אין בני ברק וועט גארנישט פאלען

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

אין בני ברק וועט גארנישט פאלען

שליחה דורך נושא ונותן »

יעדער בי בר רב דחד יומא אין בני ברק ווייסט די ווערטער פון הגאון ר' חיים קניבסקי שליט"א אז אין בני ברק וועט גארנישט פאלען. ווען ארץ ישראל איז געווארן בארעגענט מיט סקאד'ס פין עיראק האט ער געזאגט אז מען דארף נישט מורא האבן און מען דארף נישט צוגרייטען א חדר אטום, און אזוי ביי אלע מלחמות עד היום האט ער שטענדיג אזוי געזאגט. ולא נחה דעתו ביז ער האט מפרסם געווען א בריוו בעצם כתב ידו ווי ער שרייבט אז אין ב"ב וועט נישט זיין קיין באמבעס.
בילד
הגראי"ל שטינמן ווייטער פארלאזט זיך נישט אויף ר' חיים און ער האט געזאגט אז אפילו אינמיטען שמונה עשרה דארף מען אנטלויפן. www.bhol.co.il/Article.aspx?id=70849&cat=6 די מיסעלס זענען פונקט אזוי ווי אן עקרב.
אנדערע זאגן גאר אז דער חזו"א האט געזאגט פאר א ירושלימער איד אין 1948 (מלחמת השחרור) וואס האט זיך אויסגערעדט אז ער האט מורא אין ירושלים ווייל די ירדנ'ער באמבארדירן דארט, האט אים דער חזו"א געזאגט אז ער קען קומען קיין בני ברק ווייל דארט וועט נישט זיין קיין באמבעס (די ירדנ'ער האבן נישט געקענט באמבאדירען ביז בני ברק) ותו לא אמר ולא מידי, און ראט"ט האט עס איבערגעדרייט פאר א תורה שלימה אז בבחינת שגגה שיצא מפי השליט איז להרע וק"ו להטיב, און עד עולם וועט קיינמאל נישט פאלן גארנישט אין בני ברק.

דאס איז א לאנגער און זייער א חשובער נושא אויסצושמועסן, אפילו אז דער חזו"א האט יא אזוי געזאגט איז עס בגדר נבואה וואס מוז מקוים ווערן? קען זיך נישט חלילה מאכן אז עס זאל יא פאלן אפילו עס איז דא א הבטחה פונעם חזו"א? איז עס ריכטיג וואס הונדערטער קינדער מאכן זיך נישט וויסענדיג ווען עס קומט א מיסל און שטעלען זיך איין זייער לעבן אויף א ווארט פונעם חזו"א? ווייטער האבן דען עלטערן רעכט אינגאנצן זיך נישט צוטוהן מאכן פונעם אלארעם? מילא אויף זיך קען זיין אז מען מעג זיין א מאמין אין א פארנעפעלטע ווארט פונעם חזו"א, אבער האבן זיי דען א רעכט אויף זייערע קינדער זיי אייצושטעלען זייער לעבן?

אזוי צי אזוי, נפל דבר בני ברק תרתי משמע, און נעכטען איז געפאלן א שטיקעל מיסל אין בני ברק, ב"ה קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אבער פארט איז עס געפאלן.

עס איז העכסט צייט אז דער עולם דארט זאל מאכען א חשבון הנפש צי איז עס נארמאל אחריות'דיג און הלכה'דיג אויסגעהאלטען זיך נישט צו טוהן מאכן פונעם אלארעם.

דער אשכול פארמאגט 71 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר