ווען אנטי-סאטמאר רעטאריק שאפט איבל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6309 מאל

ווען אנטי-סאטמאר רעטאריק שאפט איבל

שליחה דורך יואב »

אני הקטן איבלט דעם סאטמארען חינוך, און איך בין געווענליך איינשטימיג מיט א גאר שיינעם פראצענט פון די "זאכליכע" קריטיק וועלכע ס׳זענען פארהאן אויף דער דאזיגער סינדראם -- שיגעון וואס האט זיך פארקערפערט ביז דעם סאמען שטאם פון אונזער עקזיסטענץ אין דעם איצטיגן גילגול. די סאטמערע השקפה, אין צוגאב, איז ווי א קוואל וואסער, וואו וואנזיניגע למיניהם ווערן אהין געצויגען; נערווען קראנקע כל אחד ואחד מיט א טוץ דיסארדערס לפי דרגא דיליה, קען זיך איינהאנדלן א פריי-פון-אפצאל מקווה קארטל צו זיך טובל׳ן דערין, צו אפילו זיך ווייקן.

״סאטמאר״, לאו דוקא נוגע וואס, און גענוי ווי סך דער דאזיגער טערמין איז כולל, איז דאס ללא ספק געוועזן, און איז ווייטער, א פראמינענטער פאקטאר וועלכער האט דירעקט צו אומדירעקט בייגעשטייערט צו דעם טרויעריג-בארימטן ״סיסטעם״. דער יעניגער סיסטעם וועלכער ברענגט צווישן פילע אויף פיין און איבל. (שטייצעך איך טו מיך באציען יעצט אויף דעם נעגאטיוון פראנט, לאפוקי די באמת פילע חסד ארגאניזאציעס, וועלכע זענען געווארן ווי עפעס א תשובת המשקל צו אלצדינג, און א פעלזן-שטארקן מליץ יושר וועלכער איז מהפך זדונות לזכויות צו יעדער צייט.)

דאס פארפיגט אויף אונז הן אין א פיזישן זין, מיט דעם היימישן געטא-לעבן -- ס׳טייטש אונזער מהלך החיים; אזוי אויך גייסטיש, דאס תפיסה לעבן -- דער מהלך המחשבה.

דער חילוק איז: דער מהלך המחשבה קען א חכם העיניו בראשו גאנץ שנעל טוישן; אנדערש איז אבער כלפי דעם מהלך החיים -- טיילמאל א ביטערן מציאות אין וועלכן דער מיטלעבער טרעפט זיך ארומשווימען ממש בחירה-לאז. אז מ׳איז נישט געבינדן אין עמאציענאלע קייטן, איז מען פארשפארט אונטער טעכנישע גראטעס. אזוי צו אזוי, קיין גרויסע בחירה איז פארהאן.

איך האב יא הנאה ווען ס׳ווערט ארונטערגעריסן און אויסגעפראקט בכלל צו בפרט -- שטייצעך פאקטן גייט אין איין קאמער, און נגיעות יאגט אריין צו צווייטער. אזא הוגה אשכול צום ביישפיל, איז געוועזן א נחת צו ליינען.

ביז..... ביז אבער ס׳קומען צו שטראמען ווילדע אטאקעס באגלייט מיט בייזע אויסברוכן, פון גענצליך א צווייטן ווינקל. ס׳קען זיך דאכטן אז דער טיפישער סאטמארער, ווערט אבזערווירט, פארדאמט און פאראורטיילט דורך מענטשן-רעכט אקטיוויסטן אינערהאלב דעם חסידישן לאגער -- א מער אינטילעקטואלער טיפ וואס קען בשום פנים ואופן סובל זיין דעם טיפען עקסטרעמיזם וועלכער ליגט איינגעווארצלט בתוך דעם סאטמארען חינוך סיסטעם. א כאפטע חסידים וועלכע האבן זיך א לאז געטאן אין א רעוואלוציאניש-פראגרעסיוון גאנג, אלס אלטערנאטיוו, און איינגעשטעלט א רעפארמירטן קוריקולום וועלכער ווערט שטרענג אינפארסירט אינערהאלב זייערע אקאדעמישע אנשטאלטן -- א דערציאונג-סיסטעם אין וועלכן די קינדער זייערע צייכנען זיך אויס מיט׳ן דעריאגן א זעלטנעם הויך-סטאנדארט פון אלוועלטליכע לימודים. די מאס טאלעראנץ, און דעם אלגעמיינעם בליק איבער אנדערע ראסעס און פארשידענע גלויבונגען, וואס ס׳ווערט איבערגעגעבן צו די קינדער, זענען סיי-וואס מיט א שמעק מער צו דער (מענטשליכער) ליבעראלער פיליזאפיע -- אין קאנטראסט צו די שמאלקעפיגע סאטמורים.

שווענץ-שטיק מרקד ביניהם עני-טיים מער ווי ביי די אנ״ש פון סאטמאר. ס׳וועט זיך אויסגראדן מיט דעם ציונות חלק, און גרייכן דעם זעלבן שטאפל, האלטנדיג א פערספעקטיוו איבער צומצום המוחות.

דרייען זיך ארום אידן נאך מיט א שמעק פון אינדערהיים, און פארמאגן א זערא מיינונג לכשעצמם כלפי סיי-וואס. זייער שכל ליגט נאך דאבל-רעפפד, פאר׳משכון׳ט ביי זייערע רבנים אין בעקיטשע טאש. זייער שלום בית ווערט געדרייט מיט א רעדל וועלכן ליגט ביים רבי׳ן אין חדר פנימי; שוויציגע שיריים, אך ורק, ווערט געגלייבט צו זיין וואס גיבט דעם שטארקן מאטעביוליזם. זייערע כוחות הנפש ווערן געטריבן מיט, דורך, און צוליב זייער רבי׳ן, וועלכער איז אין געוויסע פעלער זאגאר הייליגער ווי גאט כביכול אליינס. זייער געלט איז ווי נאך א באנק אקאנטע צו דער רבי׳ס קאפיטאל, זייער רבי איז אלעס פון א מעדעצינישער מבין, ביז א פיליזאף; לעגאלער עקספערט, נביא, חכם, פסיכילאג, פעשאן פארשטייער און אן עמוד האש אויף וואס ס׳שלענגלט זיך א שלשלת היוחסין. פאר דעם רבי׳ן מיט זיין פרימיטיווער אידילאגיע, זענען זיי מפקיר המה וחמוריהם, וצאצאי חמוריהם. ס׳בויען זיך נאך דורות, יונקי שדים ביי וועמען די ברייטע סעטינג-אפציעס, ווערן אויסגעריסן פון זייערע רוי-דעוועלאפטירטע מוחות, און ווערן באצווינגען צו אפערירן מיט דעם דיפאלט-פראגראמירטן שטראם. והנה, דור הולך ודור בא. הנה זה חסיד עומד, מציץ מן החרכים, שטופט זיך אויפ׳ן פארענטשע, שלינגט מאסט, עסט קוגל, תורתו אמנתו ביי-עני-טשענס אויך, ביזי מיט יארצייטן -- און האסט דעם סאטמערן מיט א ביטערער שנאה.

מעשה שהיה כך היה. ס׳האט זיך געמאכט אז כלפי געציילטע דעטאלן אין השקפה, הויפטזעכליך איבער דעם ענין פון ציונות, האט זייער רבי, צו גאר דעם רבי׳ס פארגייער, געהאלטן אנדערש. אט דא הייבט זיך דאס אן, און טאקע ממש דא, נאך אינעם זעלבן תחום, ענדיגט זיך דאס. אלץ וואס ס׳גייט יא אריין צווישן די שפאלטנעס פון אומאיינשטימיגקייט, איז ״העיט״. שנאה, מחלוקה, און קיצוניות׳דיגע אורטיילן וועלכע אנטהאלטן שפיזיגע מעטאפארן, און בלוט-געווייקטע אנאלאגן אויף דעם צד שכנגד. שכנגד זאג איך? יא, אבער ניין. פונעם זעלבן טייגל געקנאטן. א שטיקל דיפערענץ וואס קען זיך טרעפן -- ספעציעל ביי דעם יונגערן זאלי-סטיל דור -- דארט, און ביי א האנדפול אנדערע חסידישע הויפן, וועלכע טיילן מיט אן ענליכן מציאות: דער רבי געפינט זיך שוין נישט בעלמא הדין פאר א שיין שטיקל צייט, און די מלכות פון וועלכער נשמות, ווי גופים צוגלייך האבן געטון פארכטן זיך, דאמאנירט שוין נישט די נאכפאלגער אויף אזא שטרענגן גראד. דאס איז א פאקטאר וואס ערמעגליכט סקעפטיסיזם איבער חסידינטום והמסתעף אריינצודרינגן אינערהאלב די מח קעמערלעך, און באפרייען די לייצעס פון דער מחשבה צו שפאנען אויף טערעטאריע פון אינדרויסן די אראפגעשטעלטע גבולים.

הקיצור, דאס איבריגע איז היסטאריע. יעדן שני וחמישי שפראצט אויס א נייעם אשכול פון צווישן די ראמען פון קאווע שטיבל, נאך א פלאטפארמע אויף וואס א באנדע עקסטרעמיסטן צעפירן זיך די הענט. א פוסטער אשכול וועלכער אנטהאלט גארנישט -- חומר אין בו, אבל שנאה ועקסרעמיזם יש בו. די זעלבע סטיל חברה וואס ווען ס׳וועט קומען צו למשל א געשפרעך איבער ראסיזם, וועלן זייערע אלטרא-עקסטרעמיסטשע שטעלונגען באלד שפרינגן צו דער אויבערפלאך; מיט גרויליגע רופן פאר גענאציד קעגן אראבער לייגן זיי אזש מאיר כהנא אין שאטן, און אט די יעניגע, האבן א פראבלעם מיט ״עקסטרעמיזם לבית סאטמאר?״ גיוו מי ע ברעיק!

אין דער נישט ווייטער פארגאנגנהייט, האט קאווע שטיבל זיך אנגעליטן פון ראדיקאלע ניקס, דאנסמאל מער פון דעם סאטמאר׳ן חדר. טראלס און מאניאקן וועלכע האבן דעם דורכשניטליכן ליינער נישט געלאזט כאפן א מינוט רואיגקייט, און ממש פארמאסטן צווישן זיך מיט ציין און נעגל ווער פון זיי ס׳קען אנציען א העכערן ארט אויף דער נודניק ליסטע. לעצטנס האט זיך דאס אריבערגעצויגען צו דעם אנדערן לאגער. ס׳איז בעיסיקלי די זעלבע זאך, און באזיצט א טוץ טערמינען וועלכע קלאמערן זיך אלע צו איין שורש: ״קליינקעפיגקייט״. וואס איך האלט (דו האלסט, אדער דיין רבי?) איז דער אומרירבארער אמת, פאקטן לכתחילה זאל זיין אויסגעשלאסן, און בעיקר זאל דער אינהאלט באשטיין פון צו פראפיילן געמיינדעס מיט שארפע און קעסטלדיגע השערות, ביז צו אן עקסטרעם. אט אזוי מערן זיך תגובות כחול הים, און גייען בשום אופן איין אויף סיי וועלכן פייער-שטילשטאנד.

צו אלע ליינער: הגה בעצמך. אפגעזען וואס דו האלסט בשיטה כלפי השקפה, און קיין חילוק וואס דיינע מיינונגען זענען בנוגע די ווארהייט דערפון. איך מיין אז יעדער קען זען די גרויסע דיפערענץ וועלכע איז פארהאן צווישן דעם עלעקוואנטן ארטיקל וואס הוגה האט געשריבן איבער סאטמאר רב, ווערסעס די אנדערע וועלכע גיבן געבורט צו אשכולות איבער סאטמאר -- ששה בכרס אחד. אין איין ווארט: ״קוואלעטי״. אן ארטיקל געשריבן מיט יישוב הדעת, וואס דער אינהאלט ״זאגט עפעס״. ״עגרי, אור דיסעגרי, יו גאטטע ליסטען״! (עפעס ליגט מיך אין קאפ, ווען איך פלעג הערן די קאנסערוואטיווע דעמאגאגן.)

אן ארטיקל וועלכער אנטהאלט סובסטאנץ פון א גוטער קוואליטעט, איז געשמאק צו ליינען. זיין איינשטימיג אדער זיין אומאיינשטימיג, פאלגט נאך שפעטער. ודברי חכמים נשמעים בנחת. איטס א מעטטער אף אפיניען, און אדרבה! ווי מער דעות, די מער קאמפריהענסיוו און רייכער ווערט דער אשכול. האבן א דיאלאג איבער השקפה אנגעלעגנהייטן איז זייער וויכטיג, מאכט דעם ליינער מער אינפארמאטיוו, דעם שרייבער מער ארטיקיולאטיוו, און הייבט דעם ניווא פונעם שטיבל צו העכערע שטאפלן.

סתם עפענען אן אשכול, און שפריצן הייסע לאווא אין דער וועלט אריין, האט קיין שום פשט. וואס יא, ס׳אילוסטרירט די עקלהאפטיגקייט פון דעם ברעין-וואשט עקסטרעמיזם, המרקד בינינו אויף א שענליכן פארנעם. דער גרויסער מאנגל אין טאלעראנץ, איבער א זאך וועלכער ״א צווייטער״, דאס טייטש: ״נישט איך״ האלט.

כ׳וועל נאכאמאל ציטירן וואס כ׳האב שוין אמאל געברענגט בשם קלינט איסטוואד:

"Extremism is so easy. You've got your position, and that's it. It doesn't take much thought. And when you go far enough to the right you meet the same idiots coming around from the left״

דאס איז מיין אפיניען; אדרבה, וואס זאגט איר?

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט