מתנחלים שיקן בריוו צו סאטמארע ברודער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

מתנחלים שיקן בריוו צו סאטמארע ברודער

הודעהדורך נח בער » דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:50 pm

בס"ד

צי אינזערע טייערע סאטמערע ברודערס,

אונז האב מיר זיך מתבוננן געווען אין די ווערטער פון ענקער רבי'ן שליט"א און אונז האבן באשלאסן אז ער איז הינדערט פראצענט גערעכט. אונז וויל מיר תשובה טון. אונז ווילן אוועק גיין פון אונזערע שלעכטע דרכים און ווערן סאטמערע אידן, אזוי ווי ענקער רבי וויל.

אונז וועלן איבערלאזן אונזערע פשוט'ע און ארעמע לעבנ'ס, אונזערע ביידעלעך און שעפס'עלעך, אונזער כוללים אין ישיבות ווי אונז האבן געלערנט אין געלעבט מתוך הדחק, וואס אונז האבן געמיינט אז דעס איז מסירות נפש מקיים צי זיין די מצות השם, אונז וועלן איבערלאזן וואס אונז האבן ביז יעצט געמיינט איז עבודת ה', און אונז וועלן זיך אוועקציען פון ארצינו הקדושה און גיין קיין אמעריקע.

אין אמעריקע וועלן אונז בויען א נייע אידישע ישוב. די גוים וואס וועלן זאגן אז זיי ווילן נישט קיין אידן אין זייער חצר וועלן מיר אונז ערשטענ'ס אויסשפילן מיט אלע עורמות און שפיצלעך, ווי למשל זיך אנטאן מיט א קסקט אין זיך דרייען מיט א כלב (אין ארצינו הקדושה איז עס טאקע א עבירה צי גיין וואוינען צווישן גוים וואס ווילן דיך נישט האבן. אין אמעריקע איז עס א מצוה) און ווען זיי וועלן אונז בעטן צי זיין אזוי גוט און זיך האלטן צי זייערע זאוינינג געזעצן וועלן אונז גיין און מייסד זיין א אייגענע ממשלה, אזוי וועלן אונז קענען טון וואס אונז ווילן אן דארפן זיך מתייחס זיין צי זיי.

נאכדעם וואס אונזער אידישע אוטונומיה וועט זיין א פאקט וועלן אונז איינשטעלן א געהעריגע ממשלה, מיט אייגענע משטרה, מכבי אש, הצלה, סניטציה, מיסים, חוקים וואס וועלן שטרענג אונפארסירט ווערן דורך אונזערע אייגענע שוטרים. די שכנים וואס וועלן זיך וואגן צי עפענען זייער מויל קעגן אונז וועל מיר אונז מסדר זיין דורך טריקס און עורמות. פוליטיקער וואס וועלן נישט אינגאנצן מסכים זיין מיט אונזער אייגענע ממשלה וועל מיר אונז ארויסווארפן פון זייערע תפקידים, דורך אלע מיני דריידלעך. אונז וועלן היינשרייבן אלע רעליגיעזע בחורים פון אונזער נישט-מתנחל'ישע ישיבה צי איין פארטיי און זיי אראפשיק'ן שטימען אין די מאסן און אזוי אוועקנעמען פון א פאלעטישען די נאמינעשן וואס ער האט יושר'דיג באקומען פון זיין פארטיי. אונז וועלן שיקן פאלשע צעטלעך, לייגן פאלשע אדווערטייזמענט'ס כדי צי צומישן די גוים אז זיי זאלן נישט וויסן פאר וועמען צי שטימען. סוכ"ס וועלן די צייטונגען שרייבן וויאזוי מיר האבן ציגענומען פין די פאלעיטישנס זייערע בענקלעך, אבער דעמאלץ וועט שוין זיין צי שפעט פאר זיי עפעס צי טאן (ס'איז נישט קיין חילול השם ווייל ס'וועט נישט זיין אונזער שולד אז אנטיסעמיטישע רעפארטערס וויל דוקא שרייבן וואס אונז טוען).

ס'וועט נישט זיין קיין התגרות באומות, ווייל סוכ"ס ווען סאטמערע רב ז"ל האט אזוי געוויינט קעגן התגרות באומות האט ער נאר געמיינט די אראבערס אבער נישט די אמעריקאנע גויים וואס קעגן זיי מעג מען מורד זיין, מיט זיי מעג מען זיך קריגען אין זיי מעג מען רודפ'ן מיט אלע עורמות און שטיקלעך, אין נאך דעם קען מען אפילו ארויסגעבן ספרים און שרייבן מיט שטאלץ וויאזוי כוחו של אותו זקן איז אונז געשטאנען צי די זייט ביי אלע אונזערע מלחמות קעגן די גוי'אישע אנטיסעמיטן.

אין אמעריקע איז בכלל נישט דא די נסיון פון מאכן התגרות באומות. אויב אונז וועלן האבן פראבלעמען פין גוי'אישע שכנים וואס וועלן אויסשיסן א פענסטער פון א קאר, וועלן אונז זיך נישט דארפן אראפזעצן זאגן תהילים און מצדיק זיין די גזר דין, ווייל די חברה שומרים וועלן מיט גרויס הכנעה צעברעכן דעם גוי די ביינער למען ישמעו ויראו. אויב וועלן זיין גוים וואס וועלן קומען וואוינען אין "אונזער" געגנט וועלן אונז טון אלעס אין די וועלט חלילה זיך נישט צי רייצן מיט זיי נאר איידעלערהייט זיי ארויסווארפן פון שטאט.

אינז וועלן נעמען פון די רעגירונג אלע הטבות וואס אינז קענען נאר. 93 פאראצענט עולם וועט לעבן אויפן חשבון פון די גוים. די רייכע מענטשן פון די גאנצע קאונטי וועלן מוזן באצאלן העכערע מיסים כדי צו אויסהאלט'ן אינזער שטעטל. אונז וועל מיר נעמען יעדע איינציגסטע סעקשאן 8 געלט וואס איז נאר דא, און שפעט'ער לייגן אווערטייזמענט'ס אז במקום פלוני ופלוני איז יעצט אנגעקומען נאך סעקשאן 8 אפליקציות. יעדער זאל אהינגיין זיך אהנשרייבן פאר די גוים פון דארט – פאר וועמען די סעקשאן 8 געלט איז באשטימט – וועקן זיך אויף. און דעמאלץ וועלן אונז אויפקומען מיט פרישע שטיקלעך יעדן טאג, ווי למשל זיך מאכן הומלעס און נאך און נאך שטיקלעך כדי אויס צו שפיל'ן די גויים. אונז וועלן קויפן הייזער אויף אנדערע נעמען און ניצן די סעקשאן 8 דירה געלט צי באצאלן אונזער מורטגיזש.

אונז וועלן גיין צים גאווערנער אין עם צווינגען צי געבן צענער מיליונען דאלאר פאר אונזערע ישיבות. אונז וועלן עם זאגן אז אונזערע ישיבות זענען קאלעז'עס ווי יעדער וואס גייט אהין אריין לערנען קומט ארויס מיט א זשאב, אזוי אז די געלט וואס ער גיט אונז איז א טובה פאר די עקאנאמיה. די גאווערנאר וועט סוכ"ס וויסן אז 99 פראצענט פון די בחורים לערנען זיך נישט קיין שום זשאב אין ישיבה, אבער וועט מורא האבן עפעס צי טאן ווייל אינז וועלן עם סטראשענען מיט'ן נישט בוחר זיין פאר עם אין די קומענדיגע בחירות, וואס אין אמעריקע זענען זיי כמעט א חוב קדוש, וויבאלד די ציל איז דאך צי ראטעווען אידישקייט.

פארשטייט זיך אז ביים נעמען די געלט פון די רעגירונג וועלן אינז מוזן מבטיח זיין אז אינז מאכן נישט דיסקורימנעשן קעגן געיז און אז יעדער בחור וואס וויל מאכן א משכב זכר חתונה דארפן אינז עם לאזן.

אינז וועלן נעמען פון די גאווערמענט געלט פאר מוסדות אפילו ווען אונז מוזן מצהיר זיין אז אין לנו חלק ונחלה וכו' (רח"ל), אונז וועלן נישט זיין אזוי ווי די פאנאטישע אמעריקאנע אגודת ישראל אין די מאדערנע קהילות וואס ווילן נישט נעמען געלט פון די ממשלה אויב קומט עס מיט א תנאי אז מ' טאר נישט דערמאנען דעם אייבערשטנ'ס נאמען. אונז זענען קלוגער פון דעם. מ' נעמט געלט אין מ' זאגט נישט די אמת.

(דאס וועט זיין א שטיקל מסירות נפש פון אונז ווייל אין אר"י ווען די ממשלה האט געגעבן געלט פאר אונזערע ישיבות האבן זיי 'נישט' געשטעלט קיין תנאי אז אינז טאר'ן נישט דערמאנען די אייבערשטנ'ס נאמען, זיי האבן אונז געלאזט לערנען וויפיל אידישקייט אונז ווילן. זיי האבן נאר געהייסן אז אונז זאלן אויך לערנען אביסל ליב"ה. דארט אבער זענען אונז ע"פ שיטת סאטמער נישט געווען ערלויבט ארום צו חוש'ן מיט די ממשלה. דא אין אמעריקא קען מען פשוט נעמען געלט פון די ממשלה און זיי זאגן ליגנט, ווייל כח הפועל בנפעל איז נאר שייך ביי די מדינה. אין אמעריקע ווען זיי געבן אונז געלט, האבן זייערע נישט-אידישע און כופר'ישע שיטות ווי געי רייטס, וואמינס רייטס, און עוואלוציה וכו' נישט קיין שום השפעה אויף אונז.)

איין טאג וועלן אונז באשליסן אז אינזער אייגענע ממשלה איז נישט גענוג, אונז ווילן נאך שטח, דורך אוועקנעמען שטח פון די שכנים, ווייל ס'איז אונזער זכות. די גוים וועלן פראטעסטן און פארפירן אבער אונז וועלן זיך אויספייפן אויף זיי, ווייל התגרות באומות איז נישט שייך אין אמעריקע, וויבאלד די אמעריקאנע גוים זענען נישט קיין רוצחים, התגרות באומות גייט נאר אן ביי רוצחים. נעמען א מלוכה פאר די צייט (און כובש שטחים) וואס גוים ווילן אונז נישט געבן מרצונם הטוב, איז נאר א עבירה אין ארץ ישראל. אין אמעריקע מעגסטו נעמען וויפיל מלוכות דו ווילסט.

אויב אונז וועלן זען אז די גוים שרייען צי שטארק וועלן אונז ארויסנעמען אונזער בוך פון טריקס, וואס אונז ניצן אייביג צי אויסשפילן און דערשרעקן די גוים. אונז וועלן מאכן א ליסט פאר די גוים פין אלע ריל אסטעיט וואס באלאנגט פאר אידן ביז אסאך קילומטר אוועק פון אונזער לאנד אז זיי זאלן מורא האבן אונז צי טשעפען

אונז וועלן זיך אויך מאכן כאילו אונז מיינען אז די גוים זענען נער'נים און פארשטייען פשוט נישט וואס ס'גייט פאר ביי אונז. זיי זעען ווי אידן זענען די בעלי בתים פון טויזענטער דונאם לאנד, און מיינען נאך אלץ אז אונז זענען פינסטערע ארעמע לייט.

איין טאג וועט ארויסקומען די צנסוס און זאגן אז אינז זענען די ארעמסטע געגנט אין גאנץ אמעריקא. ביי אונז אבער דרייווט מען טייערע קעדילעקס און לעקסוס, און גלאנציגע נייע מיני'ווענס. אינזערע ווייבער וועלן זיך אנטון די טייערסטע קליידער און ז'ולערי אנשטאטס די ביליגע שמאטעס וואס זיי זענען געגאנגען ווען אונז האבן מיר געוואוינט אין ארצה"ק און שטיפן טויזנט דאלארדיגע קינדער וועגעלעך אנשטאטס זיי טראגן אין די הענט. א רעפארטער פונעם ניו יארק טיימס וועט קומען צי אונזער מלוכה, דער המיועד להיות אנטיסעמיט וועט זוכן די ארעמקייט און אנשטאטס וועט ער זען וויאזוי אונזער ציבור מאכט וועכנטליך גראסערי ארדערס פון הונדערטער דאלאר.

דאס זעלבע וועלן אונז גלייבן באמונה פשוטה שלימה אז די ארבעטערס אינעם סאשעל סערוויסעס אפיס זענען פשוט'ע טיפשים און כאפן נישט אז די פרויען, באצירט און באפיצ'ט פין קאפ ביז פיס מיט כסף וזהב און אבנים טובות, וואס קומען בעט'ן הטבות פון די רעגירונג צי קענען ווייטער אהנגיין מיט זייערע טייערע לעבנ'ס, טוען פשוט בא'גנב'ען די סיסטם.

אונז וועלן האבן א רייכע לעבן וואס כמעט קיינער פון אינז קען נישט אפארד'ן, טייערע קליידער, ז'ולערי, פערניטעשור, זימער וועקעשנ'ס אא"וו, דאס וועט אונז צווינגען צי לעבן א לעבן פון שנאר אויפ'ן חשבון פין די אמעריקאנע רעגירונג, ווייטער מיט'ן חשבון אז די גוים זענען נישט אזוי קליג ווי מיר חכמי הארץ און כאפן נישט אז אינז באגנבענען זיי און פזר'ענען אויס זייערע שווער אויסגעמאטערטע טעקס געלט צי קענען לעבן א ברייט'ע לעבן.

אבער אינז וועלן זיין גליקליך און צופרידן אז אונז טוען דעם רצון ה' ווייל אונז וואוינען נישט אין די טמא'נע מדינה ווי אונז האבן געהאט א ממשלה פאר די צייט, און ווי אונז האבן געמאכט התגרות באומות און זיך גערייצט מיט די גוים, און ווי אונז האבן מיר גענומען געלט פון די ממשלה, טאקע נאר פרוטות קעגן די שווערע סכומים וואס מיר וועלן פון יעצט און ווייטער ארויסנארן פון די אמעריקאנעס.


הכו"ח למען כבוד האמת ותורת אמת,

די געוועזענע מתנחלים.
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

הודעהדורך נושא ונותן » פרייטאג יולי 04, 2014 3:13 am

לכבוד די עקס מתנחלים יחיו

There is a saying that two wrongs don't make one right דאס וואס ביי אונז אין סאטמער זענען דא אזעלכע וואס פירען זיך נישט ערליך בדיני ממונות און אפשר אביסעל ווי חיות און זענען גורם אז געוויסע יפיי נפש זאלן אויף אונז אלע אראפקוקען געט ענק נאך נישט גערעכטיגקייט אויף וואס ענק טוען.

יעדער טאטע וואס האט געברענגט א קינד אויף דער וועלט טראגט אן אחריות אויף דער קינד סיי ע"פ תורה סיי ע"פ דינא דמלכותא און סיי ע"פ יושר וע"פ שכל, א קליין קינד ווערט געבוירען אין די ערשטע יארן איז אומבאשיצבאר ער קען זיך נישט אליינס אן עצה געבן און אפילו ווען ער ווערט אביסעל עלטער איז ער נאך נישט געניג רייף און שטארק היי זיך צי מאכן אליינעס החלטות ובפרט צי גיין קעגען זיינע עלטערען, און ווען זיינע עלטערען שיקען דעם קינד אריין אין א מקום סכנה איז דאס א עוון פלילי ובפרט אז זיי ווייסען אז עס איז א מקום סכנה, והא ראיה אז דער קינד פין 17 יאר שפעטיגט מיט א שעה צוויי ריפט מען פאליציי און מען האט שוין מלא טענות אויפן מיליטער פאר זיך נישט אריין מישען.

כבוד המתנחל פליז זיי מיר מסביר וואס האט אונזער פאר אדער אסאך חיות אין קרית יואל שייכות און געט א הצדקה פאר אייער מפקיר זיין אייערע קינדער פאר א אידילאגיע? איז דען אייער ליבשאפט פאר נאך א שטיקעל ערד מער פין די ליבשאפט וואס איר האט פאר אייערע קינדער? גאנבעט יא אדער נישט פינעם ממשלה (איר געאנבעט גענוג) אבער נעמט אחריות אויף אייערע קינדער, האט זיי ליב און שטעלט זיי אביסעל העכער פין די נארישע געיאג נאך נאך א שטיקעל לאנד.

בברכת וילמדו תועים בינה
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:33 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יולי 04, 2014 9:04 am

נישט חלילה אז מיר דארפן פאר ענפערן דעם היילגן סאטמארער רבי'ן שליט''א, נאר אזוי ווי אונזערע טייערע ברודער התועים וואס לעבן אין ארצינו הק', און האלטן אז מיטן וואוינען אין די אומליגאלע איינגענימע שטחים, זענען זיי מקיים מצות ישוב ארץ ישראל, ( טראץ דעם וואס איז שווער צו פארשטייען, פארוואס ישוב ארץ ישראל איז מען נאר מקיים, ווען מען וואוינט אין די אומלעגאלע איינגענימענע שטחים, ארום גענימען מיט טויזענטער אראבער, וואס שוימן פאר כעס. פארוואס קען נישט מקיים זיין מצות ארץ ישראל אין ירושלים, בני ברק, תל אביב, טבריה, צפת, אשדוד, ערד, בית שמש, אלעד, מודיעין עילית, ???, שמעקט עס דען נישט פון התגרות באימות??? ) און האלטען און איין שרייען אז סאטמאר האט אויך א אייגענע לאנד, און א אייגענע אטונאמיע, און טיט זיך אויך מתגרה זיין מיט אומ''ע, איז כדי עס א ביסל אויסצושמיעסן.

דער פסוק זאגט אין שיר השירים: השבעתי אתכם בנות ירושלים בצבאות או באילות השדה, אם תעירו ואם תעוררו את האהבה עד שתחפץ.

זאגט אויף דעם די גמרא אין כתובות: שלש שבועות הללו למה? ההוא מיבעי ליה לכדרבי יוסי ברבי חנינא דאמר ג' שבועות הללו למה אחת שלא יעלו ישראל בחומה ואחת שהשביע הקדוש ברוך הוא את ישראל שלא ימרדו באומות העולם ואחת שהשביע הקדוש ברוך הוא את העובדי כוכבים אומות העולם שלא ישתעבדו בהן בישראל יותר מדאי!!!

לאמיר א ביסל צונעמען דער צווייטער שבועה: שלא ימרדו באומות העולם.

וואס מיינט דאס אויף אידיש? דאס מיינט אז כלל ישראל טאר נישט מורד זיין אין די אימות העולם, אויב די אראבער זאגן אז ארץ ישראל באלאנגט פאר זיי, טארן זיך די אידן נישט אקעגן שטעלן, און נעמען מיליטער און ארויסטרייבען די אראבער, אידן זענען פארבאטן געווארן מיט א שבועה פונעם הייליגען באשעפער צו פארמאגן נאציאנאליזם, דאס מיינט א אייגנע לאנד, אייגענע מיליטער, און אלעס וואס נעמט ארום נאציאנאליזם, אידן דארפן לעבן אונטער די אימות העולם, מיט הכנעה. (עס איז אומבטעמ'ט? אמת וועגן דעם בעטן מיר ובנה ירושלים עיר הקודש בב''א)

שלא ימרדו באומות העולם. איז פארבאטען פאר אידען אפי' ווען דער ראש הממשלה גייט מיט סטראקעס, און די געזעצן פון די מדינה איז די דיני התורה, וואו למשל אז אויב איינער איז מחלל שבת, זאגט די געזעץ אז מען דארף אים פארשטיינערן, און אויב איינער לייגט נישט קיין תפילין, קימט די משטרה און מען גיבט אים א טיקעט פון $250.

ק''ו ובן בנו של ק''ו, אויב אידן פראקאלאמירן זיך אלס א נאציאנאל, נאר אן די הייליגע תורה ומצוותיה, נאר ככל הגוים בית ישראל ח''ו, (כלשון של החוזה של המדינה)איז דאס נאך פולפאכיג הארבער, דאס גייט שוין אריין אין כפירה בקדושת עם ישראל, וואס איז נתקדש געווארן בקדושת התורה ומצוותיה ביי הר סיני, ווען איינער זאגט אז מען קען זיין א איד, נאר מיט נאציאנאל, (רעדן עברית, וואוינען אין ארץ ישראל, און פראווענען יום הצמאות, און שיסן וואס מער אראבער) און די תורה און מצות זענען אים גארנישט מחייב, איז א רעכטער כופר, ואין לו חלק באלקי ישראל.

קרית יואל איז נישט קיין נאציאנאל, קיינמאל נישט געווען און קיינמאל נישט זיין, קרית יואל איז א חלק פון די סטעיט אף ניו יארק, וואס איז א חלק פון די פאראייניגטע שטאטען, דער בעה''ב אין קרית יואל איז גאווענער מאריא קאמא מיט זיינע סטעיט טרופערס, מיט זיין אויבער האר פרעזידענט אבאמא מיט זיין ארמיי.

ווען א איד וואוינט אין פראנקרייך און א גוי קריכט אים אויף די הינער אויג, און ער גייט און מיטן די נאכט און האקט אים אויס די שויבן, הייסט דאס התגרות באימות? זיכער ניין! ער האט אים דען אויסגעהאקט די שויבן ווייל ער האט געוואלט האבן א אייגענע נאציאנאל? ניין! ער האט אים אויסגעהאקט די שויבן ווייל דער גוי איז אים געקראכן אויף די הינער אויג!

דאס זענען דברים פשוטים וואס יעדער וואס וויל נאר פארשטיין פארשטייט, און פאר די דאזיגע וואס ווילן דאס נישט פארשטיין צילוב סיי וואס פאר א סיבה, זאלן טאקע ווייטער בלייבען מיט קישות.

אזוי אויך פאר די אנשי סאטמאר החדשה דער כת סאסמאן, וואס פירן זיך מיט זייער הייליגע שיטה, אז אויב דער רבי שליט''א זאגט רויט, דאן זאגט ער גרין, אויב דער רבי שליט''א זאגט רעכטס, דאן זאגט ער לינק, אויב דער רבי שליט''א זאגט טמא, דאן זאגט טהור, צו זיי איז א שאד אפי' צו רעדן.

.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1199 מאל

הודעהדורך outspoken » פרייטאג יולי 04, 2014 9:13 am

מהר''א איז גאר א ציוני, פון נטורי קרתא
בייגעלייגטע פיילס
3.jpg
3.jpg (252.06 KiB) געזען געווארן 2488 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך outspoken אום פרייטאג יולי 04, 2014 9:16 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 9:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שאלה

הודעהדורך הירשל ציג » פרייטאג יולי 04, 2014 9:15 am

לכבוד אחינו הטועים חסידי סאטמאר הע"י

א קורצע לעקציע אין היסטוריע וועט אייך לערנען אז פאר די 6 טאג מלחמה אין '67 איז דער אראבער אויך ברוגז געווען אויפ'ן איד וועלכע וואוינט אין ירושלים, בני ברק, אלעד און בית שמש און האט אים געוואלט אריינווארפען אינעם ים הגדול!

הייסט עס אז ביז '67 זענען אלע אידן אין ארץ ישראל געווען בבחינת "מתנחלים" און "רוצחים?"
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך נושא ונותן » פרייטאג יולי 04, 2014 9:21 am

הירשל ציג האט געשריבן:הייסט עס אז ביז '67 זענען אלע אידן אין ארץ ישראל געווען בבחינת "מתנחלים" און "רוצחים?"


ההכרח בל יגונה ווי דען האבן זיי געקענט וואוינען? אבער היינט ווען טיב הארץ איז ניתן לפניך אין איינער שיק דארט לערנען איז ער א מופקר.
בנוסף אלע יארן וואס די מדינה איז געשטאנען איז נישט געווען קמעט קיין טרור מען האט זיך געקריגט מיט אנדערע מדינות נישט מיט טערור גרופעס ואיו הנידון דומה לראיה
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:33 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יולי 04, 2014 9:22 am

הירשל ציג האט געשריבן:לכבוד אחינו הטועים חסידי סאטמאר הע"י

א קורצע לעקציע אין היסטוריע וועט אייך לערנען אז פאר די 6 טאג מלחמה אין '67 איז דער אראבער אויך ברוגז געווען אויפ'ן איד וועלכע וואוינט אין ירושלים, בני ברק, אלעד און בית שמש און האט אים געוואלט אריינווארפען אינעם ים הגדול!

הייסט עס אז ביז '67 זענען אלע אידן אין ארץ ישראל געווען בבחינת "מתנחלים" און "רוצחים?"


א קורצע לעקציע אין היסטוריע:
פאר עס איז אויפגעקימען דער ריעון הציוני בשנת תרנ''ט לפ''ק, האט אויך דער אראבער געוואלט אריין ווארפן די יודן אין ים הגדול?
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1199 מאל

הודעהדורך נושא ונותן » פרייטאג יולי 04, 2014 9:29 am

קאך_לעפל האט געשריבן:א קורצע לעקציע אין היסטוריע:
פאר עס איז אויפגעקימען דער ריעון הציוני בשנת תרנ''ט לפ''ק, האט אויך דער אראבער געוואלט אריין ווארפן די יודן אין ים הגדול?


איז וואס? נישט דאס איז דער מדובר דא, די שאלה איז אויב די וואס וואוינען אין א מקום סכנה זענען מופקרים, אין דאס איז וואס דער ציג וויל ארויס ברענגען אז מען האט דארט שטענדיג געוואוינט אין א מקום סכנה אין מען קען נישט האבן א טענה אויף די מתנחל מער ווי די עדה בי"ד וואס האבן געוואוינט לעבן דער גרעיניץ
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:33 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

תשובה

הודעהדורך ראש המדברים » פרייטאג יולי 04, 2014 9:31 am

נישט יעדער מקום ווי גוים ווילן די הארגנען איז התנחלות, אין ווילאמסבורג ווילן דיר אויך גוים הארגנען דאס איז אבער נישט קיין התנחלות

התנחלות איז טייטש ווען איינער האט א שיינע הויז א גוטע ביזנעס ער מאכט אסאך געלט אבער ער לאזט אפ אלעס פאר התגרות באומות, פארן יצר הרע און תאוה פון שלימות הארץ
דער פרומער איד וואס קויפט א הויז אין ביתר אויך א התנחלות אדער אין מודיעין אויך א התנחלות קויפט עס ווייל ער וויל א ביליגע דירה און ער וועט זיך פרייען אויב ער קען באקומען די זעלבע דירה נישט אין די שטחים
אבער די מתחנלים וואס גייען דארט נאר פאר די שלימות הארץ תאוה, די זענען רוצחים פון זייערע קינדער און פון זיך.

קיינער מוז נישט אנטלויפן פון זיין הויז ווען ס'איז א מקום סכנה, אבער אריין גיין אין א מקום סכנה איז א אנדערע זאך

און ווי זאגט סאטמאר רבי ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט וויל נישט פארשטיין
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 12:23 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך איך אויך » פרייטאג יולי 04, 2014 9:38 am

קאך לעפל ,דו ענטפערסט נישט קיין ווארט און אפילו נישט קיין האלבע ווארט זייערע בייסיגע שאלות/טענות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5470
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2472 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יולי 04, 2014 9:38 am

נושא ונותן האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:א קורצע לעקציע אין היסטוריע:
פאר עס איז אויפגעקימען דער ריעון הציוני בשנת תרנ''ט לפ''ק, האט אויך דער אראבער געוואלט אריין ווארפן די יודן אין ים הגדול?


איז וואס? נישט דאס איז דער מדובר דא, די שאלה איז אויב די וואס וואוינען אין א מקום סכנה זענען מופקרים, אין דאס איז וואס דער ציג וויל ארויס ברענגען אז מען האט דארט שטענדיג געוואוינט אין א מקום סכנה אין מען קען נישט האבן א טענה אויף די מתנחל מער ווי די עדה בי"ד וואס האבן געוואוינט לעבן דער גרעיניץ


נאך די מלחמת השחרור פון תש''ח, האט די יו ען אויפגעארבייט א גרעניץ ליניע, צווישען מדינות ישראל און די אראבער, און די אראבער האבן בלית ברירה געמיזט מסכים זיין דערצו. און זיך אפאציעל צוגעשטעלט דערצו.

נאך די מלחמת ששת הימים האט מדינות ישראל אומלעגאל איינגענימען דעם מערב ברעג, און עזה, און די גולן הייטס, און די אראבער זענען נאך ביז היינט להשמיד אויף דעם, זיי ריפן די צינוים: די ציוניסטישע אקויפירער: וואו אויך איז עס שארף פארדאמט געווארן דירך אלע פעלקער אין דער וועלט, אריינגערעכענט אמעריקע, די גאצע וועלט ריפט עס אן די אומלעגאלע אקויפאציע, און דאס רעגט די מערסטע אויף די אראבער, אויב וואלטען די ציונים ציריק געגאנגען צו די ארגינעלע גרענצן פון שנת תש''ח, וואלט שוין אפשר לאנג געווען א שלום צווישען די ציונים און די אראבער:

עס איז א גרויסע חיוק פון די שטחים וואס די ציונים האבן איינגענימען נאך תשכ''ז, פון די שטחים וואס זיי האבן ארגינעל איינגענימען תש''ח
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1199 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יולי 04, 2014 9:39 am

איך אויך האט געשריבן:קאך לעפל ,דו ענטפערסט נישט קיין ווארט און אפילו נישט קיין האלבע ווארט זייערע בייסיגע שאלות/טענות.


איך מיין אז יא!

אבער לאמיר הערן וועלעכע שאילה איזנישט פארענפערט געווארן?
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1199 מאל

הודעהדורך איך אויך » פרייטאג יולי 04, 2014 9:41 am

וועלכע יא?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5470
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2472 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יולי 04, 2014 9:44 am

איך אויך האט געשריבן:וועלכע יא?


אה... איך האב נישט געכאפט.... די טרייבסט שפאס????!!!!! די טרייבסט פון מיר אקטאוואס.... :D :)
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1199 מאל

הודעהדורך נושא ונותן » פרייטאג יולי 04, 2014 9:51 am

איך אויך האט געשריבן:וועלכע יא?

גם אני מצטרף להנ"ל
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:33 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך איך אויך » פרייטאג יולי 04, 2014 10:00 am

שוין דער צווייטער אין צוויי טעג וואס באשולדיגט מיר אין זיין סארקאסטיש... אבער לא מיניה ולא מקצתיה.

אדרבה זיי מסביר וועלכע פון זיינע וואליד פוינטס האסטו געענפערט? פארוואס האבען זיי א רעכט צו טיילן דיעות פאר צובראכענע עלטערן און א צובראכן ציבור בעוד וואס זיי באנוצן זיך שטענדיג מיט אלע גניבות אומלעגאלע דריידלעך ,מאפיאנערישע שטיק וכו. וכו. וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן.??

די חזרסט נאר איבער די סאטמארע געמויזעכטס און מאכסט נישט קיין איין וואליד פוינט לגבי אלעס וואס דער 'מתנחל' האט געשריבן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5470
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2472 מאל

הודעהדורך נושא ונותן » פרייטאג יולי 04, 2014 10:04 am

דאס וואס סאטמער גאנבעט געבט נישט קיין רעכט פאר די מתנחלים צי מפקיר זיין זייערע קינדער פאר נידריגע אדער אפילו חשובע אינטערעסן.
בדרך אגב סאטמער נעמט געלט זיי נעמען נפשות
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:33 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך איך אויך » פרייטאג יולי 04, 2014 10:07 am

ער רעדט פון אסאך מער פון סתם גנבנן אביסל חלק שמונה ליין עם נאכאמאל איבער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5470
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2472 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יולי 04, 2014 10:09 am

איך אויך האט געשריבן:שוין דער צווייטער אין צוויי טעג וואס באשולדיגט מיר אין זיין סארקאסטיש... אבער לא מיניה ולא מקצתיה.

אדרבה זיי מסביר וועלכע פון זיינע וואליד פוינטס האסטו געענפערט? פארוואס האבען זיי א רעכט צו טיילן דיעות פאר צובראכענע עלטערן און א צובראכן ציבור בעוד וואס זיי באנוצן זיך שטענדיג מיט אלע גניבות אומלעגאלע דריידלעך ,מאפיאנערישע שטיק וכו. וכו. וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן.??

די חזרסט נאר איבער די סאטמארע געמויזעכטס און מאכסט נישט קיין איין וואליד פוינט לגבי אלעס וואס דער 'מתנחל' האט געשריבן.



קודם זיי מיר מוחל,

1) דער מתנחל פרעגט פארוואס התנחלות איז אסור, און האבן א אייגענעם וולידש אין קרית יואל איז מותר.
אויף דעם האב איך גענפערט!
2) וועגן די גניבות און די אלע אנדערע באשילדאינגן
איך זע נישט פארוואס עס קימט דא אריין!
3) פארוואס דער רבי האט געזאגט די דברות קודש???
אויף דעם וועט איר זיך מיזן נעמען די מיה, און אריין קיקן אונעם שכינותדיגען אשכול, וואו אלעס ווערט שוין מבואר באריכות גדולה עד למאוד,
דאס איז נישט די נקודה פון די בריוו, די נקודה איז וואו געשריבען אין נימער 1 וואס אויף דעם האב איך גענפערט

ידידך המעריך אותך

קאך_לעפל
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1199 מאל

הודעהדורך מאטי » פרייטאג יולי 04, 2014 10:09 am

מ'זעט טאקע בחוש אז קאכלעפל איז גערעכט...... די אראבער ווילן נאר צוריק צו די בעפאר 67 גרעניצן. והא ראיה. זייט מדינת ישראל האט זיך ארויסגעצויגן פון עזה, האבן זיי זיך בארוהיגט. זיי שיסן נישט קיין ראקעטן קיין אשקלון שדירות. ווייל דאס איז דאך די גרעניצן פון "תש'ח" . אגב די אראבער האבן מלחמה געהאלטן אין 48 כדי צו באקומען אלעס..... און זיי האבן פארלוירן. דאס מאכט גאנץ ארץ ישראל, קרית ויואל משה, און אלע בנינים אויף וואס סאטמאר שלאגט זיך דערויף, פאר התנחלויות. די אראבער הייבן אן ווי ס'איז די גרינגסטע און אויב די מתנחלים מופן ארויס הייבט זיך אן ראקעטן אויף ירושלים. וגוש קטיף יוכיח. אלזא, סאטמר זאל נישט זיין קיין כפויי טובה, און זאלן דאנקן די מתנחלים פארן האלטן די רוצחים ארויס פון געגנט. און האבן זיך אויף וואס צו שלאגן.

די אראבער ווילן אז אלע אידן זאלן ארויס פון לאנד... 67 גרעניצן איז א טריק . דאס איז א חלק פון די סאגא וואס אידן גייען דורך שוין די לעצטע צוויי טויזענט יאר מ'קען דאס נישט ראציאנאליש זען אנדערש חוץ אויב די רעליגיע פארלאנגט דאס.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:06 pm
האט שוין געלייקט: 3723 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4196 מאל

הודעהדורך גאלד » פרייטאג יולי 04, 2014 10:12 am

איך אויך האט געשריבן:שוין דער צווייטער אין צוויי טעג וואס באשולדיגט מיר אין זיין סארקאסטיש... אבער לא מיניה ולא מקצתיה.

אדרבה זיי מסביר וועלכע פון זיינע וואליד פוינטס האסטו געענפערט? פארוואס האבען זיי א רעכט צו טיילן דיעות פאר צובראכענע עלטערן און א צובראכן ציבור בעוד וואס זיי באנוצן זיך שטענדיג מיט אלע גניבות אומלעגאלע דריידלעך ,מאפיאנערישע שטיק וכו. וכו. וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן.??

די חזרסט נאר איבער די סאטמארע געמויזעכטס און מאכסט נישט קיין איין וואליד פוינט לגבי אלעס וואס דער 'מתנחל' האט געשריבן.


ווייל ווען איינער לייגט זיך אריין אין א סכנה, און ליידער ווערט ער ניזק איז נישט די פשט אז דער עונש איז א "רמז מן השמים" דאס איז פשוט דער טבע, ווען איינער שניידט אריין מיט א מעסער און זיין אייגן פלייש, באקומט ער א שניט אלס דער נאטור, ממילא די סאטמורים זאגן דא נישט אזוי ווייט מוסר פארן עובר זיין אויף די שלש שבועות, מ'רעד מיר דא פון גראבע אומפאראנטווארטליכקייט קעגן אייגענע משפחה, ממילא אפי' לאמיר זאגן אז די חסידים אין ניו יארק טוהן עוולות איז עס פארט אינגאנצן א אנדערע קלאס ווי ווען איינער טוט א שריט וואס ע"פ הטבע לייגט ער אריין און א סכנה זיינע אייגענע קינדערלעך,

און ווי געשמועסט ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט, וויל נישט פארשטיין
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2053
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 12:42 pm
האט שוין געלייקט: 660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1694 מאל

הודעהדורך איך אויך » פרייטאג יולי 04, 2014 10:14 am

דרך אגב ,אז דו דערמאנסט קרית ויואל משה זאלסטו וויסן אז עס איז געבויט אויף אור-אלטע קברים וואס מען האט שיינערהייט און שטילערהייט אויסגעריסן. א מזל האבען זיי געהאט אז עס איז געווען צוואנציג יאר פאר די וואטסאפ עפאכע אבער עס איז געווען וואויל באקאנט בשעתו פאר ווער עס האט געדארפט וויסן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5470
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2472 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג יולי 04, 2014 10:25 am

קאך_לעפל האט געשריבן:
נושא ונותן האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:א קורצע לעקציע אין היסטוריע:
פאר עס איז אויפגעקימען דער ריעון הציוני בשנת תרנ''ט לפ''ק, האט אויך דער אראבער געוואלט אריין ווארפן די יודן אין ים הגדול?


איז וואס? נישט דאס איז דער מדובר דא, די שאלה איז אויב די וואס וואוינען אין א מקום סכנה זענען מופקרים, אין דאס איז וואס דער ציג וויל ארויס ברענגען אז מען האט דארט שטענדיג געוואוינט אין א מקום סכנה אין מען קען נישט האבן א טענה אויף די מתנחל מער ווי די עדה בי"ד וואס האבן געוואוינט לעבן דער גרעיניץ


נאך די מלחמת השחרור פון תש''ח, האט די יו ען אויפגעארבייט א גרעניץ ליניע, צווישען מדינות ישראל און די אראבער, און די אראבער האבן בלית ברירה געמיזט מסכים זיין דערצו. און זיך אפאציעל צוגעשטעלט דערצו.

נאך די מלחמת ששת הימים האט מדינות ישראל אומלעגאל איינגענימען דעם מערב ברעג, און עזה, און די גולן הייטס, און די אראבער זענען נאך ביז היינט להשמיד אויף דעם, זיי ריפן די צינוים: די ציוניסטישע אקויפירער: וואו אויך איז עס שארף פארדאמט געווארן דירך אלע פעלקער אין דער וועלט, אריינגערעכענט אמעריקע, די גאצע וועלט ריפט עס אן די אומלעגאלע אקויפאציע, און דאס רעגט די מערסטע אויף די אראבער, אויב וואלטען די ציונים ציריק געגאנגען צו די ארגינעלע גרענצן פון שנת תש''ח, וואלט שוין אפשר לאנג געווען א שלום צווישען די ציונים און די אראבער:

עס איז א גרויסע חיוק פון די שטחים וואס די ציונים האבן איינגענימען נאך תשכ''ז, פון די שטחים וואס זיי האבן ארגינעל איינגענימען תש''ח

אויב פאקטן מאכן אויס ביי דיר וויל איך דיר בעטן א פערזענליכע טובה, גיי ווער געוואר וויאזוי די השתלשלות פונעם מלחמת ששת הימים איז פארגעקומען.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7330 מאל

הודעהדורך איך אויך » פרייטאג יולי 04, 2014 10:28 am

וואס ווילסטו פון עם ער באקומט די געבאקענע 'פאקטן' פון טעלער אדער מ.ס. וכת דיליה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5470
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2472 מאל

הודעהדורך ראש המדברים » פרייטאג יולי 04, 2014 10:34 am

מאטי האט געשריבן:מ'זעט טאקע בחוש אז קאכלעפל איז גערעכט...... די אראבער ווילן נאר צוריק צו די בעפאר 67 גרעניצן. והא ראיה. זייט מדינת ישראל האט זיך ארויסגעצויגן פון עזה, האבן זיי זיך בארוהיגט. זיי שיסן נישט קיין ראקעטן קיין אשקלון שדירות. ווייל דאס איז דאך די גרעניצן פון "תש'ח" . אגב די אראבער האבן מלחמה געהאלטן אין 48 כדי צו באקומען אלעס..... און זיי האבן פארלוירן. דאס מאכט גאנץ ארץ ישראל, קרית ויואל משה, און אלע בנינים אויף וואס סאטמאר שלאגט זיך דערויף, פאר התנחלויות. די אראבער הייבן אן ווי ס'איז די גרינגסטע און אויב די מתנחלים מופן ארויס הייבט זיך אן ראקעטן אויף ירושלים. וגוש קטיף יוכיח. אלזא, סאטמר זאל נישט זיין קיין כפויי טובה, און זאלן דאנקן די מתנחלים פארן האלטן די רוצחים ארויס פון געגנט. און האבן זיך אויף וואס צו שלאגן.

די אראבער ווילן אז אלע אידן זאלן ארויס פון לאנד... 67 גרעניצן איז א טריק . דאס איז א חלק פון די סאגא וואס אידן גייען דורך שוין די לעצטע צוויי טויזענט יאר מ'קען דאס נישט ראציאנאליש זען אנדערש חוץ אויב די רעליגיע פארלאנגט דאס.


דו פארקויפסט שקרים

לאמיר קלאר שטעלן די זאך, אידן זענען געגאנגען אין גלות הקב"ה האט זיי צושפרייט בכל קצוויי תבל, און דארט האבן זיי זיך געבויעט הייזער דאס אז דער גוי בכל מקום שהוא וויל זהען דעם איד טויט מיינט נאכנישט אז דאס איז א התגרות אז דאס איז א מקום סכנה
ביז 48 האבן אידן געווינט אין גאץ א"י חברון ירושלים שכם און איבעראל מען האט אפילו געבויעט שטעטליך ווי מאה שערים, משכנות, פתח תקוה, דאס האט קיינעם צו געבאדערט דאס עצם בויען, איך רעד יעצט נישט די עשו שונא ליעקב חלק פון דעם גוי
נאך 48 איז געווארן צוויי מדינות מדינת ישראל און מדינת ירדן זיכער האט יעדער געוואלט האבן אלעס אבער דאס האט נישט געהאט מיט מקום סכנה דאס איז פונקט ווי אידן אין פאריז ביי די צווייטע וועלט קריג צוויי מדינות האבן זיך געשלאגן
נאך 67 האט מדינת ישראל צוגענומען די שטחים פון ירדן, ירדן האט מחליט געווען צו זאגן ביי ביי און זיי האבן זיך געבויעט א נייע מדינה, דא האט זיך אנגעהויבן די פראבלעמען, ס'איז געבליבן איבער א מילאן אראבער וואס האבן נישט געהאט קיין דאקומענטען

וואלט מדינת ישראל זיי געגבען בירגער רעכטען וואלט קיינער נישט געשריגן, אבער מדינת ישראל האט זיי נישט געגבען קיין בירגער רעכטען, זיי האבן נישט באקומען פון מדינת ישראל פאספורטן, פראגרעמען, שטים רעכטן, לייסענס, ואלעם גלייכן
זאכן וואס יעדער האט האבן די אראבער נישט באקומען, נאך 20 יאר זיצן שטיל ווען די קינדער זענען אויפגעוואקסן אן אלע רעכטען האבן זיי זיך גענומען פארפירן זיי ווילן אדער ווערן בירגער פון מדינת ישראל אדער פון א צווייטע לאנד
נישט זיין אויפן וואסער, און דא האט זיך אנגעהויבן די צרות פון די טעראר אטאקעס די שלעגעריי וואס בלוט גיסט שוין באלד 30 יאר

נאכן באקומען גוש קטיף זענען זיי נאכנישט געווארן א מדינה פארקויפט נישט קיין שקרים

צום עצם מחלוקת פון יעצט איז נישט דא דער מקום וואס יעדע צד וויל און ווער ס'וויל באמת שלום און ווער נישט
אבער זיי נישט מדמה צוויי מדינות וואס שלאגן זיך, מיט דעם יעצטיגן געשלעגריי
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 12:23 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט