גאט'ס פאליציי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

גאט'ס פאליציי

שליחה דורך יידל »

אין אייוועלט איז שוין יארן לאנג דא תקנה ווי פאלגנד:
אייוועלט תקנות האט געשריבן:מיר ווילן אויך מדגיש זיין: 'היימישע קרעטשמע' איז נישט געגרינדעט אויסצודרוקן קולי מחאות אויף סיי וואספארא עוולה קעגן אידישקייט.

די סיבה פאר די תקנה איז וויבאלד די גרינדער און ערשטע שרייבער פון אייוועלט (וועלכע האט אין אירע ערשטע יארן געהייסן היימישע קרעטשמע) האבן געשפירט אז אויב וועט מען ערלויבן מחאות וועט דער פלאץ פארוואנדלט ווערן פון א געשמאקער ליבליכער מקום צו א ביטערער און פארפעסטעוועטער פארום. דער תקנה איז אזוי וויכטיג אז עס ערשיינט אינעם סאמען ערשטן סעיף פון אייוועלט'ס תקנות ליסטע, גראד אינטער דעם זאץ וועלכע בעט פון די אייוועלט מעמבערס:
כנ"ל האט געשריבן:בשום פנים ואופן, נישט שרייבן עפעס וואס קען באיזה אופן בשוגג או במזיד, במישרין או בעיקיפין מצער זיין סיי וועמען.

עס איז שוין דורך באלד 7 יאר זייט די תקנות זענען געשריבן געווארן, און כ'מיין אז מער אדער ווייניגער האט זיך די באהערדע אין אייוועלט געהאלטן צו דעם תקנה. אבער אזוי ווי דער שטייגער איז ביי מענטשליך-געמאכטע סיסטעמען פון געזעץ, איז מען אויך אין דעם פאל אויפגעקומען מיט כל מיני דריידלעך און לופהאולס וויאזוי אויסצושפילן דעם סיסטעם, אזוי אז אפיציעל זאל עס נישט הייסן קיין מחאה אבער בתוך השיטין זאל א מחאה דערהערט ווערן.
ווי די יארן זענען געלאפן, זענען מער און מער פון די אלטע גווארדיע אין אייוועלט פארשוואונדן געווארן (ווי דער שטייגער איז), און א גענצליך נייע גווארדיע אשר לא ידע את יוסף איז אונטערגעקומען. און אזוי איז צעביסלעך אויפגעקומען אין אייוועלט דער מחאה אטמאספערע וועלכע האט פארפעסטעוועט און פארעקלט די לופט דארטן. עס איז געקומען צו א מצב אז ממש אין בית אשר אין שם מוחה. אין יעדער צווייטער אשכול דארף מען נישט ציילן מער ווי פיר פינף תגובות, און בומס, א מוחה איז דא. פארשטייט זיך אז די מוחים זענען נישט ממש מוחה, ווייל דאס איז דאך קעגן די תקנות. נאר די מוחים מאכן זיכער ארויסצוברענגן וויכטיגע השקפה פוינטערס, וואס דער אנאנימער אייוועלט ניק שפירט פאר וויכטיג ארויסצוברענגן אויב חלילה אנדערע אנאנימע אייוועלט ניקס וועלן חלילה נכשל ווערן בהשקפה. צום ביישפיל, היינט האב איך געזען אן אשכול איבער הרב זמיר כהן אין אייוועלט. אן אומשולדיגער נושא, if there ever was one. אבער ניין. ציילט, 1, 2, 3, 4, און 5, און בומס! א מחאה!

מילכיגער האט געשריבן:עס איז דא פארשידענע DUE DILIGENCE וואס מ'מאכט פאר מ'אינוועסטירט די שווערע אפגעשפארט געלט זיכער צו מאכן צו ס'איז טאקע קרוב לשכר און צו מ'איז באקוועם מיט די ריסק לעוועל. עאכ"ו ווען מ'וויל איינעם טראסטן מיט די טייערעסטע וואס א איד פארמאגט, זיין קבלה און השקפה ביראה ואמונה.

איך בין נישטא צו זאגן וויזוי זיך נאכצופרעגן און וואס צו פרעגן. דאס זאל יעדער פרעגן זיין מורה דרך/ידיד וכו'. אבער דאס זיכער אז א ניק אויף אייוועלט איז נישט גענוג! נישט נאר אויף די שיקול הדעת פון אן אנאנימן ניק (קיינער איז נישט בדומה לו, זיין השקפה איז אנגענומען ביי אלע קרייזן ועוד די אלע "הייפערבאול" דא) טאר מען זיך נישט פארלאזן נאר אפילו אויף די פאקטן דערף מען אויך מברר זיין. ווער זענען זיינע רבי'ס? פון ווען האט ער מקבל געווען? וועם האלט ער הייליג? ועוד.

ובזה יצאתי יד"ח


דאס איז נאך גאנץ איידל. ער פרעגט נאר. אבער איין מאל די מחאה אגענטן זענען דארט, הייבט די טאבע זיך אן צו קיילערן, און איינס נאכן אנדערע קומען די מוחים נאכציטירן און "נאדיר-א-גרינער"רן פאר מוחים וועלכע האבן עספיעט מוחה צו זיין בעפאר זיי. דער קומענדיגער אין די רייע נאך מילכיגער איז שוין קובע נחרצות:

להודיע האט געשריבן:כמילכיגער ועוד.

קען זיין הרב זמיר טוט אויף גרויסע זאכן פאר די פרייע גאס ואשרי חלקו פאר יעדן נפש מישראל, אבער ער איז ווייט פון רעקאמענדירט פאר אידן וועלכע זענען אויפגעוואקסן מיט אונזער ריינע קבלה און מסורת האמונה.

דער דריטער מוחה דארף שוין טון עפעס מער ווי מוחה זיין. א צינישער הערה איז דע וועי טו גאו:
שמעלקא טויב האט געשריבן:איך קען אסאך ספרים פון מחברים וואס זענען ממש געאייניגט פאר יעדען איד:
חמשה חומשי תורה
ארבעה טורים
שלחן ערוך
ספרי הראשונים כמלאכים
ספרי גדולי האחרונים
ועוד ועוד ועוד

ס'איז מיר אינטערסאנט אז אפי' בדורינו אלה איז נאך דא א מחבר וואס קען ארויסגעבן א זאך וואס אלע מיליאנען אידן באשר הם שם קענען עס הונדערט פראצענט לערנען אנע שום פראלבעם, אזא מייסטערווערק איז א נס גלוי אין היינטיגע צייטן.

דאס איז נאר איין דוגמא פון א מאסן פענאמענאן. וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט אין אייוועלט רוקן זיך די מוחים אונטער, וכאשר יענו אותם (מלשון ענה) כן ירבו וכן יפרוץ. עס איז שוין געקומען צו אזא אבסורד אז די מוחים וועלן באשולדיגן אלץ אין אלעמען אין עפעס א השקפה'דיגן עוולה, אלץ כדי צו קענען אנהאלטן דעם מסורת המחאה. א טיפישער ביישפיל איז דער אשכול ווי געלעגער, א געטרייער "גרינער" אין אייוועלט ווערט באשולדיגט אין ציונות ווייל ער האט געזאגט אז עס איז א גוטער זאך אז דער געקידנעפטער סאלדאט אין עזה איז טויט! (קרעדיט פאר דעם לינק: נאר,,פרייליך פון kretchme.com)

פארוואס שרייב איך עס דא? וואס איז עס נוגע קאווע שטיבל? ווייל לעצטנס איז געווען א שטיקל איבערקערעניש ווען לכתחילה אריבער פון אייוועלט האט אפגעשריבן א רבישער מחאה, א לאנגס און א ברייטס, ווען איינער האט געקאפיעט און געפעיסט איינס פון שמעקעדיג'ס אשכולות אין אייוועלט, און פאר בלעטער דערנאך האט דער עולם דארט ארגאזמירט איבער לכתחילה'ס ווערטער. אבער אנשטאט דאס אנצוקוקן ווי אן אטאקע אויף קאווע שטיבל, איז וויכטיגער דאס אנצוקוקן מיט א ברייטערן בליק. עס איז נישט מער ווי א קליין שרייפל אין דער גרויסער מאשין וואס רופט זיך גאט'ס פאליציי. די לעצטע האבן לעצטנס פארפלייצט אייוועלט, עד כדי הקאה, און לכתחילה'ס מחאה איז נישט מער ווי נאך א תגובה אינעם טרענד פון מחאות אין אייוועלט. און ווי לאנג די גרינע אין אייוועלט וועלן צולאזן די מחאה שטראם, וועט אייוועלט ווערן מער און מער פארפעסטעוועט און אומאנגענעם צו פארברענגן דארט, בניגוד צו וויאזוי עס איז געווען אינעם עבר, א ריכטיגער געשמאקער ווינקל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר