, איך פיהל שטארק בכח צו קענען אראפלייגן א דאווענען ווי ס'דארף צו זיין און אנהויבן דעם טאג ווי א נארמאלע מענטש, און אויך ברוחניות. איך וועל קענען אפילו אראפזעצן זיך, אריינקוקן אין א אידיש ספר לפני התפלה ווי די חסידים הראשונים שהיו שוהים.

דער דאווענען היינט איז ספעציעל דערהויבן געווען. טראצדעם וואס איך האב געפיהלט ווי די יצר איז מרקד בתוכינו און פארשלעפט מעגליך אוועק מיין דאווענען צו די סטרא אחרא רח"ל, האנס די ווערטער האבן זיך צו לייכט און געשמאק ארויסגעזאגט פון מויל, (ווען עפעס קומט אן מיט א געשמאק, פלעגט מיין מורה דרך זאגן, דארף מען חושש זיין אז די שטן האט א האנט דא) איז אבער געווען, אין שוהל, א בעל שמחה היינט. ער האט אהערגעשטעלט א געשמאקן תיקון צו פארזוכן. קעיק, ברוינפן, הערינג און אייער קיכל. דער לעילו נשמת און לרגל דער רך הנימול פיגורירן אויף אלע ווענט און אפגעשניטענע קארבארד שטיקלעך. עס וועט זיכער זיין א טובה פאר די נשמה. ספרים זאגן דאך גרויסע זאכן אויף א תיקון. וואו דען זעט מען דעם בעל שם טוב אין קראפט אויב נישט נאכ'ן דאווענען, ווען אידן וואס האבן אט געענדיגט שופך שיח זיין, נאך מיט'ן טלית איינגעהילט, זעצן זיך מאכן א ברכה און פארזוכן א שטיקל קעיק, נאכזאגענדיג א דבר תורה צוויי. און אז מ'פארבלייבט נאך א צוויי שעה לערנען א געשמאקן סוגיה מיט רש"י תוסי' איז נישטא קיין גרעסערע עולם הזה פון דעם. געלויבט דער פון אויבן אז איך האב שוין דעם תאווה צום לערנען. קוק אנדערע מוטשען זיך אזוי צו קענען איינזיצן אפאר מינוט און זיך צובינדן צו א ספר. און אפן גערעדט, איך האב עס שטענדיג געהאט לייכט. כ'האב קיינמאל נישט עכט געברויכט זיך שלאגן מיט זיך אויף צום לערנען. מעגליך אז מיין נסיון אויף די וועלט איז נישט נהנה צו זיין פון די כבוד וואס דאס לערנען שעות אין א ציה -- און קענען נאכדעם אלץ איבערזאגן -- ברענגט מיך.

איין מינוט, הענג אָן א סעקענד. וואס האב איך יעצט געזאגט? עולם הזה? דאס איז עס. דער יצר האט מיך אזוי מצליח געווען צו פארכאפן. לאמיך שוין אנטלויפן. עולם הזה איז תאוות. הנאה האבן פון לערנען איז אויך תאוות. מענטשן וואס גייען נאך זייערע תאוות קומען אן צום סוף צו דאס ערגסטן. די מותרות, פארגעניגנס און תאוות פארטעמפטן דעם קאפ און לאזן נישט טראכטן. און אודאי איז נישטא קיין גרעסער טפשות פון זיך נאכגעבן די תאוות ווי א שוואכלינג.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
רעאגיר