ווען מ'לערנט געזעץ צו קענען דאקטעריי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3590 מאל

ווען מ'לערנט געזעץ צו קענען דאקטעריי

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]בערל'ס טאטע האט אייביג געהאט א טרוים אז זיין זוהן וועט אויסוואקסן א געניטער אדוואקאט, כאטש בערל האט לכתחילה נישט געהאט קיין שטארקע נייגונג צו לערנען געזעץ, זעהנדיג אבער ווי עס גייט זיין טאטע אין לעבן, האט ער אויך מסכים געווען. זיין טאטע האט אים אריינגעשטעלט אין א פרעסטיזשפולע אוניווערסיטעט, און בערל האט זיך געזעצט לערנען געזעץ מיטן פולסטן טעמפא.
מען האט גלייך געקענט זעהן אז בערל וועט גאר שיין מצליח זיין, ער האט אריינגעלייגט דעם גאנצן קאפ און מח אין די לימודים, ער האט נישט פארפעלט א טאג, בעפאר יעדע פארהער איז ער אויפגעווען נעכט און גע'חזר'ט פלייסיג, פארשטייט זיך אז ער האט באקומען גאר גוטע צייכענונגען און יעדער איז געווען שטאלץ מיט אים.

אזוי איז דורך געלאפן די זיבן יאר וואס ער האט געדארפט לערנען געזעץ, אינצווישן איז ער אלץ געשטיגן מער און מער, אזוי אז ביים ענדיגן אלע לימודים האט ער באקומען די העכסטע דיפלאמע, און ער איז שוין געווען פולקאם גרייט צו פראקטיצירן געזעץ.
א מענטש טראכט און גאט לאכט. זיין נאטור האט אים למעשה קיינמאל נישט געצויגן צו געזעץ, ער האט דאס טאקע אסאך געלערנט און גע'חזר'ט, אבער דאס איז געווען מער צו מאכן פרייליך זיין טאטע, און אז ער זאל זיין אן אנגעזעהענער סטודענט אינעם אוניווערסיטעט, און דאס האט ער טאקע מצליח געווען צו באווייזן אויפן שענסטן פארנעם. אבער אויף צו טוהן למעשה און ווערן אן אדוואקאט, דאס האט אים בכלל נישט געצויגן, יעצט איז ער שוין אינדרויסן פון סקול, ער האט שוין נישט וועם צו געפעלן, ער שטייט שוין אויף די אייגענע פוס, און יעצט וועט ער זיך נעמען צו וואס אים גלוסט.
בערל'ן האט ליבערשט געצויגן צו זיין א דאקטער, ער האט געוואוסט אז אלס אדוואקאט וועט ער האבן צו טוהן מיט צופיל מענטשן, ער וועט זיך דארפן צוקריגן מיט צופיל מענטשן, עס וועט אים נאר ברענגען מער עגמת נפש. דאקעגן א דאקטער איז מער א בכבוד'יגע פאך, ער האט גע'חלומ'ט אז ער וועט זיין א געלונגענער דאקטער און זיין ארויפגעקוקט ביי יעדן.
ער איז געגאנגען נעמען עטליכע קורסן קודם אין ערשטע הילף, און נאכדעם אביסל מער. צופיל צייט האט ער נישט געהאט דערצו, ער האט אוועקגעגעבן א שיינע פאר שעה צו לערנען אביסל דאקטעריי, און דאן האט ער - מיט די הילף פון זיינע אלטע חברים פון סקול – באקומען א שטעלע אלס א דאקטער אין א גרויסע שפיטאל.
די ערשטע אפעראציע וואס ער האט דורכגעפירט האט זיך געענדיגט זייער טראגיש, מען האט פרובירט דאס תולה צו זיין אויף א טעכנישער טעות, אבער ווען די זעלבע האט פאסירט ביים צווייטן און ביים דריטן מאל, צוליב וואס יעדעס מאל וואס בערל האט געזעהן בלוט איז ער געווארן פארלוירן און נישט געקענט פונקציאנירן ווי געהעריג, דאן האט מען שוין געמוזט פארשיקן מיט בזיונות. און בערל איז צוריק אהיימגעקומען א טאטאלער דורכפאל.

יעדער האט געצויגן מיט די פלייצע, "ווי אזוי קען דאס זיין?" ער האט געלערנט זיבן יאר פלייסיג אינעם אוניווערסיטעט, ער האט גאר שטארק מצליח געווען אין זיינע לימודים, געקענט אלע בחינות, באקומען די העכסטע דיפלאמע, ער האט אפילו גענומען עטליכע שעה קורסן אויף דאקטעריי, און דא האט זיך עס אויסגעלאזט מיט אזא וויסטע דורכפאל?!


"איי איי די בחורישע יארן, מען דארף זעהן אויסצונוצן די בחורישע יארן, איין שעה בימי הבחרות איז ווי א גאנצע יאר שפעטער, מען דארף זיך גוט צוגרייטן פאר די חתונה, א בחור דארף זיך אריינלייגן ראשו ורובו אין גמרא תוספות און נישט וויסן ווי אזוי די וועלט זעהט אויס" - שרייט דער ראש ישיבה מיט פאטאס.
דער בחור נעמט עס ערנסט, ער זיצט און הארעוועט על התורה ועל העבודה, ער האט מיט קיינעם גארנישט, ער פארברענגט נישט די צייט, ער האקט אריין שעות רצופות, עס גייט אים נישט אן וואס טוט זיך אויף די וועלט, ער ווייסט נאר איין זאך, כי הם חיינו ואורך ימינו, נאר די תורה איז זיין לעבן, און נאר דאס איז זיין שטרעבן.
ס'טייטש? עס ווארט אים דאך אפ א לאנג לעבן פון זיבעציג יאר, און די פאר בחור'ישע יארן זענען די דאך די הכנה אויף דעם לאנגן וועג, אז ער וועט נישט אויסנוצן די עטליכע יאר, וועט ער דאך אפ'הרג'ענען זיין גאנץ לעבן.

דער ראש ישיבה מיט די מגי"ש טוען זייער ארבעט בנאמנות, זיי פרובירן אריינצוברענגען תורה און יראת שמים אין די בחורים, ביי די דרשות רעדט מען פון די גרויסקייט פון לערנען זעקס שעה ברציפות, די הארבקייט פון שמועסן און פארברענגען די טייערע צייט, זיך נישט לאזן נארן ווען מען קען שוין אויבערפלעכליך די גמרא, נאר זיך אריינלייגן ראשו ורובו צו פארשטיין דעם עמקות הענין, פארשטייט זיך אז עד שאתה מתפלל שיכנסו ד"ת לתוך מעיך תתפלל של יכנסו מעדנים למעיך, א בחור דארף זיך אויסארבעטן אין תאוות אכילה, נישט ליגן די גאנצע קאפ אין פרעס, עסן מיט א הוט און חאלאטל, און א גאנצן טאג גיין מיטן חאלאטן, און די חשובע גייען מיטן גארטל אויך.
א בחור וואס הערט זיך צו און פאלגט זיינע מחנכים איז זייער מצליח אין ישיבה, זיין טאטע שטאלצירט מיט אים, זיין ראש ישיבה שטאלצירט מיט אים, מען נוצט אים אלס ביישפיל ווי אזוי א גוטער בחור דארף אויסזעהן, און זיין נאמען שמ'ט צום גוטן אין די גאנצע שטאט.
טוב שם משמן טוב, עס איז נישט קיין סוד אז יעדער רייסט זיך צו באקומען אזא בחור פאר אן איידעם, ווער דארף דען נישט דעם בעסטן בחור פון ישיבה פאר זיין טאכטער?

אבער ווען עס קומט נאך די חתונה, ווערט מען זייער אנטוישט. דער בחור ווייסט נישט ווי אזוי מען גייט אום מיט א ווייב, דער בחור ווייסט נישט ווי אזוי מען גייט אום מיט געלט זאכן, דער בחור קומט זיך נישט אויס מיט מענטשן און אוודאי נישט מיט זיין שווער, ווען ער מוז שוין פארמאכן די גמרא און גיין ארבעטן, ווייסט ער נישט בכלל ווי אזוי מען איז א איד - אדער בלויז אפילו א מענטש - אן קיין סיסטעם אויפן קאפ, ער האט נישט קיין געפיהל צו דאווענען און לערנען. אזוי אז נאך א שטיק צייט פארלירט ער זיין גאנצע רוחניות און גשמיות, ער בלייבט א טאטאלער דורכפאל.
און יעדער ציעט מיט די פלייצע, "ווי אזוי קען דאס זיין?" ער האט דאך געלערנט פלייסיג אין ישיבה, ער האט גאר שטארק מצליח געווען אין זיינע לימודים, געקענט אלע בחינות, געווען פון די סאמע בעסטע בחורים, באקומען אפילו די הוראה, ער האט אפילו גענומען עטליכע שעה שלום בית לעססאנס, ער איז נאך געגאנגען צו די 'פתח הבית' שיעורים וואו מען לערנט הלכות ר"ת תפלין מיט פינאנץ, און דא האט זיך עס אויסגעלאזט מיט אזא וויסטע דורכפאל?!

דער תירוץ איז אבער זייער פשוט, אז מען לערנט געזעץ, קען מען נאכנישט ווערן א דאקטער... אז מען לערנט אויס א בחור ווי אזוי צו זיין דער בעסטער בחור אין די היינטיגע ישיבה סיסטעם, וועט אים דאס גאנץ קנאפ העלפן נאך די חתונה, נישט ברוחניות און נישט בגשמיות.

דאס איז נישט נאר ביי די בחורים וואס נוצן אויס די צייט אין ישיבה, נאר עס איז נאך אסאך מער פראבלעמאטישער ביי די בחורים וואס פארברענגען די צייט אין ישיבה. לערנען און דאווענען האלט ער נישט דערביי, גיין ארבעטן טאר ער דאך נישט, וואס ער טוט יא ווייסט יעדער שעמדו רגליו בישיבה מעולם, און דאס העלפט אים זיכער נישט צו קענען מצליח זיין אין זיין לעבן.

פון זיצן עטליכע שעה ביי לעססאנס קען מען נאכנישט טוישן די מידות.
אז ווען דער בחור האט זיך נישט פארשטאנען מיטן קובץ שיעורים האט ער געהאקט אויפן סטענדער, פון וואו זאל ער וויסן אז ווען ער פארשטייט זיך נישט מיט די ווייב ארבעט עס אנדערש?
ווען ער ווערט געוואויר אז אויפן צוקוועטשטן טרעין פיט נישט ארויף דער דיקער קובץ מפורשים, פון וואו זאל ער וויסן אז א פסוק חומש איז אויך חשוב און טייער?
אז אין ישיבה איז ער נאר געווען ביזי ווי אזוי אויסצושפילן דעם מגי"ש, פון וואו זאל ער וויסן אז מיטן בעה"ב אין די דזשאב איז דא אנדערע פריאריטעטן?

מי יתן והיה, עס זאלן אויפשטיין ראשי ישיבות וואס זענען אינטערעסירט אז זייערע תלמידים זאלן מצליח זיין אין לעבן, נישט נאר אז דער פיקטשער אין ישיבה זאל גוט קלאפן, אז ווען א פרעמדער קומט אריין זאל ער זעהן הונדערטער בחורים זיצן מיט חאלאטלעך און הארעווען. מיר דארפן ראשי ישיבות וואס זאלן אריינברענגען אין די בחורים א געפיהל צו אידישקייט אן קיין סיסטעם, אז דער בחור זאל דאווענען און לערנען יעדן טאג נישט ווייל דאס איז דער סדר הישיבה, נאר ווייל דער אייבערשטער ווארט דערויף, און דאן וועט ער דאס ממשיך זיין אויך נאך די חתונה. זיי זאלן אויסלערנען די בחורים די חשיבות פון תורה נישט נאר ווען מען לערנט זעקס עמודים גרינטליך, נאר אויך ווען מען קומט אהיים אויסגעמאטערט זאל מען כאטש עפענען א ספר פארן שלאפן. זיי זאלן אויסלערנען די בחורים ווי אזוי מען קומט זיך אויס מיט א צווייטן מענטש, וועט ער זיך נאכדעם קענען אויסקומען מיט זיין ווייב און קינדער און אין זיין דזשאב, זיי זאלן אויסלערנען די בחורים ווי אזוי מען האנדלט מיט געלט זאכן, זיי זאלן אויסלערנען די בחורים ווי אזוי די וועלט זעהט אויס אינדרויסן מכותלי הישיבה, אז ווען עס וועט קומען נאך די חתונה זאלן זיי נישט ווערן שאקירט, נאר זיי זאלן וויסן וואס זיי האבן צו טוהן, און זיי וועלן מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות.

שוין צייט אויפצושטיין![/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר