מיין סורפרייז תירוץ אויף א באמבע קשי'

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יושב אהל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2013 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

מיין סורפרייז תירוץ אויף א באמבע קשי'

שליחה דורך יושב אהל »

טייכן טינט און שפייעכץ זענען שוין פארגאסן געווארן צו פארענטפערן די באמבע קשי' נעמליך פארוואס דער עולם בלייבט צאלן די טייערער רענטן און מציעט זיך נישט ארויס ערגעץ אנדערש פאר ביליגער.
איך אליין האב שוין די שאלה דורכגעדרעשט און געווינדשויפלט מיט פארשידענע סברות לכאן ולכאן. אבער דאס איז געווען ביי מיר קלאר, אז איך וועל נישט זיין כאחד השוטים, און יבוא יונה, די רגע איך וועל דארפן טוישן דירה, וועל איך בשום אין אופן נישט צאלן די געשוואלענע פרייזן, נאר מקיים זיין דעם לך לך מארצך מולתך מבית אביך צו א פלאץ וואו דאס לעבן איז ביליגער.
מיין אידענע איז נישט פון די סארט וואס מוזן וואוינען אונטערנס מאמעס פארטוך, מיין פאטער וואלט מיך אויך נישט געשטערט פון אוועק מופן, איך פערזענליך גלייך נישט עפעס איבריג דער ישיבת כרכים קשה. דעריבער האב איך קיינמאל נישט געזען א זאכליכע סיבה פארוואס איך זאל מיך נישט אויפהייבן און פאקן פעק.

אלעס האט זיך אבער געטוישט די וואך. די טאג איז אנגעקומען וואס איך וועל דארפן פארלאזן מיין באליבטע דירה (איך מאך יעצט מיט רדיפות און פיזור הנפש און ווער סוויל קען מיך אינזינען האבן אין זיינע תפלות ולמצוה גדולה יחשב) באין ברירה האב איך אנגעהויבן ארויסלייגן אלע אפציעס אויפן טיש, און הערט און שטוינט.

קרית יואל איז נישט קיין אמתער אפציע ווייל איך געהער נישט אמת'דיג דארט ווי אויך האב איך א נאנטע קרוב וואס האט זיך מיאוס אפגעבריעט און סאיז סאיז שוין געבליבן א טינא
מאנסי, האב איך מיך שנעל איבערצייגט אז די דירות פרייזן זענען בכלל נישט ביליגער - אפשר מיט א משהו - אז סזאל זיך לוינען אהינצוגיין.
לעיקוואד, אויסער דעם גרויסן טויש פון א גענצליך פרעמדע סביבה קומט צו די טייערע הוצאה פון שכר לימוד ווען דאהי האב איך וואוטשערס.
צוליב וואס איך זוך נישט צו קויפן נאר צו דינגען איז קאנעטיקוט און בלומבערג נישט קיין אפציע אמת'דיג ווייל א מענטש ציעט זיך נישט אין א מדבר נאר ווען ער ווייסט אז ער קריגט כאטשיג דערפאר א הויז אבער אן דעם מאכט עס נישט קיין סך סענס.
קצרן של דברים, אויסער דעם פאקט אז איך וואלט געדארפט אויפגעבן צוויי פרנסות און איבערלאזן א לעבנסשטייגער צו וואס איך בין באמת גרייט געווען, בין איך אבער געקומען צו די אנערקענונג אז כמעט אין ערגעץ שטיי איך נישט אויס צו פארדינען אויף אזויפיל אז סזאל זיך מיר לוינען.
וממילא אז איינער פרעגט מיר פארוואס דער עולם מופט נישט איז לענ'ד דער תירוץ נישט ווייל מוויל די מאמעס געפילטע פיש, מענטשן זענען נישט אזוי נאריש, נאר ווייל אין רוב פעלער אויב טראכט מען אויפריכטיג איז נישטא קיין אלטערנאטיווע און עס ווארט נישט אפ קיין גליקן אין ערגעץ לעת עתה.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר