בלאט 1 פון 1

אונזער מצב הפרנסה: עד שתכלה פרוטה מן הכיס

נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 4:52 pm
דורך שמעקעדיג
"געוואלד" איז א ווארט וואס ווערט ביליגערהייט גענוצט ליידער, און האט שוין לאנג פארלוירן איר אריגינעלער באדייט. אנשטאט איר ריכטיגער אפטייטש - וואס באדייט א וויי געשריי פון טיפן הארץ, א מאוימ'דיגע צעבראכענע קרעכץ, עביוזט מען איר, מ'נוצט איר אלס א לאזונג סלאגאן (געווענליך מיט'ן ישראל'ישן 'גיוואאאלד' אקצענט...) אויף זאכן וואס זענען נישט בעצם קיין "געוואלד", אויף פראבלעמען וואס זענען ווערטלעך קעגן אונזערע אמת'ע פראבלעמען, אויף זאכן וואס ברענגען נישט קיין הארצוויי, און פארדינט נישט אויף אן אמת א "געוואלד", אבער וואונדער איבער וואונדער, אז ווען ס'קומט צו אדרעסירן אונזערע אמת'ע טיפע פראבלעמען, דארט איז שטיל. און טאקע אויף דעם שריי איך יעצט "געוואלד". געוואלד אויף אונזער "איגנאראנץ", געוואלד אויף אונזער "ווייטאג".

געוואלד! וואס וועט זיין מיט אונזער מצב הפרנסה!!

דער אשכול איז נישט קיין וויץ, עס קאסט מיר כוחות און געזונט ממש ווי ביים שרייבן דעם על הגאולה, בראותי המצב המתדרדר מיום אל יום ומדחי אל דחי, עס דערקייקלט זיך גאר טיף, אידן ליידן און מאכן מיט, ואין מרחם עליהם.

עס האלט שוין ליידער ביי די סאמע נידריגסטע שטאפלען. עס האלט שוין נאנט פאר א צוזאמענברוך רח"ל, א חלק אידישע קינדער האלטן שוין גאר נאכ'ן בראך. וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל. אידן שרייען פון טיפענישן פון הארצן. יא יא, די זעלבע אידן וואס אין סמעדרעש טרינקט ער לחיים מיט א שמייכל אויפן געזיכט, און זאגט א וויץ מיט'ן טלית אויף דער פלייצע, און גיט א ניקל פאר יעדן עובר ושב וואס גייט נאך געלט פאר אלע צוועקן בארבע כנפות הארץ, דער זעלבער, איז נעבעך אבלתו וצערו בלבו. ער האט נישט קיין פרנסה. ער קען נישט דעקן זיין לעבן.

עס איז בכלל נישט קיין סוד, אלע ווייסן אז דער מצב איז פינסטער און ביטער, די פאר עשירים וואס דרייען זיך צווישן אונז ווערן בטל באלפי אלפים, און ווערן שיער משוגע ווען מען קומט צו זיי נאך געלט פון "איבעראל", אז זיי זאלן שטיצן "יעדן" איינעם. דער ביטער-שווערער מצב ברענגט צו אזעלכע אבסורדישע לעזונגען, און מאכט פארגעסן דעם פשוט'ן זיניגן לאגיק פון אין הקומץ משביע את הארי. מען בעט און מען שנארט אן אויפהער, מצאת החמה עד צאת הנשמה.

מען שנארט נישט נאר פון די עשירים, מען שנארט פון יעדן איינציגן אינגערמאן אדער בעה"ב... יעדער מוז זיך משתתף זיין אין יעדע צוועק און אין יעדע מסיבה, ווייל... ס'איז באו מים עד נפש, און נאך ווי... דער שכן קען נישט אויסהאלטן מער, ער דערטרונקט זיך אין חובות... איי, איך אויך? נו גוט, וועט מען מארגן מאכן א דינער פאר דיר, און איבערמארגן א טיי אווענט פארן נעקסטן שכן... וחוזר חלילה.

באקאנט דאס ווערטל אז פורים אין ירושלים באשטייט פון גאנצע טויזנט שקלים וואס לויפט דורך פון איין עק שטאט צום צווייטן... ביי אונז איז באלד אקוראט די זעלבע. די פאר צענערס און צוואנציגערס וועלן זיך דרייען ביי די פאר שנארערס מיד ליד, און מען וועט ווייזן קבל עולם ומלואה די געוואלדיגע חסד וועלכע הערשט במחנינו. אה, מי כעמך ישראל, ווער נאך האט אזעלכע געניטע עסקנים.

אויף אזא אופן שאפט מען געלט פאר יעדן ארימען איד, בפרט תלמידי חכמים. יעדע מוסד וואס איז "וויכטיג פאר יעדן איינעם" און קיינער טאר נישט פארפאסן, ווייל האסטו דען נישט הנאה געהאט פון הצלה, חברים, שומרים, גמ"ח הצלה, חי לייפליין, בוני עולם, רופא חולים, קרן עזר, מקוה יו.עס.עי., תומכי שבת, קמחא דפסחא, מקימי, שמיטה היטערס, בחורים ראטעווערס, פדיון שבויים קנאקערס, טאט און ראט עצה געבערס.... יו נעים איט.

פוק חזי יעדן טאג אין די בתי מדרשים, ווי אלע ווענט זענען פריש באהאנגען מיט וויכטיגע צוועקן, וואס יעדער בלי שום יוצא מן הכלל 'וויל' און 'גייט זיך' משתתף זיין בעין יפה וברוח נדיבה. קוק וויפיל געלט-גייערס יעדן טאג אין די שולן און ביי די שמחות זאלן, קוק וויפיל טישלעך אין די קארידארן פון די בתי מדרשים, וויפיל באבעס זיצן ביי די פרויען קבלת פנים, וויפיל פושקעס ערב יוכ"פ אויפן בימה און ביי יעדן ניחום אבלים, וויפיל מלוה מלכה'ס יעדע וואך... יעדע צוועק באזונדער שרייעט רחמנות, א איד אדער א מוסד דערטרענקט זיך, צרכי עמך מרובים, ווי קענען מיר רחמנים בני רחמנים דאס צוקוקן און לאזן יענעם פאלן?! לא תוכל להתעלם, עזוב תעזוב, און דעריבער קומען יעדן טאג פאר 70 מסיבות של מצוה אויף יעדן בלאק, מיט קונצלערישע נעמען איינס אינטרעסאנטער פון צווייטן כדי צו באקומען אויפמערקזאמקייט אינעם ים של מסיבות. און אויב האט מען שוין מורא אז דער עולם וועט זיך נישט משתתף זיין, שיקט מען ארום חברים און קרובים זאלן זיין א יושב ראש (זיצט אויפ'ן קאפ בלע"ז) ביי די מסיבה, אדער מען מאכט א זשורנאל, וואס דענסמאל קען מען שוין מער נישט אפזאגן, און מען מוז זיך בע"כ משתתף זיין אדער אריינשיקן א באגריסונג. אדער וועט יעדער שכן מאכן א מסיבה און אלע שכנים וועלן מוזן האבן א חלק, די פרויען וועלן באקן א קעיק אדער מנדב זיין א קוגל בכדי איר מאן זאל ביינאכט קענען לויפן צוזאגן "בלויז" 20 א חודש און דורכדעם אויפרעכטן דעם הייליגן מוסד. און אזוי דרייעט זיך א וועלט כגלגל החוזר, אז מען קען פון זינען אראפגיין.

בקיצור, דער מהלך וואס מיר אדרעסירן אונזער פרנסה קריזיס איז בעיסיקלי מיט "שנאר". אבער דאס מאכט נאר גרעסער דעם לאך אין דעם שיף. דאס זעלבסט איז א גרויסער חלק פונעם פראבלעם. וכאן הבן שואל, וועמען וויל מען נארן? איז דאס א לעזונג? קען מען דען אזוי פירן א געמיינדע, וועמען וויל מען איינרעדן אז "שנאר אקציעס" וועט אונז העלפן?? אונזערע פראבלעמען זענען פיל ברייטער און טיפער! די טענענטס קענען נישט איבערטראגן די שווערע לאסט פון די טייערע רענט, דאס ווייב בעט זיך פאר געלט און דער מאן חובות'ט זיך אן, עוללים שאלו ללחם ואינם, די גראסערי וויל שוין נישט אויפשרייבן, מען האט א דאזן קינדער און מער וואס שרויפט ארויף די הוצאות למעלה מהשגת אנוש..

ועל כולם, מיר לעבן מיט משוגע'נע סטאנדארטן: מ'מאכט ביי יעדעס קינד באזונדער שמחות בליעה"ר אויפ'ן שענסטן פארנעם, כדי יעדער זאל "הנאה האבן", אנגעקליידט מיט די שענסטע קליידער און די עסן געטיילט דורך די בעסטע קעיטערינג, אין א "נארמאלע" האל ווי עס גייט אריין לכה"פ אזויפיל און אזויפיל קאפלס, שיינע מוזיק מיט א זינגער און אפשר נאך גאר א קאפעליע כדי צו אויפהייבן די געמיטער... די בל תשחית ווי גאנצעטע און כמעט-גאנצע פארציאנען פון פיינע עסן גייען אין מיסט קאסטן קאסט ווייטער ממש שטיקער געזונט...

און אזוי דרייעט זיך דאס ראד, יעדער רעדט איין דעם צווייטן אז ער מיינט נישט אז ביי יענעם לאכט זיך נישט און ער קוקט ארויף די בעלי שמחה, און ער זעלבסט, מעשה מלך, זעצט זיך אריין אין זיין נייע סובורבען אדער עקיורא נאך דער שמחה, כאילו ער האט יא גענוג פון די מעשה. ער האט פשוט ליב אביסל שענער... לעדערנע זיצן איז א "מאסט" פאר אים, א סאנרו"ף איז אויך גאר נויטיג צו קענען האבן אביסל לופט אויפן קאפל. סך הכל איז עס נישט מער ווי נאך אפאר דאלער א חודש...

ס'ארא עולם השקר... שקר? ס'שוין גארנישט שקר. אלע ווייסן דעם אמת! אבער נאך ווי! דער עולם וויינט און קרעכצט, און אזוי קרעכצנדיג גייט מען שלאפן... בערב ילין בכי, און מען שטייט אויף פריש דעם קומענדיגן טאג בלויז צו ווידער קרעכצן און וויינען ווייטער. מען ארבעט ביטער שווער מן הבוקר ועד הערב אבער מען קאווערט נישט דאס מינימום. מען האנדלט אראפ די שכר לימוד פון די קינדער, מען בארגט פון רעכל צו מעכל, דער לענדלארד סטראשעט אז מען איז שוין שפעט אינעם חודש, און דער קרעדיט קארטל ווערט געסווייפט אן רחמנות עד הסוף.......


לאמיר זיך עפענען די אויגן און אידענטיפיצירן אונזערע פראבלעמען

דער "סיסטעם" איז א באקאנטער פאנעמאן ביי אונז אין שטיבל. וואלט דא געארבעט א העשטעג סיסטעם, וואלט #סיסטעם געווען דאס מערסט באנוצטע העשטעג אין שטיבל, און מיט רעכט. אונזער "סיסטעם" איז מלא פראבלעמען, אויף וואס מיר קענען וויינען פון צופרי ביז ביינאכט. עס איז גרינג צו ווארפן דעם שולד אויף יענעם. אבער, והעולה על כולנה, אז מיר זעלבסט ליידן פון א בת היענה מענטאליטעט, מיר מאכן זיך צו די אויגן און מיר אדרעסירן נישט אונזערע פראבלעמען. וואלטן מיר נישט געהאט דעם פראבלעם וואלטן ימ'ען פון דעם פראבלעמאטישן "סיסטעם" פארשוואונדן געווארן.

א מענטש דארף קענען פינ-פוינטן זיינע פראבלעמען, וואו איז דער לאך אין דער שיף (טראבלשוטן בלע"ז). לאמיר זיך קוקן אין די אויגן אריין, פראסקענען די מציאות אין פנים, און נישט אנטלויפן פון רעאליטעט. און לאמיר אויך פארשטיין פארוואס בדורינו אלה איז דער פראבלעם מער ווי אמאל, עס זענען דאך מאז ומתמיד געווען עניים ואביונים, ווי דער פסוק זאגט, כי לא יחדל אביון מקרב הארץ.

מען האט שוין געשריבן ימים מיט ארטיקלען איבער דעם שוידערליכן פראבלעם, אבער קיין פולקאמע סעלושען איז דערווייל נאך נישט אויפגעקומען. אמת, קליינע ישועה'לעך האט עטוואס ארויסגעשפראצט, אין פארעם פון חתונה תקנות, שמח תשמח זאלן, אבער די דעפיציטן און די חובות און די אינפלאציע שטייגן מיט א פיל שנעלערן גאלאפ ווי דאס אז די פאר תקנות'לעך זאל קענען צוריקהאלטן. די הוצאות פליען ארויף ווי א שטורעם פון א צונאמי, און די פאר ישועה'לעך זענען ווי אפאר קליינע זאמד זעק אנטקעגן דעם ווילדן שטורעם. וויפיל מ'וועט שרייבן דערפון איז נישט גענוג, מענטשן ווייסן אסאך, אבער פיל מער ווייסט מען נישט. וויפיל אידן האבן נעבעך צוזאמענגעבראכן. וויפיל היימישע אידן מסלתה ומשמנה מוזן גיין צום דאקטאר אדער צום פסיכיאטאר רח"ל און נעמען פילן צו קענען אנגיין מיטן לעבן. וויפיל ווילן זיך ממש נעמען דאס לעבן און טענה'ן (מיט רעכט) טוב מותי מחיי. נישט ווייל יש לך אדם שממונו חביב עליו מגופו, בכלל נישט, ער קען פשוט זיך נישט הייבן דעם קאפ, אין אדם מעיז בפני בעל חובו, ער קען נישט דעקן דאס מינימום וואס ער האט זיך מחייב געווען בשעת די חופה אונטער'ן הויכן טייערן שטריימל ווען ער איז געווען ארומגעוויקלט מיט די טייערע זיידענע בגדים וועלכע האבן אפגעקאסט א "פארטשון" פאר'ן אבי המלך. ער איז פאר'חובות'ט פאר א האלבער שטאט, ער האלט ביי א בחינה פון די קללה "בבוקר יאמר מי יתן ערב ובערב יאמר מי יתן בוקר", מען זעט בחוש דעם עני חשוב כמת, עניות מעביר את האדם מדעת קונו רח"ל.

טייערע ברודער, הגיע הזמן, עס איז געקומען די צייט, עס מוז נעמען א עק דערצו!! מיר מוזן אפשטעלן די מגיפה שוין היינט, און טון כל מה שביכלתינו צו מונע זיין די מגיפה מנחלתינו. צי קענען מיר??? יא, אבסעלוטלי!! צי ווילן מיר?? אה, הממממ.... ליידער נישט אלע, ווייניג ווילן באמת, און די איבריגע וואס ווילן יא שעמען זיך פאר די נארישע מענטשן וועלכע גייען מיט זייער קאפ אין וואנט.

אבער מיר קענען מער נישט קוקן אויף יענעם. מיר מוזן אראפרייסן אונזערע פורים מאסקעס. מיר קענען מער נישט פארלאנגען פון די רבנים און ערווארטן די עסקנים זאלן עפעס טון, מען מוז אליינס ארויסגיין פון די באקס בלע"ז, טון עפעס מער דראסטיש, און – ווי 'דער מאמענט' רופט עס אן – אראפקריכן פון דעם שרעקעדיגן הויכן געלט-בוים אויף וועלכן מיר האבן זיך ארויפגעזעצט. ויפה שעה אחת קודם!! עס איז קריטיש! רבותי, מי לה' אלי!!!


די קאנסעקווענצן פון דעם פראבלעם

לאמיר אביסל צונעמען די שרעקליכע תוצאות פון די מגיפה. צום אלעם ערשטנס עס איז נישטא קיין ישוב הדעת צו טראכטן גראד, דער מצב איז גורם געפערליכע סטרעסס, וואס איז זייער נישט געזונט פאר א מענטש. דאקטוירים רופן דאס אן די "סיילענט קיללער", וואס כשמו כן היא, עס קען ברענגען ממש דעם טויט רח"ל. סטרעסס איז נישט געזונט פאר זיך און איז גורם אנדערע קרענק אויפן מענטש רח"ל.

די צווייטע תוצאה, דער שוידערליכער פראבלעם פונעם דור, דער חינוך און אוועקגעפאלענע, קען מען אויך תולה זיין אין דעם פראבלעם (עכ"פ למחצה ולשליש ולרביע). די עלטערן האבן נישט דאס מינדעסטע געדולד און צייט פאר די קינדער, זיי זענען אויסגעברענט, זיי ארבעטן טעגליך ביז אפיסת הכוחות, ווען און וויאזוי זאלן זיי שמועסן מיט די קינדער, פארהערן די קינדער, לאכן פון זייערע ווערטלעך, און אנקניפן א קשר? מה יעשה האב, ומה יעשה הבן שלא יחטא?? א מענטש איז סוכ"ס נאר א מענטש!

דריטנס, די רוחניות ענינים ווערן שטארק פארנאכלעסיגט, אונזער עיקר תכלית אויף דער וועלט ווערט א טפל, ווי אזוי קוקט אויס דער דאווענען מלא אנחות ומחשבות זרות זיך יאגענדיג צו דער ארבייט, קוים וואס מען האט צייט פאר א שיעור תורה, טייל אידן עפענען נישט קיין ספר משבת לשבת, אפגערעדט פון צייט פאר א חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט, נישטא קיין ברעקל הרחבת הדעת צו האבן די התבוננות פון מה חובת האדם בעולמו, און ווען עס קומט שוין א שבת אדער א יו"ט, אנשטאט א ריכטיגע הכנה עס אויסצונוצן כדבעי און עפעס געבן פאר די נשמה אויך, ווערט מקויים דער מתוקה שנת העובד, מען פאלט אין בעט אריין טויט-מיד, קוים אביסל צייט פאר די ווייב און קינדער. ווי צדיקים פלעגן טייטשן, "בנפשו יביא לחמו", מען זאגט נישט "בגופו", נאר בנפשו, ליידער מיטן נפש.


לאמיר זיך העלפן, צו וואו דארפן מיר צילן?

עס איז שווער צו זאגן עצות, טייל זענען על מנת שתעלה לרקיע, זייער שווער צו טוישן אן איינגעגעסענע און דורכגעפוילטע סיסטעם, אבער לאמיר כאטש וויסן לאן אנו הולכים, צו וואו דארפן מיר צילן, טוישן דירעקציעס, ויבוא הנס מכל מקום.

עס ברויך געגרינדעט א קרן-הצלה קאאליציע, ווי ערנסטע אידן רועי נאמנים זאלן מטכס עצה זיין וויאזוי מ'קען העלפן כלל ישראל. מען דארף אויסהערן יעדנס עצה והגיון, עס איבערטראכטן, און מקיל זיין אויף יעדע ספק און שאלה לפי הצורך, כי בנפשינו הוא!

אויב וואלט איך געווען פון די קאאליציע, אדער אפילו בלויז א מנהיג מיט נאכפאלגער, וואלטן די פאלגנדע עצות געווען פון מיינע ערשטע. (כאטש ווי געשריבן, אז טייל פון די עצות זענען נישט אזוי פראקטיש און קענען נישט איינגעשטעלט ווערן פון איין מינוט אויף די צווייטע, אבער קודם איז וויכטיג כאטש צו וויסן דעם פראבלעם, אידענטיפיצירן וואו עס געפינען זיך די לעכער, און מען דארף חזר'ן די עצות נאך און נאך אזוי לאנג ביז זאכן וועלן זיך רוקן פאראויס.)

אונזערע פראבלעמען איז מעל כל ספק אין גרויס טייל צום פארדאנקען אונזער הויכער לעבנס סטאנדארט. דאס איז קיינמאל נישט געווען אויף אזא אופן ווי היינט, און דעריבער ליידן מיר געפערליך פון דעם, מער ווי אלעמאל. איז בראש וראשון, די ערשטע עצה איז צו מאכן אונזער לעבנס סטאנדארד נידריגער. מען קויפט נישט נאר וויפיל מען קען עפפארדן, קיין דאלער נישט מער, פינטל! נישט קיין פורניטשער, נישט קיין קאר, נישט קיין דישוואשער, נישט קיין קאנטרי, נישט קיין טייערע וואקאציע, נישט קיינע שטריימלעך יעדע צוויי יאר, און אודאי נישט קיין באגעבא קערידזשעס וכדומה וכדומה, גארנישט!! ליידער ביי די חסיד'ישע איז עס מער איינגעריסן ווי די נישט היימישע, (און אין ווילי ערגער ווי מאנסי און לעיקוואד), די קליידונג מוז זיין טיפ-טאפ, מיר זענען "בעסערע מענטשן" בני מלכים, עס "פאסט פשוט נישט" צו גיין אזוי אדער אזי... די מענער האבן די שענסטע קליידונג, די פרויען פוצן זיך אויס סיי מיט די בגדים און סיי דזשולערי, די קינדער דארפן גיין מעטשי, א.א.וו.... מהיום והלאה וועט אלעס פאסן! די ביליגסטע קליידער מיט די סטיילס פון 3 יאר צוריק איז אויך בסדר! פארוואס אין ארץ ישראל קען מען דאס באווייזן? אז מען האט נישט קויפט מען נישט! מען קען גיין צעשליסן און צעריסן ואין פוצה פה, קיינער גיט נישט קיין DAMN דערפאר!! אדרבה, זאלן זיך מערן געשעפטן און לאקאלן און באזארס מיט ביליגע שטאפיר פון קאפ ביז פוס, פאר מענער, פרויען און קינדער, און זיי זאלן פארמאגן דאס מערסטע קונדן! סייווי לויפט שוין היינט דער עולם צו גוי'אישע געשעפטן זוכן מציאות און די היימישע געשעפטן בלייבן אממערסטנס מיט די צונג אינדרויסן, איז לאמיר אלזא כאפן די קאסטומערס ביי אונז! זאלן זיי קויפן ביליג דא! ביליגע העמדער, ביליגע סוטס, שיך, בלאוזעס מיט סקירטס, אלעס!! און נאר וויפיל מען קען זיך באמת ערלויבן, און אויפהערן מיט די משוגעת פון "יענער".

לולא דמיסתפינא וואלט איך מבטל געווען דעם שטריימל און די גאנצע בגדי שבת. איך ווייס אויך די חשיבות דערפון און די הקפדה פון צדיקים, אבער פיקוח נפש איז פארט דוחה כל התורה כולה, און אודאי אזוי אויף א מנהג. בכגון דא לא גזרו.

נעקסטע באמבע: בוירט קאנטראל מוז ווערן א פאקט ביי אונז!! פרי' ורבי' איז נישט ביהרג ואל יעבור, דעם דיין זאלסטו פרעגן ווען מ'הויבט אן זאגן ותן טל ומטר. דיני נפשות דארף מען פסק'ענען מיט א בית דין של כ"ג! עס איז היינט מער נישט קיין שאלה פון הל' פרי' ורבי' אדער בעניני מסורה ובטחון. עס איז ריין פיקוח נפש! וספק נפשות להקל. אין הל' שבת שטייט אז מ'מעג מחלל שבת זיין אז א פרוי זאל נישט משוגע ווערן. זאל זיין וואס עס וועט זיין, אבער האמת ניתן להיאמר, דער אמת מוז געזאגט ווערן! מיר האבן שוין דעם פראבלעם גענוג מאל אויסגעשמועסט אין שטיבל ותדרשנו משם, אז עס איז נישט פאראן קיין געלט, נישט פאראן קיין דירות, נישט פאראן קיין פלאץ אין די ישיבות, און פארט ווערן טעגליך געבוירן טראק-לאודס מיט קינדער קע"ה אן קיין רחמנות, אן קיין רואה את "הנולד" (תרתי משמע), און ווען דער פאטער דערזעט זיך שפעטער אין לעבן מיט א דאזען קינדער און ער ווייסט נישט פון וואו צו נעמען דעם נעקסטן דאלער, רייסט ער זיך די האר פון קאפ, אבער דאן איז שוין צו שפעט! דאס בעסטע וואס מען קען דאן טון איז... ווידעראמאל מאכן א טיי אווענט, און אפשר אויך לייגן עיוהכ"פ נאך א פושקע נעבן די איבריגע 150, כולי האי ואולי וועט אריינפאלן נאך א קוואדער...

דאס האבן אזויפיל קינדער, ברענגט אסאך שוועריגקייטן, בפרט אין א פיצעלע שטוב. חוץ די פינאנציעלע פראבלעמען, איז עס גורם אז מען זאל זיך נישט קענען אפגעבן מיט יעדן קינד מיט די אטענשאן וואס זיי פארדינען ערליך. און דאס איז א רעסעפי פאר דיזעסטער, עס ברענגט שפעטער פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות, מענטאל און פיזיש.

דער ריבוי העם קע"ה, ווי שיין און פרעכטיג עס איז, איז גורם נאך א זייטיגער פראבלעם. אין קומענדיגן פראבלעם וויל איך רעדן וועגן וואוינען אונטער'ן מאמעס פארטוך און קיינער גייט נישט אין ערגעץ. מ'ליידט און מ'שלינגט און מען בלייבט זיצן אין די געציילטע ישובים ווי דער ווארעם אין רעטעך... דאס איז גורם אז מען דארף כסדר צובויען נייע בתי מדרשים און מקוואות, נייע מוסדות התורה סיי פאר די אינגלעך און פאר די מיידלעך, וואס נעמט קודם-כל אויף א געוואלד מיט פלאץ, גאנצע בלאקן וועלכע וואלט געקענט גענוצט ווערן פאר דירות. און נאכדעם קאסט עס אפ ימים מיט געלט, עפרות זהב, שווערע מעלאנעס וועלכע וואלטן געקענט גיין פאר אידן צו ברענגען ברויט אויפן טיש, און העלפן די צדקה קאסעס, אבער עס וועט ליבערשט גיין פאר די בנינים ווי מען קויפט זיך איין "אייביגע זכותים"... און א פול פעידזש עד אין די צייטונג, און צוואנציג פול-פעידזש מזל טוב'ס ווען מען טוט א שידוך.

וועגן אוועקמופן און עפענען נייע ישובים מוז מען אויך רעדן, כאטש עס קוקט אויס ווי א חלום, אבער דער באו מים עד נפש ווערט שטערקער פון וואך צו וואך. עס איז כלו כל הקונצן, עס גייט ממילא קראכן, ממש א שאד אז מען זאל נישט אויסארבעטן עפעס א מעסיגן מהלך, אן קיין קנאה ושנאה פון שכנים, אן קיין פאליטיק, לכתחילה אוועק פון די סיטי, ווי מאסן אידן זאלן קענען ארויסוואנדערן, ווי ידידינו פליקער און פרישער האבן שוין אזויפיל מאל באשריבן דא בטוב טעם ודעת... דאס איז אן אריכות פאר זיך, וואס כ'קען נישט דא אויסשמועסן, איך ווייס עס איז נישט גרינג, עס זאגט זיך גרינגער ווי געטון, אבער דער פראבלעם ווערט נישט דעריבער פארשוואונדן! עס איז קיימא וקאי און פארלאנגט א זאפארטיגע דראסטישע לעזונג, ווייל אויב נישט... וועט שוין משיח נישט אריינפיטן אונז צו קומען אויסלייזן...

די קומענדיגע עצה איז, צו שאפן מער פרנסות פארן ציבור. ב"ה צווישן היימישע אידן זענען שוין פאראן ביזנעס קאונסאלטענטס און פארשטענדליכע מורי דרך, וועג ווייזער, מען הערט כסדר פון קאנפרענצן און אסיפות, ועוד ידם נטויה, מען עפנט אונז אביסל דעם קאפ, עס זענען פאראן מער סארט פרנסות ווי שטיין אין א גראסערי אדער B&H... פארפאלן, מען מוז אנהויבן שפעטסטנס ביי די 17 יאר לערנען מיט בחורים א שטיקל מהלך החיים, א כמו-היימישע קאלעדזש מיט די נויטיגע אינפארמאציע און מען זאל באקומען א שטיקל דעגרי. נישט אז נאך די חתונה זאל מען תיכף אן קיין ברעקל עקספיריענס אין לעבן זיך גיין איינהאנדלען אלע שטאטישע פראגראמען נאך איידער מען ווייסט ווי אזוי מען שרייבט א טשעק און מען ווייסט נישט ווי אזוי צו מאכן א דאלער, און ליעסן א קאר אויפן זיידנ'ס נאמען נאך איידער מען ווייסט וואס קרעדיט מיינט, א מין עולם הפוך דאס...

איך וואלט אויך אויפגעשטעלט א צענטער פון געטרייע פינאנציעלע מומחים, וואס זאלן זיך מטפל זיין מיט "יעדן" אינגערמאן בלי שום יוצא מן הכלל און זיי באגלייטן ביז א צוויי יאר נאך די חתונה, זיי זאלן העלפן אויסשטעלן די פרנסה, הוצאות והכנסות, מיט זיי זאל מען זיך מתייעץ זיין ועל פיהם יישק כל דבר. די געציילטע "עקספערטן" וועלכע עקזיסטירן היינט זענען ע"פ רוב ווערד א רעטעך, זיי וועלן אייך ס"ה מייעץ זיין וועלכע "אינשורענס" צו נעמען... האלא, לאזט לעבן ביטע, אינשורענס וועט זיין נאכדעם וואס אלע אנדערע נויטיגע הוצאות וועלן קלאפן, דאס קומט גאנץ אונטן אויף די ליסטע.

ואחרי ככלות הכל דארף מען עפענען א וועד ספעציעל געווידמעט פאר "שמחות", וואס זאלן מאסף זיין אלע תקנות פון אלע קהילות ביז אהער, און ווייטער מחזק זיין און מוסיף זיין מחול אל הקודש. אין אלע דורות האט מען געמאכט תקנות אקעגן "לוקסוס", אונזערע שמחות זענען איין שטיק לוקסוס, יעדער ארעמאן ערלויבט זיך נאכצוקאפירן דעם עושר, השם ישמרנו, מיט אלע דעטאלן און פיטשעווקעס, ווי שוין דערמאנט פריער.

לאמיר נעמען א דוגמא. פורניטשער איז איינע פון די גרעסטע הוצאות החתונה. פאר א דריטל די פרייז קען מען האבן גאנץ שיינע זאכן צב"ש ביי אייקיע. פארוואס צאלן 15 אלפים ווען מען קען צאלן נאר פינף. ווייל דאס איז דער "סטאנדארד" פון די חתונה מאלל? מען דארף נישט קיין ספרים שאנק, ניטעמאל קיין ש"ס און שו"ע, אונזערע זיידעס האבן עס קיינמאל נישט געהאט און מיר עפענען עס אויך נישט מפסח עד פסח, געווענליך לערנט מען אין ביהמ"ד און דארט געפינט זיך גענוג און נאך פון אלע ספרים. איז צו וואס זיך אויספליקן ביים קויפן א ש"ס ווייל "עס פאסט"? און צו וואס א בעכער? א לייכטער? מען קען אויך יוצא זיין קידוש אויף א פשוט'ן גלאז, און צינדן לכבוד שבת טרעוול ליכט. זילבער קאסט היינט ביזן הימל, א קליין מנורה איז גענוג. מען האט שוין אביסל אויסגעשמועסט אין דעם אשכול עצות און הצעות עיי"ש, ועוד ידינו נטויה.

עס איז זיכער פאראן נאך עצות, נישט אלעס ליגט מיר אצינד אויפן קאפ. אדרבה, לאזט אייך אויך הערן כיד ה' הטובה עליכם, ישמע חכם ויוסיף לקח. און רבותי, לאמיר נישט מחמיץ זיין את השעה, נישט ליינען און גיין ווייטער, נאר לאמיר טאקע אנהייבן טון הלכה למעשה, זיין די נחשונים, זיך נישט שעמען פון קיינעם, מיר וועלן נאר פארדינען דערפון, ווי אויך אונזערע קינדער און קינדס קינדער, און יעדער וועט אונז דאנקבאר זיין. פרינטס ארויס די צעטלען, פארשפרייט עס איבעראל ווי נאר מעגליך, מענער און פרויען זאלן דאס זעהן טאג טעגליך, אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם, לאמיר האפן אז דאס וועט זיין א מעכטיגער דורכברוך.

געווענליך ענדיגן די צייטונגען "ולה' הישועה", אבער גלייבט מיר, הקב"ה וויל שוין שיקן די ישועה, ער ווארט נאר אויף אונזער השתדלות! ער וויל מיר זאלן נעמען עקשאן, נישט זיך פארלאזן אויף די שיינע מאמרים פון ולה' הישועה און בטחון וואס קומט ע"פ רוב פון פוילקייט, נאר על עמך ברכתך סלה! נאר נאכ'ן טון השתדלות מעג מען זיך פארלאזן, נישט האפן אויף א נס אז מיט'ן גארנישט טון וועלן מיר געהאלפן ווערן און עס וועט אראפפאלן געלט פון דאך. די ימים נוראים זענען שוין אראונד די קארנער, מען גייט שוין באלד מתפלל זיין, אבינו מלכנו כתבינו בספר פרנסה וכלכלה, מלא ידינו מברכותיך, מלא אסמינו שבע, אז מיר וועלן טון אונזער השתדלות כראוי וועט די ברכה האבן וואו צו חל זיין בעז"ה.

ובשם ה' נעשה ונצליח!