יציאה לשאלה קעגן יציאה לחירות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

יציאה לשאלה קעגן יציאה לחירות

הודעהדורך אליבא דאמת » דינסטאג יולי 01, 2014 2:28 pm

די בלאג "אידיש מיט אן אלף" האלט אין איין סערפרייזען מיט די מעכטיגע ארטיקלען איינס בעסער פון די אנדערע. יעצט איז ארויף א זעלטענע גוטע ארטיקל פון בן זומא, ווי ער רעדט וועגן די וואס גייען OTD און אז מ'דארף נישט אינגאנצען איבערלאזן אידישקייט נאר ווייל מ'איז אינטערדריקט פון די רשעות און משוגעתן פון אונזער סאסייעטי.


יציאה לשאלה קעגן יציאה לחירות
Off the Derech vs. a Path to Religious Freedom
פֿון בן זומא

מיר זענען אין דער לעצטער תקופה עדות צו אן אויפשטייג אין דער צאל “יוצאים בשאלה”, אידן וואס פארלאזן דעם חרדישן לעבנסשטייגער און ציען זיך אריבער צו דער סעקולערער וועלט. א ווידעאו וואס איז אין די לעצטע וואכן פארעפנטליכט געווארן ווייזט וויאזוי א גאנצע משפחה אין ארץ ישראל האט אינאיינעם גענומען דעם שריט און אויפגעטוישט אידישקייט פאר סעקולאריזם.

מענטשן זענען אנטוישט אין דעם חרדישן לעבנסשטייגער. מילא. עס זענען אין אונזערע רייען פאראן א סך אזעלכע. א סך פילן זיך דערשטיקט; נאך מער פילן זיך סתם אומבאקוועם. דער חרדישער חינוך סיסטעם איז זיך נוהג צו מאכן איין גרויסן קוגל פון אלעם וואס די קולטור שטעלט מיט זיך פאר. די תוצאה פון אזא מהלך איז, אז אידישקייט איז פון א “פיראמיד”, וואס פארמאגט א הויכפונקט, א שפיץ, פארוואנדלט געווארן אין א פלאכן, איין-שטאקיגן בנין, פול מיט אלערליי אומזינען און אמונות טפילות. יעדע מסורה, מנהג, און גזירה – אריינגערעכנט אזעלכע וואס זענען געבוירן געווארן דורך קרימע קעפ און הערצער פארשוואנגערט מיט פריוואטע חשבונות – בויט צו נאך א פליגל צו דעם דאזיגן משוגעים-הויז. און וואגן זאלסטו צו שטעלן א טראט אהין אדער אהער, אפילו אין דער געביידע זעלבסט.

מענטשן וואס פארמאגן בלויז א משהו שכל אין קאפ אדער א טראפן רגש אין הארץ, פילן זיך פארגוואלטיגט. סתם עולם המון עם פילט זיך אין תפיסה. דער אוניפארם און קאנפארמיזם בכלל זענען געווארן איין קוגל מיט “אנוכי” און “לא יהי’ לך”, און ווען עמיצן איבלט פונעם טיפשות-און-רשעות צוואנג, ברעכט ער שוין אויס אויך די עיקרים מיט וועמען די נארישקייטן זענען שלא ביושר צונויפגעבינדן געווארן. אזעלכע מענטשן לאזן זיך ארויס אויפ’ן וועג קיין “שאלה” – ווארפן פון זיך אראפ דאס גאנצע געפעק פון שטיינער און קלעצער, און גייען ארויס צו דער גרויסער, פרייער וועלט.

די צווישן אונז וואס טראכטן יא אביסל, דארפן זיך נעמען אן אנדערן מהלך. מיר דארפן זיך אומקערן צו אידישקייט. אויך מיר ווילן ארויסגיין, אבער מיר ווילן נישט גיין אויפ’ן זעלבן “שאלה”-וועג, וואס פירט אוועק פון יהדות. מיר ווילן אוועקגיין פון דעם מאדנעם חרדיזם געשפענסט; מיר ווילן אנשטאט זיך קערן צו אידישקייט. מיר ווילן א וועג פון חירות, נישט א פחדניש אנטלויפן פון אונזער מורשה און מסורה. מיר ווארפן אפ א פארפוילטע קולטור פון כבוד און מאכט אויפ’ן חשבון פון גאט, זיין תורה, און זיין פאלק, און מיר נעמען אויף דעם פלאץ מיט ליבשאפט אויף דעם עול מלכות שמים – וואס איז פריי פון דעם שלעכטס.

אידישקייט באשטייט בשום פנים ואופן נישט פון די אלע צוטשעפענישן, וואס קיינער דארף במילא נישט. דער צונויפשטעל פון יהדות און חרדיזם איז, ווי דער מנהג איז אין אונזערע מקומות, א צוואנגס שידוך, אין וועלכן די ערשטע און לעצטע דעה האט דער שגעון פון וואס די גאס וועט זאגן. אויסער צופעליגע ענליכקייטן האבן די צוויי קיין שום שייכות נישט, און ס’ליגט אויף אונז דאס אחריות פון זיי אפטיילן, לכל הפחות יעדער ביי זיך אין קאפ.

די יציאה לחירות הייבט זיך אן אין קאפ. די שריט למעשה וועלן במילא נאכקומען. איינמאל מיר וועלן זיך באפרייען דעם מוח, וועט דארט ווערן פלאץ פאר ישרות און אידישקייט, און מיר וועלן קענען קלאר און אידיש טראכטן וויאזוי צו גיין פון דארט און ווייטער. מיר דארפן פון זיך ארויסשלאגן דאס עבדות, וואס איז אויף אונז ארויפגעצווינגען געווארן. דער קאפ, טייערע אידן, איז דאס לעצט-פארבליבן פלאץ וואו קיינער האט נישט און קען נישט האבן קיין צוטריט. לאמיר דארט אנהייבן. לאמיר ארויסטרייבן די רוחות רעות און לאזן די תורה זיך דארט באזעצן אנשטאט. אנדערש ווי עס זעט אויבנאויף אויס, זענען די פעולות למעשה גרינגער ווי אמת’ע פרייהייט אין קאפ. ווען מען באפרייט זיך פון די קאפ-קייטן, פילט זיך עס אין דער לופטן און יעדער קען עס זען. פון דארט ביז אידישקייט איז דער וועג זייער קורץ.

מיר וועלן נישט אנטלויפן ווי שוואכלינגען און איבערלאזן די אינפארסטרוקטור פון אונזער קהילה און געגנטן צו די הענט פון מאכט-הונגעריגע מענטשן. מיר וועלן דא בלייבן, מיר וועלן דא מתקן זיין. מיר וועלן נאך דערלעבן אין פריידן אויסצוקלאפן אין די שולן, אז וועמען עס געפעלט נישט אידישקייט, זאל מוחל זיין און זיך אריבערציען צו די קליינע, ווייניג פארבליבענע חרדישע קהילות…
באניצער אוואטאר
אליבא דאמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 12:42 pm
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 261 מאל

הודעהדורך אליבא דאמת » דינסטאג יולי 01, 2014 2:34 pm

אין פאליש איז איינער געווארן אינספייערט פון דעם ארטיקל, און ער האט געשריבן א אייגענע שיינע ארטיקעל. ווי פאלגענד

ומצפים לישועה - א גלות איד איז עמיצער וואס בלייבט ביים האפן
פון: וועקער

ען איז שוין נמאס פון הערן און לייענען נאכאנאנד ווי פאלש אידישקייט איז אין אונזערע קאמיוניטיס. מען וויל זען טשעינדזש. די בלאגס און פארומס יאווען זיך אין די מאסן, די שמועסן צווישן די אינגעלייט ווערן מער און מער מגושם, אפילו באלעבאטים טרויען זיך צו שטעלן אין פראגע צייכן זייערע א פסק פון זייער רב אדער דיין. די אפשיי צו די צימערמאן קליקעס ודומיהן קען מען שפירן אין די לופטן צווישן די "נארמאלען" עולם. מ'איז שוין מיד פון די אלע נייע פירצות פארשרייעונגען און פרישע תקנות וואס שפראצן ארויס ווי שוואמען נאך א רעגן מיט וואסאַ וואך שפעטער. יעדער פרעגט זיך, "ווער וועט אונז באפרייען פון דעם יאך אין וועלכן מיר זיצן איינגעשפארט?" עס וויל אבער קיינער נישט זיין דער נחשון. עס האט קיינער נישט די דרייסט ארויסצוקומען ברבים און צוריקשפייען די רבנים המשתלטים על הציבור, אין פנים אריין. און אז ס'איז שוין יא דא עמיצער וואס איז גרייט דערפאר, האט ער נישט די יכלותן. אז עס ס'געפונט זיך שוין יא א בר הכי - א עסקן - וואס זאל האבן די קוראזש אונטערצונעמען די ארבעט פון צוזאמענעמען חתימות פון עלטערן פאר א נייע מוסד -- וואו ס'וועט נישט הערשן קיין יחסנות און וואו מ'וועט מער נישט דזשאדזשן קיין מענטשן לפי זייער אידישקייט ע"פ תורת ח"ס און וואו עדיוקעישן וועט זיין אויף א גענוג הויכע לעוול צו ערמעגליכן דאס קינד אריינצוגיין אין קאלידזש -- איז אבער נישטא דער עושר וואס זאל אינטרעסירט זיין צו שטיצן אזא ציהל. און גערעכט איז ער דער עושר. אז ער האט געלט אליין צוקענען דורכשמוגלען זיך מיט אלעמען דורכ'ן שמירן ווי מען ברויך אין די הויכע קהילה פענצטער, און אמאל נאך מאכן געלט אויף די ארימע בני הקהילה זעלבסט, דאן וואס גייט אים אן וואס זיינע ברודער ליידן? און די סיבה איז פשוט, ווייל ער ער וויל זיך נישט צעהארגענען מיט די משפחה און חבירים. איז במילא אצינד ווייטער נישטא קיין חילוק צווישן אים און דער פריער דערמאנטן בר הכי. און לאמיר זיך נישט נארן, נישט נאר איין בר הכי פארלאנגט זיך פאר אזא עבודה. מ'דארף א חבורה פון שטארקע איקסלען און מענטשן וואס זענען גרייט צו פארלירן זייער גאנצע סופארט בעקגראונד אין ארדער אז אזאנס זאל צושטאנד קומען. אבער קיינער וועט נישט לייקענען אז אזא חבורה איז פארהאן. די פולע פארומים און גרופעס, פעיסבוק און טוויטערס, זענען עדות צו א שיינער עולם וואס געפונען זיך ביי דעם מיינונג.

איז וואס טוען אלע? מ'באהאלט זיך אונטער די שלייער פון אנאנימיטי און אויף די אינטערנעט שימפט מען און מ'שעלט צוזאם על כל הקודש לנו. קיינער איז נישט גרייט צו ליידן דאס וואס ס'פעלט זיך אויס כדי אז מען זאל מצליח זיין -- אפילו צו קענען טראכטן -- פון אנהויבן איבערצוטוישן די אויסזען פון אונזער פארדארבענע ראדיקאלע לערע אידישקייט. וואו זענען די היראוס? וואו זענען די וואס האבן נישט מורא צו גיין אנטקעגן די שטראם? וואו זענען די וואס זאלן גרייט זיין אוועקצוווארפן זייער מנוחת החיים, צעשלאגן זיך מיט די גאנצע וועלט, אזוי אז אונזערע קינדער זאלן באקומען בעסערע עדיוקעישן, האבן בעסערע שידוכים, און א רעלאטיווילי בעסערע קוואליטעט לעבן? וואו זענען די געוואלדיגע חכמים און אדורכגעטראכטע מענטשן וואס זוכן אזוי שטארק די וואוילזיין פונעם יחיד?

אהה, אוודאי זענען דא אזעלכע. אבער זיי האבן שוין לאנג כפרות געשלאגן מיט דעם סיסטעם. זיי האבן געזען מיט וועמען עס האנדלט זיך דא האבן זיי מחליט געווען, אנשטאט צו זיצן און ווארטן ביז מיר אלע וועלן זיך אויפוועקן, וועלן זיי תיכף אויפהייבן זיך און אונז איבערלאזן אויף גאט'ס בעראט. דא זיצן מיר און שרייען ארויס פון בור אז מיר דערשטיקן זיך. בשעת ווען אונזערע חבירים וואס זענען ביז נישט לאנג צוריק געזיצן מיט אונז האבן געהאט גענוג דרייסט אפצושאקלען זיך פון אלעם און אפיאגן פון דאנעט. גערעכט, מיר פארמאגן נישט די קוראזש צו טאן דאס וואס זיי האבן געטאן. און אפשר זענען מיר אפילו באקוועמער דא, ווי זיי זענען געווען אויף אנצוהויבן, אבער כאטש וואלטן זיי געקענט טאן די ארבעט פאר אונז. ברענג מיר נאך אזעלכע סארט חברה, לאמיר זען צו מ'קען מאכן א שותפות. מיר וועלן שטיצן שטילערהייט, און זיי וועלן זיין די בוליס וואס וועלן נישט מורא האבן ארונטער ציווארפן די רבנים און עשירים וואס רייטן אויף אונז שוין אזויפיהל יארן.

אבער דו ווילסט וויסן דעם אמת? זיי זענען נישט נייגעריג און אזא געשעפט. איך דארף נישט דיינע טובות זאגן זיי. די סיסטעם איז א פארדאבענע. ס'נישטא וואס צו פאררעכטן און איבערמאכן. ליבערשט וועלן זיי אנטלויפן פון דא ווי איידער אריינצולייגן מיה אין פרובירן עס צו רענארווירן. די סיסטעם איז אזוי שטארק פארדארבן, אז אפילו מיר וואס האסן איר אזוי, האבן נישט די מינדסטע דרייסט און אינטערעסע עטוואס איינצושטעלן כדי איר אונטערצוברענגען. מיט אזא מיליטער ווער דארף נאך שונאים? מיט אזעלכע געלערנטע ווער דארף נאך נאראנים? און גערעכט זענען זיי. אויב מיר זענען נישט גענוג אינטרעסירט אליינס זיך צו העלפן, ס'איז אונז באקוועמער צו זיצן און לאזן א צווייטן שוויצן, דאן דעזערוון מיר נישט בעסערס. מיר האבן זיך דערקלערט אלס טראכטער.. דענקער.. פיליזאפירער.. שטודירער. מיר זענען איינפאכע עצלנים.. פחדניקעס.. עגאאיסטן.. און סעלפישע מענטשן. מיר ווילן אז אנדערע זאלן מאכן דער ארבעט פאר אונז.

פחדניש זענען מיר וואס האבן מורא ארויסצוגיין קעגן אונזערע רבנים און פירער במחאה אדירה. "דו ווארפסט ארויס מיין קינד ווייל איך האב אינטערנעט? נאו פראבלעם! איך עפן אויף מיין אייגן ת"ת און סקול." "דו סטראשעסט אז דו וועסט יעדעם אסר'ן צו שטיין אין קאנטאקט מיט מיר? מיר וועלן אלע זיך אפברעכן און עפענען אן אייגן שולכל." דאס מיינט קוראזש! נישט קיין וואונדער אז מענטשן ווארפן אראפ דאס גאנצע געפעקט און לויפן ענדישער לחירות. ווייל אז זיי זעהען אז מיר, וואס האבן בעסערע מעגליכקייטן ווי זיי, וועלן גלייכער זיצן און פאטשן זיך די בויך אזוי לאנג ווי עס גייט גוט די משפחה און מיין געזעמל ארום, טראגן זיי אפ וואו די אויגן נעמען זיי. קיינער גלייכט נישט קאמפלעינערס וואס זיצן מיט די הענט אין די טאש און אלס וואס זיי קענען איז שרייבן אפאר בייסיגע ארטיקלען, ארויסגיין באהאלטענערהייט צו א גויאישע-סטיל פארברענג, אזוי לאנג ווי קיינער דעקט נישט אויף זייער אידענטיטעט. און די וויץ איז אז מיר ווילן אלעס האבן אויף דער לייכסטער אופן וואס איז נאר שייך. מיר ווילן א געשמאקער אידישקייט מיט טשויסעס, אבער אהן אריינשטעקן א פינגער און קאלט וואסער. בלייבן צוגעדרוקט דאס גאנצע צייט צום טאטנ'ס טעשל און אונטערן מאמע'ס פארטוך.

די שוואכלינגען זענען נישט די וואס אנטלויפן. כאטש שטעלן זיי עפעס איין דערפאר. זיי פארלירן אסאך דורך דעם. און זיי העלפן נאך צוברעכן די מאכט פון די רבנים אסאך בעסער ווי אונז. די שוואכלינגען זענען מיר וואס העלפן אויפבויען אונזערע אינפראסטראקטור און פיטערן כבוד, געלט און פאווער פאר מאכט הונגעריקע מענטשן. די שוואכלינגען זענען מיר וואס אנשטאט צו חלומ'ען פון דערלעבן אויסצוקלאפן, קלאפן מיר נישט שוין צומארגנס אויס אין ביהמ"ד אז מיר עפענען א נייעם מוסד וואו נישט קיין חילוק צו דו וועסט האבן אינטערנעט אין שטוב אדער א פינף און צוואנציג יעריגע קינד אין שטוב ביסטו הארצן גערן וועלקאם ביי אונז.

קיין שום תירוץ ארבעט מער נישט. יעדער איינער פון אונז וואס האט א קינד אין א מוסד אדער וואס אנגעהערט צו איינע פון די היימישע קהילות וואו עס זיצן אויבן רבנים מחריבי הדעת און אנגעפראסענע אידן וועלכע פאשען זיך דאס בויך אויפ'ן חשבון פון די כולל אינגעלייט, איז א שותף למעשי בורא שית.

איך רעד צו דיר! עס איז מעגליך אז דו זיצט אפשר און דו לאכסט ווי לייכט דיין לעבן גייט דיר, אויב אזוי מיט וואספארא רעכט קומסטו שעלטן און פארפירן אויף די שמאלקעפיגקייט פונעם ציבור. ביסט שוין נישט בעסער ווי דער גוי וואס האט אונז פיינט צוליב דער מצומצמ'דיגער לעבן וואס מיר האבן זיך אויסגעקליבן, אבער בלייבט בלויז ביים רעדן אנשטאט -- זעהן ארויסצווייזן אביסל מער ווי סתם טאלעראנץ און -- אויסשטרעקן א האנט צו דערלאנגען עדיוקעישן פאר אונזערע קינדער. און אויב איז דיין טענה אז דו האסט רחמנות אויף די ווייניג טשויסעס וואס מען געט פאר אונזערע קינדער, לאמיך זען טיה דו עפעס למעשה אונז ארויסצוהעלפן; אויב ביסטו יא אזוי מזל'דיג אז דו קענסט אפקומען מיט אפאר דאלער און לעבן אין שוואוילטאג אפילו בתוכינו.

ווילסט הערן וואס איך טראכט? איך טראכט אז ס'פאסט דיך נישט אז אלע געלונגענע שטארקע הערצער לאזן דיך איבער אויפ'ן וואסער און בויען זיך אן אייגענעם געמיינדע אינדרויסן פון די גאנצע אידישקייט וועלכער דו חלומ'סט איבערצובויען. בלייב ביים חלומ'ען. איך טראכט אז דו ווילסט זיך אוועקדרייען פון דעם גרויסן באשילדיגונגס פינגער וואס דראהעט אין דיין ריכטונג און מאנט פון דיר פארוואס דו האסט אוועקגערויבט דיינע קינדער'ס פרייע בחירות אין גאלדענע צוקונפט אין לעבן. איך טראכט אז דו ציטערסט פאר די טאג ווען דיינע קינדער וועלן דיך אריינפירן אין האום און די לאזן סעקען דארט מיט א אויסגעלאשענעם טעלעוויזיע פאר זיבן קראנקע יארן וואס וועלן זיך ציען ווי א אייביקייט. איך טראכט אז דו האסט מורא פון דעם טאג וואס די נוירס אין די האום וועט אריינקומען טוישן דיין מי רגלים זעקל און בשעת'ן באטראכטן דיין באשייטלטע רעקל'דיגע משפחה ארום דיר, וועט זי טראכטן, "What a wasteless bunch he's brought up."

אינספייערט מחמת בן זומא'ס לעצטער ארטיקל http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/179595/
באניצער אוואטאר
אליבא דאמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 12:42 pm
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 261 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 01, 2014 5:59 pm

וונבנתה עומד ומנבא כישעיהו בשעתו.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3708
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7505 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג יולי 01, 2014 6:46 pm

די ערשטע ארטיקל (פון בן זומא) איז געוואלדיג. איך טענה שוין לאנג אז די אלע אזוי ווי מיר וואס ווילן לעבן און אויפציען די קינדער אויפן ריכטיגע ערליכע דרך, לויט אונזער הייליגע מסורה די תורה הקדושה, מיר מוזן זיך אפלאזען פון די מאדערנע און אפגעפארענע OTD רבנים און מויל מאכער וואס פירן אונזער געמיינדע מיט געפערליכע אפנויגונגען און חידושים אשר לא שערום אבותינו. חז"ל האבן אונז געגעבן א קלארע סימן אז א ביישן, רחמן און גומל חסד איז א איד, און ווייס ווערסא...

די צווייטע (פאליש) ארטיקל ציפט גאר שטארק. יענער איז דאך אזוי גערעכט. וואס וועלן מיר ענטפערן ביום הדין וביום התוכחה? מיר קענען טון אזוי פיל אבער מיר זענען עובר אויפן לא תגורו. ס'צייט אויפצומאכן דאס מויל אביסל און שרייען צו די מלכים (נישט קיין טעות) המשחיתים. הרף ממנו! גייטס קיין גוואטאמאלא מיט די אנדערע אפגעפארענע אידן און לאזט אונז מיט אונזערע קינדער זיין ערליכע אידן נאמנים להשם ולתורתו.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2888
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6664 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 02, 2014 8:29 pm

די צווייטע ארטיקל איז בערך די זעלבע וואס יאיר שרייבט דא:

viewtopic.php?p=166824#p166824
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15243
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18427 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron