מתנחלים שיקן בריוו צו סאטמארע ברודער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

מתנחלים שיקן בריוו צו סאטמארע ברודער

שליחה דורך נח בער »

בס"ד

צי אינזערע טייערע סאטמערע ברודערס,

אונז האב מיר זיך מתבוננן געווען אין די ווערטער פון ענקער רבי'ן שליט"א און אונז האבן באשלאסן אז ער איז הינדערט פראצענט גערעכט. אונז וויל מיר תשובה טון. אונז ווילן אוועק גיין פון אונזערע שלעכטע דרכים און ווערן סאטמערע אידן, אזוי ווי ענקער רבי וויל.

אונז וועלן איבערלאזן אונזערע פשוט'ע און ארעמע לעבנ'ס, אונזערע ביידעלעך און שעפס'עלעך, אונזער כוללים אין ישיבות ווי אונז האבן געלערנט אין געלעבט מתוך הדחק, וואס אונז האבן געמיינט אז דעס איז מסירות נפש מקיים צי זיין די מצות השם, אונז וועלן איבערלאזן וואס אונז האבן ביז יעצט געמיינט איז עבודת ה', און אונז וועלן זיך אוועקציען פון ארצינו הקדושה און גיין קיין אמעריקע.

אין אמעריקע וועלן אונז בויען א נייע אידישע ישוב. די גוים וואס וועלן זאגן אז זיי ווילן נישט קיין אידן אין זייער חצר וועלן מיר אונז ערשטענ'ס אויסשפילן מיט אלע עורמות און שפיצלעך, ווי למשל זיך אנטאן מיט א קסקט אין זיך דרייען מיט א כלב (אין ארצינו הקדושה איז עס טאקע א עבירה צי גיין וואוינען צווישן גוים וואס ווילן דיך נישט האבן. אין אמעריקע איז עס א מצוה) און ווען זיי וועלן אונז בעטן צי זיין אזוי גוט און זיך האלטן צי זייערע זאוינינג געזעצן וועלן אונז גיין און מייסד זיין א אייגענע ממשלה, אזוי וועלן אונז קענען טון וואס אונז ווילן אן דארפן זיך מתייחס זיין צי זיי.

נאכדעם וואס אונזער אידישע אוטונומיה וועט זיין א פאקט וועלן אונז איינשטעלן א געהעריגע ממשלה, מיט אייגענע משטרה, מכבי אש, הצלה, סניטציה, מיסים, חוקים וואס וועלן שטרענג אונפארסירט ווערן דורך אונזערע אייגענע שוטרים. די שכנים וואס וועלן זיך וואגן צי עפענען זייער מויל קעגן אונז וועל מיר אונז מסדר זיין דורך טריקס און עורמות. פוליטיקער וואס וועלן נישט אינגאנצן מסכים זיין מיט אונזער אייגענע ממשלה וועל מיר אונז ארויסווארפן פון זייערע תפקידים, דורך אלע מיני דריידלעך. אונז וועלן היינשרייבן אלע רעליגיעזע בחורים פון אונזער נישט-מתנחל'ישע ישיבה צי איין פארטיי און זיי אראפשיק'ן שטימען אין די מאסן און אזוי אוועקנעמען פון א פאלעטישען די נאמינעשן וואס ער האט יושר'דיג באקומען פון זיין פארטיי. אונז וועלן שיקן פאלשע צעטלעך, לייגן פאלשע אדווערטייזמענט'ס כדי צי צומישן די גוים אז זיי זאלן נישט וויסן פאר וועמען צי שטימען. סוכ"ס וועלן די צייטונגען שרייבן וויאזוי מיר האבן ציגענומען פין די פאלעיטישנס זייערע בענקלעך, אבער דעמאלץ וועט שוין זיין צי שפעט פאר זיי עפעס צי טאן (ס'איז נישט קיין חילול השם ווייל ס'וועט נישט זיין אונזער שולד אז אנטיסעמיטישע רעפארטערס וויל דוקא שרייבן וואס אונז טוען).

ס'וועט נישט זיין קיין התגרות באומות, ווייל סוכ"ס ווען סאטמערע רב ז"ל האט אזוי געוויינט קעגן התגרות באומות האט ער נאר געמיינט די אראבערס אבער נישט די אמעריקאנע גויים וואס קעגן זיי מעג מען מורד זיין, מיט זיי מעג מען זיך קריגען אין זיי מעג מען רודפ'ן מיט אלע עורמות און שטיקלעך, אין נאך דעם קען מען אפילו ארויסגעבן ספרים און שרייבן מיט שטאלץ וויאזוי כוחו של אותו זקן איז אונז געשטאנען צי די זייט ביי אלע אונזערע מלחמות קעגן די גוי'אישע אנטיסעמיטן.

אין אמעריקע איז בכלל נישט דא די נסיון פון מאכן התגרות באומות. אויב אונז וועלן האבן פראבלעמען פין גוי'אישע שכנים וואס וועלן אויסשיסן א פענסטער פון א קאר, וועלן אונז זיך נישט דארפן אראפזעצן זאגן תהילים און מצדיק זיין די גזר דין, ווייל די חברה שומרים וועלן מיט גרויס הכנעה צעברעכן דעם גוי די ביינער למען ישמעו ויראו. אויב וועלן זיין גוים וואס וועלן קומען וואוינען אין "אונזער" געגנט וועלן אונז טון אלעס אין די וועלט חלילה זיך נישט צי רייצן מיט זיי נאר איידעלערהייט זיי ארויסווארפן פון שטאט.

אינז וועלן נעמען פון די רעגירונג אלע הטבות וואס אינז קענען נאר. 93 פאראצענט עולם וועט לעבן אויפן חשבון פון די גוים. די רייכע מענטשן פון די גאנצע קאונטי וועלן מוזן באצאלן העכערע מיסים כדי צו אויסהאלט'ן אינזער שטעטל. אונז וועל מיר נעמען יעדע איינציגסטע סעקשאן 8 געלט וואס איז נאר דא, און שפעט'ער לייגן אווערטייזמענט'ס אז במקום פלוני ופלוני איז יעצט אנגעקומען נאך סעקשאן 8 אפליקציות. יעדער זאל אהינגיין זיך אהנשרייבן פאר די גוים פון דארט – פאר וועמען די סעקשאן 8 געלט איז באשטימט – וועקן זיך אויף. און דעמאלץ וועלן אונז אויפקומען מיט פרישע שטיקלעך יעדן טאג, ווי למשל זיך מאכן הומלעס און נאך און נאך שטיקלעך כדי אויס צו שפיל'ן די גויים. אונז וועלן קויפן הייזער אויף אנדערע נעמען און ניצן די סעקשאן 8 דירה געלט צי באצאלן אונזער מורטגיזש.

אונז וועלן גיין צים גאווערנער אין עם צווינגען צי געבן צענער מיליונען דאלאר פאר אונזערע ישיבות. אונז וועלן עם זאגן אז אונזערע ישיבות זענען קאלעז'עס ווי יעדער וואס גייט אהין אריין לערנען קומט ארויס מיט א זשאב, אזוי אז די געלט וואס ער גיט אונז איז א טובה פאר די עקאנאמיה. די גאווערנאר וועט סוכ"ס וויסן אז 99 פראצענט פון די בחורים לערנען זיך נישט קיין שום זשאב אין ישיבה, אבער וועט מורא האבן עפעס צי טאן ווייל אינז וועלן עם סטראשענען מיט'ן נישט בוחר זיין פאר עם אין די קומענדיגע בחירות, וואס אין אמעריקע זענען זיי כמעט א חוב קדוש, וויבאלד די ציל איז דאך צי ראטעווען אידישקייט.

פארשטייט זיך אז ביים נעמען די געלט פון די רעגירונג וועלן אינז מוזן מבטיח זיין אז אינז מאכן נישט דיסקורימנעשן קעגן געיז און אז יעדער בחור וואס וויל מאכן א משכב זכר חתונה דארפן אינז עם לאזן.

אינז וועלן נעמען פון די גאווערמענט געלט פאר מוסדות אפילו ווען אונז מוזן מצהיר זיין אז אין לנו חלק ונחלה וכו' (רח"ל), אונז וועלן נישט זיין אזוי ווי די פאנאטישע אמעריקאנע אגודת ישראל אין די מאדערנע קהילות וואס ווילן נישט נעמען געלט פון די ממשלה אויב קומט עס מיט א תנאי אז מ' טאר נישט דערמאנען דעם אייבערשטנ'ס נאמען. אונז זענען קלוגער פון דעם. מ' נעמט געלט אין מ' זאגט נישט די אמת.

(דאס וועט זיין א שטיקל מסירות נפש פון אונז ווייל אין אר"י ווען די ממשלה האט געגעבן געלט פאר אונזערע ישיבות האבן זיי 'נישט' געשטעלט קיין תנאי אז אינז טאר'ן נישט דערמאנען די אייבערשטנ'ס נאמען, זיי האבן אונז געלאזט לערנען וויפיל אידישקייט אונז ווילן. זיי האבן נאר געהייסן אז אונז זאלן אויך לערנען אביסל ליב"ה. דארט אבער זענען אונז ע"פ שיטת סאטמער נישט געווען ערלויבט ארום צו חוש'ן מיט די ממשלה. דא אין אמעריקא קען מען פשוט נעמען געלט פון די ממשלה און זיי זאגן ליגנט, ווייל כח הפועל בנפעל איז נאר שייך ביי די מדינה. אין אמעריקע ווען זיי געבן אונז געלט, האבן זייערע נישט-אידישע און כופר'ישע שיטות ווי געי רייטס, וואמינס רייטס, און עוואלוציה וכו' נישט קיין שום השפעה אויף אונז.)

איין טאג וועלן אונז באשליסן אז אינזער אייגענע ממשלה איז נישט גענוג, אונז ווילן נאך שטח, דורך אוועקנעמען שטח פון די שכנים, ווייל ס'איז אונזער זכות. די גוים וועלן פראטעסטן און פארפירן אבער אונז וועלן זיך אויספייפן אויף זיי, ווייל התגרות באומות איז נישט שייך אין אמעריקע, וויבאלד די אמעריקאנע גוים זענען נישט קיין רוצחים, התגרות באומות גייט נאר אן ביי רוצחים. נעמען א מלוכה פאר די צייט (און כובש שטחים) וואס גוים ווילן אונז נישט געבן מרצונם הטוב, איז נאר א עבירה אין ארץ ישראל. אין אמעריקע מעגסטו נעמען וויפיל מלוכות דו ווילסט.

אויב אונז וועלן זען אז די גוים שרייען צי שטארק וועלן אונז ארויסנעמען אונזער בוך פון טריקס, וואס אונז ניצן אייביג צי אויסשפילן און דערשרעקן די גוים. אונז וועלן מאכן א ליסט פאר די גוים פין אלע ריל אסטעיט וואס באלאנגט פאר אידן ביז אסאך קילומטר אוועק פון אונזער לאנד אז זיי זאלן מורא האבן אונז צי טשעפען

אונז וועלן זיך אויך מאכן כאילו אונז מיינען אז די גוים זענען נער'נים און פארשטייען פשוט נישט וואס ס'גייט פאר ביי אונז. זיי זעען ווי אידן זענען די בעלי בתים פון טויזענטער דונאם לאנד, און מיינען נאך אלץ אז אונז זענען פינסטערע ארעמע לייט.

איין טאג וועט ארויסקומען די צנסוס און זאגן אז אינז זענען די ארעמסטע געגנט אין גאנץ אמעריקא. ביי אונז אבער דרייווט מען טייערע קעדילעקס און לעקסוס, און גלאנציגע נייע מיני'ווענס. אינזערע ווייבער וועלן זיך אנטון די טייערסטע קליידער און ז'ולערי אנשטאטס די ביליגע שמאטעס וואס זיי זענען געגאנגען ווען אונז האבן מיר געוואוינט אין ארצה"ק און שטיפן טויזנט דאלארדיגע קינדער וועגעלעך אנשטאטס זיי טראגן אין די הענט. א רעפארטער פונעם ניו יארק טיימס וועט קומען צי אונזער מלוכה, דער המיועד להיות אנטיסעמיט וועט זוכן די ארעמקייט און אנשטאטס וועט ער זען וויאזוי אונזער ציבור מאכט וועכנטליך גראסערי ארדערס פון הונדערטער דאלאר.

דאס זעלבע וועלן אונז גלייבן באמונה פשוטה שלימה אז די ארבעטערס אינעם סאשעל סערוויסעס אפיס זענען פשוט'ע טיפשים און כאפן נישט אז די פרויען, באצירט און באפיצ'ט פין קאפ ביז פיס מיט כסף וזהב און אבנים טובות, וואס קומען בעט'ן הטבות פון די רעגירונג צי קענען ווייטער אהנגיין מיט זייערע טייערע לעבנ'ס, טוען פשוט בא'גנב'ען די סיסטם.

אונז וועלן האבן א רייכע לעבן וואס כמעט קיינער פון אינז קען נישט אפארד'ן, טייערע קליידער, ז'ולערי, פערניטעשור, זימער וועקעשנ'ס אא"וו, דאס וועט אונז צווינגען צי לעבן א לעבן פון שנאר אויפ'ן חשבון פין די אמעריקאנע רעגירונג, ווייטער מיט'ן חשבון אז די גוים זענען נישט אזוי קליג ווי מיר חכמי הארץ און כאפן נישט אז אינז באגנבענען זיי און פזר'ענען אויס זייערע שווער אויסגעמאטערטע טעקס געלט צי קענען לעבן א ברייט'ע לעבן.

אבער אינז וועלן זיין גליקליך און צופרידן אז אונז טוען דעם רצון ה' ווייל אונז וואוינען נישט אין די טמא'נע מדינה ווי אונז האבן געהאט א ממשלה פאר די צייט, און ווי אונז האבן געמאכט התגרות באומות און זיך גערייצט מיט די גוים, און ווי אונז האבן מיר גענומען געלט פון די ממשלה, טאקע נאר פרוטות קעגן די שווערע סכומים וואס מיר וועלן פון יעצט און ווייטער ארויסנארן פון די אמעריקאנעס.


הכו"ח למען כבוד האמת ותורת אמת,

די געוועזענע מתנחלים.

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר