טייטלען מיט'ן פינגער איז א רשעות (#9)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

טייטלען מיט'ן פינגער איז א רשעות (#9)

שליחה דורך כוכב »

יעדער געדענקט געוויס פרשת מומביי, ווען עטליכע אידישע קינדער זענען פארכאפט געווארן בידי רשע, און נאך עטליכע מעת לעת'ן פון צאפלנדע שרעק האט מען אויפגענומען די ביטערע בשורה, אז זיי זענען ליידער אומגעקומען על קידוש ה'.
צווישן די אומגעקומענע איז ווי באקאנט געווען א חשובע יונגערמאן א בנש"ק, הרב לייבוש טייטלבוים, א זון פון וואלאווער רב, און איידעם ביי א חשובן רבי'ן, האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק.
וואס זוכט דער יונגערמאן אין מומביי. דער תירוץ איז פשוט, און באקאנט פאר אלעמען. ער איז געפארן בשליחות פון זיין חשובן טאטן וועלכער גיט די השגחה פאר 'גפן'. כמדומה די השגחה האט געדארפט זיין אויף פיינעפל. בכל אופן, ער איז שוין מער נישט אהיימגעקומען ליידער ה'י.

עס איז דאן געווען באריכטעט אין די בלעטער, אז דער וואלאווער רב האט אנגעפרעגט זיין מחותן דעם סאטמארער רבי'ן אויב ער דארף תשובה טון צוליב וואס ער איז געווען דער משלח.
דער סאטמארער רבי וועלכער איז באקאנט אלס א בקי אין הלכה האט באלד געענטפערט א גרויסן: יא, צוצייכענענדיג פארשידענע ענליכע פרעצעדענטן אין הלכה, א ביישפיל, א תשובה אין נוב'י וועגן א מאמע וואס איז געשלאפן אין איין בעט מיט א קינד און איר דערווארגן. אויך דער משנה ברורה ברענגט אויף א פלאץ, אז עמיצער וואס שיקט איינעם בשליחות און יענער ווערט געהרגט אויפן וועג, איז עס די אחריות פונעם משלח, וכהנה רבות.

דער שמועס איז פארגעקומען אין עירפארט און ביי דעם האט זיך עס געענדיגט. דער ביטערער אמתדיגער פאקט אז דער וואלאווער רב איז שולדיג אין דאס טויט פון זיין קינד איז מער נישט דערמאנט געווארן דורך קיינעם, נישט ברבים און נישט ביחיד. געוויס נישט ביי א תהלים שיעור אריינגעטייטשט אין א פסוק. ווייל עס האט יעדער פארשטאנען, אז ווען יענער איז בצער -- ווי אמת עס זאל נאר נישט זיין -- ווייזט מען נישט מיט די פינגער.

די קןמענדיגע מעשה הייסט ר' ישראל ביכלער Vs דעם סאטמארער רבי'ן

ר' ישראל ביכלער איז אן ארץ ישראלדיגער איד וועלכער האט מיט זיך גאר א טרויעריגער געשיכטע.
אויף קול מבשר אינטערוויו נומער 1004# פארציילט ער ווי זיין אייניקל איז נעבעך איבערגעלאזט געווארן אין א קאר, און ווען מהאט אים ארויסגענומען איז שוין געווען צו שפעט. דאס קינד איז שוין נישט געווען בין החיים.
דער דרייוער פון דעם אויטא איז געווען א יונגערמאן מיטן נאמען ר נחמן שטיצער, וואס פון יענעם טאג איז געווען עולם חשך בעדו, ער האט געשפורט ער טראגט עס נישט איבער און האט זיך נישט געקענט אהינצוטון פון גרויס צער.

ווי דער ר' נחמן פארציילט אויפן זעלבן אינטערוויו האט אים גאר דער זיידע פונעם קינד געראטעוועט. כאטש ער איז געווען שולדיג, ער האט געהרגט א נפש כמעט בידים, האט אים דער זיידע באגלייט דעם גאנצן וועג, מחזק געווען און געטרייסט, פאר חדשים לאנג, ביז ער האט געקענט ארויסקריכן פון זיין שווערן מצב.

דער זיידע ר' ישראל האט אויך געקענט טייטלען מיט'ן פינגער, עפ"י הלכה וואלט ער גאר גערעכט געווען, ער האט אבער בוחר געווען אן אנדערע דרך, א דרך וואס ברענגט חיים.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר