חיצוניות איז זייער וויכטיג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

חיצוניות איז זייער וויכטיג

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יולי 10, 2014 1:10 am

א אינטרעסאנטע זאך האב איך בייגעוואוינט היינט,
כ'בין געווען אין א שפיטאל פאר עפעס א סיבה, איז מיך אויסגעקומען צו רעדן מיט א פרוי וואס האט נעבעך צוויי קינדער וואס זענען down syndrome, כ'בין אריין אין א שמועס וועגען דער שפיטאל,
היות זי איז ליידער א טעגליכע באזוכער, האבן מיר גערעדט איבער די דאקטורים, נורסיס וגו' זי האט מיך געוויסט צו זאגן גענוי ווער איז יא גוט און ווער נישט,
בשעתן שמועסן האט זי געהאלטן אין איין זאגן,
''זיי פלעגן מיך נישט אנקוקן''
''זיי פלעגן זיך עקלען פון מיינע קינדער''
''זיי פלעגן מיך מאכן ווארטן'' וגו'

כ'האב נישט פארשטאנען וואס איז גישעהן פלוצלינג, פארוואס האט זיך אלץ געטוישט, פארוואס האבן זיי זיך נשתנה געווען און מחליט געווען זיך צו פיהרן מענטשלעך צו דער פרוי מיט די צוויי קראנקע קינדער,

כ'האב גענומען אביסעל גאטס און זי געפרעגט, מה נשתנה? כ'זעה דו גריסט זיך מיט אלע דאקטורים, זיי זענען העפליך צו דיינע קינדער,
ווי אזוי האסטו געמאכט דער טויש?

זי געבט מיר א איידעלע שמייכעל און ענטפערט אזוי.
ס'פשוט, כ'פלעג צו קומען מיט מיינע קינדער דא אהער, ס'האט מיך זייער געשטערט אז די דאקטורים ווארפן זיך מיט מיר, שיקן מיך איינער צום צווייטען, טשעקן נישט געהעריג זייערע געזונטהייט, נאר יוצא צו זיין,
ביז איין טאג זעה איך א נייע דאקטער, כ'האב זיך געפרייט אפשר וועט ער זיין מער העפלעך, אבער גארנישט, כהאב באמערקט ווי ער כאפט אן מיין קינד מיט א שמאטע און ממש רירט עיהם נישט צי,
כ'האב פארשטאנען וואס שטערט די דאקטער, פשוט ס'שטערט זיי אז מיינע קינדער זענען געגאנגען שמוציגע קליידער, פ'רצ'טע נעזער, נישט געמאכטע האר, געשטינקען פון שמיץ, אזוי ווי פילע down syndrome קינדער,

נאך יענער נאכט, דערציילט זי, איז זי געגענגען אנגעקויפט א שטאפיר פאר דע קינדער פון די בעסטע שענסטע קליידער, גוט אפגערייניגט די קינדער בחורין ובסדקין, דיין געמאכט די האר, אנגשפריצט שמעקעדיג,
כ'קום אריין אינדערפרי אין שפיטאל, און ויקם מלך חדש, די דאקטורים דרייען זיך ארום קוקן צוויי מאל טאמער ס'די זעלבע קינדער,
פון יענער טאג האט זיך אלץ געטוישט, די דאקטורים קושן מיינע קינדער, הייבן זיי אויף מיט א געשמאקייט, רופן זיי ביי די ערשטע נעמען וגו'.
עד כאן הסיפור...


חברים טייערע,
כ'בין אוועק פון שפיטאל טראכטענדיג ווי משוגע די דאקטערס זענען, אבער ליידער בין איך נישט אנדערש,

כ'האב ליב מיינע קינדער עד אין לשער, אבער א טאג וואס איך קום אהיים אין מיינע קינדער שטיין אויסגעפוצט נאך א הייסע וואנע, געפוצטע ציין געמאכטע האר מיט פרישע פיזאמעס, פאל איך ארויף אויף זיי אין קוש זיי ביזן טויט,
ווי איידער ווען זיי זענען שמוציג נאך א גאנצע טאג,

אינגעלייט, ענק שיקן די קינדער יעדען טאג צו א מלמד, טיטשער, באס רבי, מנהל וגו' אין אפי' אנדערע קונדער אין קלרס
טאמער די קינד איז ריין, גוט אנגעטוען, שמעקט כאילו ער ארבייט אין א זייף קאמפעני האט ער א ברירה צו האבן א בעסערע טאג, ווי איידער ווען די פרישטאג שיריים זיצט אויף זיין העמעד, אין די ציינער זאגן עדות אויפן נעכדיגע נאכטמאל, אין די פיאות צופלאישכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שטילע אינגערמאן אום דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:22 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2141 מאל

הודעהדורך petergrifin » דאנערשטאג יולי 10, 2014 1:18 am

דו ווילסט די מלמדים זאלן קישן און האלזען דיינע קינדער? :lol:
איי געט יור פוינט
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 935 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » דאנערשטאג יולי 10, 2014 1:43 am

@שטילע אינגערמאן, זייער גוט!

כ׳וויל שיקן דעם אשכול צו מיינע קינדער׳ס באס רבי׳ס און מלמדים (האסט זיי אמאל באטראכט?) כדי זיי זאלן דערהערן דעם ענין און איך ורבים כמוני זאלן זיך נישט דארפן מער עקלן…

אולי ירחם.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל

הודעהדורך I'm back » דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:50 am

Good point
.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:02 am

קינד_אן_קייט האט געשריבן:@שטילע אינגערמאן, זייער גוט!

כ׳וויל שיקן דעם אשכול צו מיינע קינדער׳ס באס רבי׳ס און מלמדים (האסט זיי אמאל באטראכט?) כדי זיי זאלן דערהערן דעם ענין און איך ורבים כמוני זאלן זיך נישט דארפן מער עקלן…

אולי ירחם.

אבער ביים היימישן עולם (ליידער) איז עס א מעלה אז מ'איז שמוציג און מ'סרח'ט אוועק. אויב איינער נעמט א שויער א יעדן טאג און טוישט די אינטערוועש און העמד הייסט מען אן אפגעפארענער. און ווער שמועסט נאך אז מ'לייגט ארויף דעאדארענט, הס מלהזכיר. און א פאר פארריקטע, פוילע (שטינקעדיגע) אידן שרייבן בריוון אין בלאט אז אמת'ע ערליכע אידן האבן נישט גענימען קיין שויער משבת לשבת. און דאן אויך נאר יוצא צו זיין... :? :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13817
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8922 מאל

הודעהדורך רוח קדים » דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:12 am

איך האלט נישט די דאקטורים זענען ״טאקע משוגע״. סי פי אר וועט מען געבן אפילו פאר דעם גרעסטן חזיר, אבער דאקטורים זענען אויך מענטשן. זיי ברויכן זיך נישט ארומהאלזן מיט שטינקעדיגע קינדער
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:40 am
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 225 מאל

הודעהדורך חד גדיא » דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:31 pm

אין איינע פון די היימישע בלעטלעך פון די עקסטרעמיסטן (יושב"י חוש"ך בלע"ז) איז געשטאנען אז אויב מ'וואלט געוואוסט וואספארא נסיונות א קינד שטייט אויס אויב ער איז שיין אנגעטוהן וואלט מען אים אנגעשמירט מיט צואה...
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יולי 11, 2014 11:03 am

די הייליגע גמרא פארציילט אינז אז רבי יושע בן חנניה איז געווען א געוואלדיגער חכם און קענער, רבן גמליאל האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף אים: "הייתכן כי חכם גדול כזה יהיה אביון כה גדול?" פארציילט די גמרא אז איינמאל האט דער טאכטער פונעם רוימישן קיסר טריינוס אים געפרעגט: חכמה יפה כזו בכלי מכוער כזה? ער האט איר למעשה גוט מסדר געווען נאך דעם!

ווען מען רעדט פון גיין אנגעטאן שיין און צוזאם גענימען, איז כדי צו נעמען אין באטראכט, אז זיך פיצען, און זיין פארנימען מיטן חיצונות'דיגען געשטאלט, ווייזט אויסדריקליך נישט אויף חכמה, נאר אויף דאס פארקערטע, אז איר וועט אינאכט נעמען וועט איר זען אז די אלע שארפע קעפעלעך און טיפע דענקער, זענען זייער נישט מסודר מיט זייערע חיצנות'דיגען אויסזען, זיי זענען געווענדליך צושלאכעט און פארשארט.

דער גרויסער מוח אלבערט איינשטיין, איז באוויסט אז ער האט געלייגט א קנאפע דגוש אויף זיין חיצונות'דיגען אויסזען, אזוי אויך להבדיל דער גרויסער ריזען גאון רבי יאשע ראזין ז''ל המכונה דער ראגאטשובער איז אויך געגאנגען מיט צושטרויבעלטע האר און מיט נאכגעלאזטע קליידער, און נאך און נאך.

דעריבער גיין צווינגען א קינד וואס איז פון נאטור אויס נישט מסודר, וואס דאס איז פול מאל צילוב זיין שארפע און טיפזיניגען מוח, צו גיין אנגטאן שיין און מסודר, איז אזוי ווי גייען קעגען די טבע, וואס לויט רבי יונתן אייבשיץ זי''ע איז דאס נישט קיין מציאות, וואו עס איז ידוע די מעשה מיט די קאץ און מויז.

אוודאי איז דא א דרך הממוצע!

אבער אנשטאט אריין לייגן כוח אונעם קינד איבער זיין חיצונות, לייגט ליבערשט אריין כוח אין זיין פנימות. עס איז בעסער ברוחניות און אוודאי בגשמיות, יוסף הצדיק האט זיך געפיצט, און ער האט אויף גערייצט דעם בער, וואס פעלט דאס אייך אויס???
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום פרייטאג יולי 11, 2014 11:08 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1922
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2190 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יולי 11, 2014 11:03 am

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום פרייטאג יולי 11, 2014 11:05 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1922
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2190 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יולי 11, 2014 11:04 am

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום פרייטאג יולי 11, 2014 11:05 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1922
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2190 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יולי 11, 2014 11:04 am

.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1922
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2190 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יולי 11, 2014 11:05 am

.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1922
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2190 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט