טאנץ מיט, אבער שטופ נישט די וואגן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

טאנץ מיט, אבער שטופ נישט די וואגן

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]פאר תשעה באב האב איך געמאכט א חשבון וואס איך גיי טוהן בשעת קינות. איך ווייס אז איך האב נישט צופיל געדולד צו זאגן אזויפיל קינות אזוי ווי עס איז אויסגעשמועסט דא. אבער וואס טוט מען ווען דער עולם זאגט אזוי ערנסט קינות. האב איך מחליט געווען עטליכע זאכן. 1 איך גיי זאגן לכל הפחות (ולכל היותר) צעהן קינות. 2 איך גיי מיך אונטער זינגען א ניגון וואס רעדט זיך וועגן בקשה אויף בנין ירושלים. 3 איך גיי פרובירן צו קאנעקטן במחשבה צו די ענין פון גלות און גאולה. 4 איך גיי פרובירן צו מאכן א חשבון הנפש פרטי. 5 איך גיי פרובירן צו מאכן א חשבון הנפש אויף די מצב היהדות וואס מען שטייט אין איר, און וואס מען קען און דארף טוהן.

נאך זאגן די צעהן קינות, און די אלע עבודות פון די נגונים חשבונות, האב איך געהאלטן ביים חשבון אויף מצב היהדות בדורינו.

איך טראכט וואס עס גייט פאר וויאזוי תורה וואקסט בלע"ה. עס בויעט בנינים, יעדעס יאהר עפענט זיך נייע מוסדות, עס וואקסט א דור יראים ושלימים אשר לא היה כמוהו מיום מתן תורתינו. וויפיל אינגעלייט האבן זיך אוועקגעגעבן פאר תורה ממש תורתם אומנתם. וויפיל צדקה אידן גיבן אוועק איינער פארן צווייטן. די רשימה וועט זיך ענדיגן אבער והם לא יכלו. עס איז מיר אפילו אביסל אריינגעקומען א שמחה וואס טאר נישט זיין אין תשעה באב, אז אשרינו אז מיר וואקסן אויף אין אזא דור דעה, כמעט וואס מיר קענען זאגן אז דור שכולו זכאי איז עס.

אזוי טראכטענדיג, הער איך א גערודער, איך דריי מיך ארום און איך זעה ווי א גאנצע קבוצה אינגעלייטלעך וואס שמועסן בשעת קינות, זייער שמועסן האלט אין איין ווערן העכער און פרייליכער, ממש זיי שטערן די ערנסטקייט פון די בית המדרש. איך זעה ווי עס באדערט פאר די ערליכע פרומע זאגערס ווי זיי שטערן די ערנסקייט פון די בית המדרש. אבער דאס האט פארקירעוועט מיין חשבון הנפש.

איך באטראכט די אינגעלייט וואס שמועסן און איינס ביי איינס זענען אמת'ע פארווייטאגטע מענטשן. די עוולות וואס איז געטוהן צו זיי איז ממש עד לב השמים. איינער דארט האט שוין זיינע קינדער אינדערהיים 2 יאהר ווען קיינער אין די קהילה ובתוכם די מנהיגים קימערן נישט קיין כי הוא זה וואס וועט זיין מיט זיי. דעם צווייטן טוט מען וואס מען קען אז ער זאל נישט פילן באקוועם צו טרעטן אין שול (ער קומט ממש במסירות נפש), דעם דריטן וויל מען נישט אננעמען זיין בחור אין קיין שום ישיבה נאר ווייל ער איז נישט די טאפ, דער פערטער וויל די מיידל סקול נישט אננעמען ווייל זיין ווייב דרייווט, דער פינפטער איז זיין ווייב נישט ארויף אויף די נשי ליסטע ווייל זי גייט אביסל דינערע שטרימפ. דא רעדט מען פון אזעלעכע וואס בסך הכל ווילן זיי פילן וועלקאם און מען האלט זיי אין איין מרחק זיין.

איך האב נאך מער אריינגעטראכט אין וויפיל אזעלכע אינגעלייט פון מיין קהלה וואס טרעטן שוין ליידער נישט איבער די שוועל פון אונזער קהילה? די האר פון קאפ האט זיך מיר אויפגעשטעלט! איך האב געמאכט א חשבון פון איבער 20 אינגעלייט וואס עקבותיהם לא נודעו, מען זעהט זיי נישט ווי גרויס די יאר איז!

איך דערמאן זיך אלע רשעות וואס איז געטוהן געווארן אין מיין קהלה (איך בין זיכער אז ערגעץ אנדערש איז נישט קיין סאך בעסער) צו די אלע מענטשן, ואין פוצה פה ומצפצף. דער עולם איז צאמגעשטעלט פון צוויי סארטן, 1 די אזוי גערופענע פרומערע (רשעים= פרום איז ר"ת פיל רשעות ווייניג מצוות, בשם הרה"ק מקאמינקע) וואס זאגן אז מען מוז עס טוהן צו ראטעווען אונזער דורות. 2 די שותקים די וואס ווילן נישט זיין קעגן, אפילו אז זיי ווייסן אז מען טוט כסדר עוולות. נו דערווייל ווערט יעדן טאג געטוהן רשעות ואין פוצה פה.

איך האב געפילט ווי איך וויל אנטלויפן, אבער ווי? צו אן אנדערע חסידות? דאס איז אזויווי טוישן די נאמען פון חיים שטינקעוויץ צו משה שטינקעוויץ. איבעראל איז רשעות, איבעראל זוכט מען צו קאנטראלן, איבעראל זיכט מען צו באזייטיגן א אינגערמאן וואס פיצט זיך (אויב ער האט נישט קיין געלט). ליטווישע קהילות ומוסדות זענען די זעלבע ווי ביי די חסידים אדער אפילו ערגער. ביי זיי ווענדט זיך צו דו ביסט א בן תורה אדער נישט.

קעי איך גיי ווערן מאדערן דארט איז נישט אזוי שלעכט, דארט איז מען מקרב יעדן, דארט זיכער שטעלט מען זיך נישט אויף נארישע זאכן ווי אינטשעס פון די טייטץ נישט האבן סמארט פאון, דארט איז יעדער איד חשוב.

אבער ניין איך נאך נישט גרייט. 1 די קהילה לייף וואס איך בין געוואוינט וויל איך נאך נישט פארלירן. 2 די ארגינאזאציע און די הילף וואס קען אנקומען צו אונז בעת הצורך ובעת שמחה איז סאך מער ווי ביי די מאדערנערע. 3 די שכר לימוד איז זייער טייער. 4 ועל כולם די רשעות איז ביי זיי שוין אויך דא, נאך נישט אזוי ווי ביי אונז אבער עס וואקסט. גיי פרעג דיר ביי די מאדערנסטע מוסדות וקהלות וויאזוי ווען עפעס געפעלט זיי נישט וועסטו זיין אין די גאס. איך האב א קרוב א מאדערנער וואס זיינע קינדער זענען אינדערהיים שוין צוויי יאר ווייל די מוסד האט נישט ליב געהאט זייער שטוב. און PASSAIC NJ איז געוען לעצטענס א מעשה ווי מען האט ארויסגעשטעלט א גאנצע משפחה פון די מוסדות נאר צוליב ווייל די טאטע ווען ער גייט אין פארק גייט ער מיט קורצע הויזן. מען האט אים איין מאל געווארנט און די נעקסטע טאג האט מען אלע אהיים געשיקט.

ממילא ליידער קען מען זאגן אז די מנהיגים האבן א רייץ ווער קען טוהן מער רשעות ער איז דער בעסטער מנהיג, אבער ואנחנו אנה אנו באים?

בלית ברירה קומט אויס אז מען מוז מאכן סטאטוס קווא. יעדער זאל בלייבן ווי ער איז. איי די אלע רשעות? וואס קען מען טוהן? אז ס'איז נישטא ווי צו אנטלויפן אנטלויפט מען נישט. אבער איין זאך, מען טאר נישט שטיצן די אלע וואס טוען רשעות און די אלע מוסדות וואס טוען די אלע רשעות. איינער וואס פארשטייט וואס גייט פאר טאר דאס נישט שטיצן.

איך האב מיך דערמאנט א מעשה וואס דאכט זיך שטייט אין די זמיגערדע כתבים (חמדה גנוזה כתב יד) אז דער ראפשיצער האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז פאר משיח וועט קומען וועלן זיין רבי'ס וואס פארן אויף א וואגן אין שבת, און די חסידים וועלן ארום טאנצן ארום די וואגן! האט זיין זוהן רבי אליעזר פון דזיקוב געפרעגט, טאטע וואס זאלן מיר טוהן? האט ער געענטפערט, אז מען זאל מיטטאנצן אבער ח"ו נישט שטופן דעם וואגן.

איך פלעג אלע מאל טראכטן ווי קען זיין אז רבי'ס וועלן מחלל שבת זיין? אבער אפשר קען זיין אז כוונתו הקדושה איז צו היינטיגע צייטן ווי די מנהיגים רבי'ס רבנים האלטן אין איין וויי טוהן מענטשן זיי זענען עובר אויף רציחה גזילה ועוד, און דער עולם שווייגט ואין פוצה פה.

אויף דעם האט די ראפשיצער אונז איבערגעלאזט אן הוראה אז מען זאל מיטטאנצן (נישט אנטלויפן) אבער נישט שטופן דעם וואגן.

איך ווייס פון א מנהל אין סקווערע שטעטל וואס מען האט געהייסן אז ער זאל ארויסווארפן א קינד וואס זיין טאטע האט געדאווענט אין די נורסינג האום לעבן סקווירא. דער מנהל האט זיך אפגעזאגט, איך טוה נישט אזעלכע זאכן. דאס איז א משל פון איינער וואס שטופט נישט די וואגן. יעדער וואס ווייסט אז זיין מוסד טוהט רשעות זאל נישט צאלן מער ווי שכר לימוד. צדקה וועסטו געבן פאר הכנסת כלה תומכי שבת, אדער סתם העלפן א איד וואס דו ווייסט אז ער איז א נצרך. אבער נישט שטופן די וואגן[/justify]

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר