איך האב נארוואס געליינט דעם קעפל נאכנישט געהאט געדולד און ישוב הישוב אדרוך צו לעזן אלע תגובות. עס זעהט אויס שיין. איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן איבער דעם וועל איך יעצט אביסל שרייבן אויל המשך יבוא
מיין עקספיריענס האט מיר געוויזן אז דער גרעסטע פראבלעם פון פרנסה ביי מיר און מיינע היימישע חברים איז MONEY MISMANAGEMENT
איך וועל אביסל שרייבן בקיצור
אמאלנישט גענדיגט דעם חודש
געווען שולדיג גמח'ן
געווען שולדיג גראסעריס
גענוצט נישט ריספאנסיבל קרעדיט קארדס
געהאלטן און איין בארגן פון חברים משפחה
געגעבן געלט צו צדקות וואס איך האב געמוזט מער ווי מעשר
געקויפט מתנות העכער פון מיין באדז'עט און געשאלטן
געארבעט אסאך מער ווי מען האט מיך באצאלט UNDEREARNED
געלט וואס איז אריין איז געפלויגן אין סעקונדעס אין וואסער אריין
היינטמיט כמעט דער זעלבע באדזעט ווי פריער!!
אויסגעצאלט גמח'ן
נישטא גראסעריס אויפשרייבן
קרעדיט קארד נאר פאר ביזנעס
יעדער חודש ווערט אפגעצאלט חלקים פון אלטע חובות
איך ווער נישט דעשראקן צי זאגן פאר מיין פארטיי , ביהמ''ד וכו' אנטשלודיגט איך האב יעצט נישט צי געבן
איך קען אויף א געזונטע אופן זאגן אנדערהיים דאס קען איך יעצט יא קויפן דאס נישט..
זייער א קלארע קאנטראקט מיט מיין בעה''ב און ווער עס נוצט מיין סערוויסעס קען איך קלאר און רואיג מאכן א געהעריגע פרייס ליסט
יעדער אגורה / סענט פון אינקאם האט א גענויער אדרעס . כך וכך פאר ביסנעס עקספענסעס און כך וכך פאר וועקעישן און פאר חובות, פסח , חתונה פאליסיס וכו'
ווי אזוי?
אסאך זאכן געטוהן און טוה נאך ווייטער
צום ערשט וועל איך דא ארויף ברענגן דעם ביכל וואס האט געהאט א ריזיגע חלק צו טוישן מיין לעבן. אויך אן עקספיריענס פון א מענטש. איך בין גאר שטארק מציע דאס צו ליינען
https://www.amazon.com/Earn-What-You-De ... 0553572229המשך יבוא אם הזמן ירשה
דערוויייל ווער עס וויל קען זיך פארבינדען מיט מיר באישי