ווען צניעות/קדושה ברענגט פארקערטע רעזולטאטן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

ווען צניעות/קדושה ברענגט פארקערטע רעזולטאטן

שליחה דורך הוגה »

[justify]די בעש"ט זאגט אז די עצה ניצול צו ווערן פון ניסיונות, הרהורים וכדומה, איז אז מען זאל מסיח דעת זיין דערפון. די זעלבע זאגט ער אז מ'זאל טון נאך דעם וואס מען איז דורכגעפאלן מיט אן עבירה. וואס איז פשט אין דעם? וואס האט דער בעש"ט געמיינט מיטן הייסן מסיח דעת זיין? איז דאס א סגולה אדער א פראקטישע עצה?

עס איז גאנץ פשוט. נעם א בחור אדער א יונגערמאן, לאמיר אים רופן יענקל, וואס האט OCD אויף הרהורים, קישוי וכדומה, אויב זאגסטו אים אז ער דארף זיין גאר שטארק אפגעהיטן פון זעהן א יעדע סארט פרוי אדער עפעס בדומה צו א פרוי, ווייל דאס וועט אים ברענגן לידי עבירה. דער בחור גייט שפעטער אין גאס און בטעות זעהט ער פאר איין רגע אן אכציג יעריגע באבע, ווערט ער באלד אויפגעשוידערט. אוי! כ'האב געזעהן א ראיה אסורה! און ער הייבט אן צו טראכטן, "האט עס מיר געברענגט צו קישוי אדער נישט?" פארשטייט זיך אז די מער ער טראכט דערפון די מער ער קישוי'ט אוועק. האט ער שוין א קלארע ראיה אז דו ביסט געווען גערעכט, א יעדע מינדעסטע ראיה ברענגט אים טאקע לידי עבירות חמורות מאוד.

ביינאכט ביי שמע קולנו איז ער זיך מתוודה אויף זיין עבירה, ער וויל דאך נישט גיין שלאפן אן תשובה. ווי נאר ער הייבט זיך אן מתוודה זיין אז ער איז דורך געפאלן מיט א ראיה און קישוי וכו' וכו', ער וויל דאך תשובה טון אויף א יעדע פרט קטן, דערמאנט ער זיך ווידער פון די באבע און פון וואס עס איז אים געשעהן, און אז מ'טראכט געשעהט.

די נעקסטע אינדערפרי ווען ער גייט ארויס אויפן גאס, שטעלט ער זיך אפ ביים מזוזה און ער זיך מקבל בקבלה גמורה אז היינט וועט ער עומד זיין על המשמר, ער וועט נישט דורכפאלן אפילו איין מאל. ער וועט זיך היטן פון קוקן אפילו אויף פארפרומטע פרויען וואס זענען גאר צניעות'דיג אנגעטון, אפילו אויף באבעס וועט ער נישט קוקען.

ער דערמאנט זיך ווי דאס האט זיך אויסגעשפילט דאס לעצטע מאל. ער דערמאנט זיך ווי ער וואקט אין די גאס און ער קוקט אראפ, ער הערט פון דערווייטענס דאס קלאפן פון פרויען שיך, עס נייגערט אים צו זעהן דאס פרוי אבער ער האלט זיך איין און אנשטאט דעם בייגט ער מער אראפ די קאפ צום ערד און צום פארקערטע ריכטונג פון די פרוי. אבער נאר דאס שיך קלאפעריי שפילט שוין שטארק אין זיינע דמיונות, ער קען זיך פארשטעלן דאס קלייד פונעם פרוי. ער קען פון די קול פון די קלאפעריי אליינס שוין וויסן אז דא רעדט מען נישט פון א מאדערנע פרוי, נאר פון אזא חסידישע פענסי פרוי. דער פרוי גייט מן הסתם מיט א טונקעלע קאליר קלייד, דוקע שטרימפ, לכאורה מיט סיעמס. זי גייט מן הסתם מיט מעיקאפ אויפן פנים, די לענג פון די קלייד איז אזוי דזשאסט דזשאסט וכו׳. ער קען אויך זאגן פון די קול פון די שיך קלאפעריי אז דער פרוי איז מן הסתם א מיטל יעריגע פרוי, זי גייט נישט צו שנעל און נישט צו שטייט, זי איז נישט גאר דאר אבער אויך נישט גאר דיק, מן הסתם איז זי א פינף און פערציג יעריגע, מיט א בענד אויפן שייטל, נישט צו שלעכט אבער נישט מורא׳דיג. אזוי האט זיך אונזער טייערע בחור׳ל געפונען פארכאפט אין א נעץ פון אומריינע מחשבות, בשעת ווען ער שלאגט זיך, נישט ארויף צו קוקן, ווייל ער ווייסט אז איין בליק חלילה קען אים ברענגן שאדן פאר זיבעציג יאר. אבער ער קען בשום אופן נישט אפשטעלן די מחשבות. די מער וואס ער פרובירט ארויסצושטופען די מחשבות פון זיין קאפ, ווערן זיי נאר מער און מער עלאבירירט. מרוב יאוש גיבט ער זיך א הייב אויף דאס קאפ און גיבט א בליק אויף די פרוי בשעת זי גייט אים אדורך, און ער זעהט אז מען רעדט דא פון א נישטיגע אלטע אכציג יעריגע באבע. נו, וואס קען שוין זיין פון איין קליינע בליק אויף א באבעטשקע? אבער דא דערמאנט ער זיך אז מ׳האט אים אנגעזאגט אז אזא איינער ווי ער, וואס מוטשעט זיך אזוי שטארק, מוז זיך גענצליך צוריק האלטן פון אלעם, אפילו פון זעהן באבעס, ווייל אזא שוואכע נפש ווי אים וועט קומען לידי קישוי פון א יעדע לייניגקייט, אזוי שטארק איז זיין ייצר הרע. ער איז זיך מתבונן נאר פאר א רגע צו זעהן אויב דער קורצע ראיה האט טאקע געהאט אן השפעה אויף אים, און ווינדער איבער ווינדער....

אזוי איז זיין מחשבה געלאפן אין די פאר סעקונדעס בשעת ער האט געהאלטן זיין האנט אויף די מזוזה, גרייטנדיג זיך ארויסצוגיין אויפן גאס צו שחרית. און בשעת זיין מחשבה לויפט אזוי הונדערט מייל א שעה טרעפט ער זיך פלוצלינג אין די זעלבע לאך, שוין ווידער אדורך געפאלן. וכך חוזר חלילה טאג און נאכט אן אויפהער, ביז ער הייבט אויף די הענט און גיבט אויף.

דאס איז פונקט ווי ווען א חתן רבי זאגט פאר זיין תלמיד אז רוב חתנים קענען נישט פערפארמען בליל החתונה. ער זאגט אים אן אז ער זאל געדענקן צו קאנצעטרירן גוט ווייל אז נישט וועט עס נישט גיין. ביינאכט קומט די חתן אהיים און ער געדענקט אז ער מוז קאנצעטרירן ווייל אז נישט וועט עס נישט גיין. פארשטייט זיך אז די מער וואס ער קאנצעטרירט דערויף די מער נערוועז ער ווערט, די ווייניגער ס׳ארבייט, וממילא קאנצעטרירט ער נאך מער וכו׳ וכו׳.

די בעש״ט איז געווען א קלוגע איד און ער האט פארשטאנען וויאזוי דאס ארבייט. האט ער אונז געלערנט אז די איינציגסטע וועג פטור צו ווערן פון הרהורים און עבירות איז דורך נישט קאנצעטרירן דערויף. פארגעס פון הרהורים, פארגעס פון קישוי, מאך נישט קיין קבלות, ארבייט נישט שווער אוועק צו קוקען, פארגעס דערפון וזהו. גיי אן מיט דיין לעבן, דאווען, לערן, טאנץ, טו חסד, גיי ארבייטן און וואס וועט געשעהן וועט געשעהן. איי ער וועט דורכפאלן מיט א ראיה אדער ערגערס ח״ו? אבער טאמער ער וועט טראכטן דערפון וועט עס אנגיין מיט אימפעט אן אויפהער, וכמו שביארנו לעיל.

כלפי מה דברי אמורים? לעצטע וואך איז געווען נאך א סקולענער צניעות אסיפה אין לאנדאן. ביי די אסיפה האט מען אויסגעטיילט אן עקלדיגע ליסטע פון צניעות גיידליינס פאר פרויען, וואס זיי זאלן זיך אונטערנעמען אין אויסטויש פאר א קוויטל צום סקולענער רבי שליט״א. דער וואס האט געשריבן דער ליסטע מוז האבן א שמוציגע קאפ. איך בין ממש געווען שאקירט ווען איך האב געליינט דער צעטל. אויב מוז איך guess׳ן, וואלט איך געזאגט אז די קאמפיזיציע פון דעם צעטל איז צוגעגאנגן בערך אזוי.

א יונגערמאן, א גרויסע עובד אויף קדושה - בערך ווי אונזער הייליגע יענקל הנ״ל - האט זיך אוועק געזעצט און האט מחליט געווען איין מאל פאר אלעמאל פטור צו ווערן פון זיינע שווערע פלאגענישן און נסיונות. האט ער געמאכט א ליסטע פון אלעס וואס דערווארימט אים. ער דערמאנט זיך פון קלאפעדיגע שוך, ארויף אויף די ליסטע. טונקעלע קליידער ציט אים, אויך לעכטיגע, בלויע, געלע, גרינע און רויטע. לאנגע קליידער איז געפערליך, אויך קורצע. ער האט ליב די סטייל פון צוויי אינטשעס לענגער ווי די קני, אויך פיר, אויך זעקס און אויך אכט אינטשעס לענגער. אלעס ארויף אויף די ליסטע. ווען ער הערט א פרוי רעדן אויף די סעלפאון, אדער ווען זי רעדט סתם אזוי צו א פרוי אין די גאס, אויך א פרוי וואס אייז איידל און שטיל, אלעס ארויף אויף די ליסטע. א פרוי מיט א טישירט ציט אים שטארק, אפילו ווען עס איז איבערגעדעקט מיט א מאנטל, ארויף אויף די ליסטע. בקיצור, איר כאפט די נקודה, אזא ליסטע, דאס פארפאסן, דאס פארשפרייטן, דאס רעדן דערפון לאנגע דרשות און דאס מבקל זיין, אלעס איז די היפוך פון מסיח דעת זיין. דאס איז אריינשטעקן די קאפ אין שמוץ און פארשפרייטן שמוץ אין אונזערע געמיינדע השם ישמרנו. אוי האט יענער לץ ליידער גוט געזאגט. אזא צעטל איז softcore porn.



.[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (286.85 KiB) געזען געווארן 3404 מאל
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר