אויפגערעגט פארוואס? פאר גארנישט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:40 am
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

אויפגערעגט פארוואס? פאר גארנישט

שליחה דורך רוח קדים »

ס'איז מיר פיינעלי געלונגען. שוין צירקולירט די זעלבע איינע גאס ווי דעם כמעט ענדלאזן אור זרוע לצדיק געדרייאכץ; שוין שיער נישט געפעסט א רעד לייט, און כמעט אראפגעהאקט אן אשה הרה. איינס? נאטינג עקסטרעאורדענערי. זי איז א וויליאמסבורגע ווייבל, וואלט פונקט אזוי געקענט געשען ווען זי שוואנגערט נישט. כאילו ס'עיבור איז וואס טרייבט צו שפאצירן מיט א לייכטזיניגקייט קעגן דער רויטער האנט, וועלכער שטייט שטייף כאילו ס'זאל פאר איר געלונגען צו ווארפן ס'מינדסטע פחד אויף עמיצן. כ'וואלט שוין געמעגט וויסן אז אין ווילי האט אזא הענטעלע דאס זעלבע דין ווי א ווייסע מענטשעלע. די סיטי אבער וואלט שוין יא געמעגט אויפקומען מיט פרישע מעטאדן וויאזוי איינצומעלדן דעם חילוק צווישן רויט און גרין, פאר היימישע פעדעסטריענטס. שוין, בעסער לאז די סיטי אינסטאנצן אינדרויסן פון אונזער זיפ-קאודס, מ'העמיר זיך שוין אן עצה געבן מיט די נשים צדקניות. רעדנדיג פון האלטן די סיטי אינסטאנצן אינדרויסן, האב איך טאקע געכאפט א רשעות'דיגן טיקעט אין דער פארגאנגנער וואך. לאו דוקא אנטיסעמעטיזם געווען אינוואלווד, סתם א שלעכטער געוועזן. שוין, כ'האב געזאגט אז איך רעג זיך מער נישט. א קבלה ווי שובבים אונטערגעשריבן מיט דער חתימה פון דעם קינד וועלכן איז נאכנישט געקומען צום קאנקלושען גענוי וואספארא קאטשקע זאל דינען אלס זיין אלטימאטישע אונטערשריפט. א גאנצע עקסייטמענט דערווייל, אויב האט ער א געלעגנהייט צו קאטשקען זיין כמו נאמען. זאל קאסטן א שובבים קבלה. ער וואלט דאך מילא יא צו נישט איינגעהאלטן דאס זיך שאקלען ביי ויושע, אדער לאזן א טרער ביי אהבת עולם.

לאמיר נישט פארקריכן. אט באמערקט איך א רעלאטיוו קליינעם חתיכת קרקע, צו קענען דאמפען מיין קאר וואס ברענגט מיר נאר צרות. אפשר האט א סמארט קאר נארוואס זיך ארויסגעשלייכט פון דאנען, אדער האט זיך די ערד צוזאמגעצויגן. סדום ביפיה.

צופיל צייט אפצושאצן צי ס'איז א גענוג גרויסער ספאט פאר מיין קאר אריינצופאסן, האב איך נישט. סיידן איך דארף יעצט ס'זאל זיך ערווארבן א מיני פאפא-חופה-אויפברויז אינטער מיר. דער עולם פייפט! מ'קען נישט ווארטן א מינוט? יא יא, קוק ווער ס'רעדט. צוויי מינוט צוריק האסטו געפיפן ווי א ממזר פון פנקס הקהילה, האסטע דאס צוריק.

אקעי, דו ווייסט אליינס, ס׳איז אינו דומה. סתם אזוי פייפ איך נישט. כ'יאג זיך אבער צום טויט יעצט. נו? יענער יאגט זיך אויך, סטע געהערט אזאנס. ניין, אבער ער פייפט דאך אייביג. ווער? יענער. דער זעלבער? ניין, סא חילוק. א באנדע משוגעים.

"אז מיינע רעדער קענען ווען יעצט ווערן קאמפליטלי זייטיג, מאך איך דאס אין נאו טיים", קלער איך צו מיר מיט א געפיל געמישט פון דמיון און ביטערניש.

נע, איך פיט נישט דא. ביזט נאריש?

אבי די סארדינס רעדן זיך אפ. מ'קען שוין אויפהערן זיי נוצן פאר דעם וואן ענד אנלי סימעלי פאר יעדער ענגשאפט אויף דער וועלט. א מין קראנקע שטאט.

קענסטמעך זאגן פארוואס דער קראנקער זכר אין פראנט האט נישט געקענט רוקן זיין מאנסטארישע סובערבען נאך א פסיעה קטנה, און לאזן פלאץ פאר א צווייטן. ווייל ס'דא א פארקאקטן פאמפ דארף ער פארקן א מייל ווייט? טיפיקל וויליאמסבורגער סיקאו. האט טינטעט ווינדאוס, און לעבט מיט דעם בשבילי נברא העולם אויף דער גאנצער מחילה. מאכט קיין דיפערענץ צי ס'איז א ליידיגע פלאש קאוק פון פענסטער, אדער זיך אראפשטעלן האלב אויף דער בייק לעין, און האלב אויף דער ראוד, כחמור הרובץ בין המשפתיים. אזוי ס'זאל זיין קיין פלאץ פאר גארנישט; נישט פאר א בייק לעין, און נישט פאר א קאר לעין. אומערצויגענער טשולענט סקענער. ס'טייטש א חיה רעה איז ער נניח ער זאל אראפהויערן דעם יוקאן בלויז אויף דער בייק לעין, און יא ערלויבן מאטאריסטן צו פארן בניחותא אן דאס ברויכן אנזייען א מאסן לעין שיפטינג באגלייט מיט מאסיווע פאפערייען. בייקערס זענען שוין זיינע אלטע שונאים. ס׳קומט זיך זיי דאס טויט. פארוואס? מאי חזית א גראבע סובערבען איבער א מאגערן ביציקל?
איז דאס א פסיכילאגישע שנאה, א נקמה פאר דעם קישוי אבר מיטאס? אן איזי-פעיס אויף צו זיצן און פרעסן א גאנצן טאג, און זיך נישט רירן פון דא ביזן בית כסא, אזוי גרויס ווי דער ערלה איז. גיי מאך עקסערסייז דו משוגענס. העסטעך שלעפן ביי די פערציג ווי א זיידע, און בעטן הילף צו גיין דיין טעגליכן ראד פון און צו דעם בית מדרש. אה, פשוט אויפגערעגט אויף דעם בייקער ווייל בלומבערג איז שוין דיין דם שונא מתמול שלשום? איי גאט יו. דער כינעזער אויף די צוויי רעדער איז טאקע שולדיג יעצט. רעדט טאקע ווייטער אויף דיין סעלפאון, און לאז ארויס פון פענסטער אלצדינג וואס ס'שטערט דיך ס'איז אין קאר. שפיי פאפיטע שאלאכץ, זרק'ע בלום'ס פאטעיטא טשיפס, און שטערנ'ס דעיניש. קומסט פון אן אסיפה אפשר? אקעי, גאפל אפ פון דא.

לאמיר יא פראבירן. "כ׳האב דאך א ריערוויאו קעמערא", שפיר איך א געהאלפענער, ווי איך זאל ווען יעצט האבן אראפגעלייגט דעם טעלעפאון מיט תהילים כולל.

איך בעק, און איך פאר. דריי דעם סטערינג-וויל אויף ליפא'ס מזרח מערב ביט, אריין, ארויס, ארויס אריין, צוריק אזוי, און נאכאמאל א זו, און פיינעלי! מיין קאר איז גע'פארק'ט. גע'פארק'ט זאג איך. זאגסטע נתקטנו הביצים האסטע געוויסט; פארקינג ספעיס אויך? די וועלט שרינקט. ס'איז צרות ווי א טאאל.

הער, ס'איז אזוי פריקען טייט, אז מ'קען קיין נאדל לייגן צווישן די צוויי באמפערס. וברם זכור לטוב אותו הבעק-אפ קעמרע. אן א קעמרע וואלט איך געוויס אפגעשיילט די פעינט פון לפחות דריי קארס -- מילד גערעדט.

און ניין, איך בין נאכנישט אויפגערעגט!

איך לעש אויס מיין קאר, און מיטאמאל גיבן די בלינקער לייטס פון דעם אדעסי א לייכטן בליץ, כלומר, דער זכר האט נארוואס אנלאקט זיין קאר, און ווי גארנישט זאל האבן פאסירט. ער גיבט זיך א דריי ארויס, און יאגט אפ פון דער סצענע, מיט א שפיגל-לאזן דריי.

פארנט פון מיר האט זיך נארוואס פארעפענט א ברייט-ליידיגן שטח, א געשאצטע דריי קארס קענען בעצם אריינגיין דא, מיט דער פאמפ פארזיכערט. דער האט נישט געקענט ארויס קומען דריי מינוט צוריק, הא? משוגע וויכטיג געוועזן צו מאנעווירן די ריסייקלינג קאנטעינערס פון איין פלאץ צום צווייטן טאקע יעצט ווען איך זיך פארקינג ווי א קו, און מאטער זיך ווי א הונט. משוגע! גייטס ענק צוריק אין קאנטרי, שבת האב איך גארנישט פון די ליידיגע פארקינג ספעיסעס.

יעצט בין איך אויפגערעגט! אבער פארוואס? פאר גארנישט. ווען איך גיי ווען אריין אינדערהיים א סקונדע בעפאר יענער פוצט אפ, וואלט איך זיך נישט גערעגט. סתם ווייל ער איז ארויסגעקומען פריער? מאדנע!

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר