כוכב האט געשריבן:איך האב געהאט דריי חברים אין אטיק, איינער פליפט הייזער אין בושוויק, איינער מענעזשט א אלד עיזש האום און דער דריטער איז אין כולל און איז ביזי מיט ר' אהרן ר' זלמן לייב.
ראש הישיבה האט געשריבן:איך האלט שוין מער ווי צעהן יאר שפעטער, און איך קען זייער סאך תלמידים לשעבר פון דארט, אבער 'קיין איינער' וואס איז אין די תורה ליין. קיין איינער. נישט קיין ראש הישיבה, נישט קיין מג"ש, נישט קיין משגיח, אפילו נישט קיין (עמראצעישע) דייןן
שרייבער האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:נאר אפלערנען א מחלוקת קצות און נתיבות זיך דערגרונטעווען צו דעם שפיץ המחלוקת וואס איז געווענליך תלוי און א לומדישע הגדרה. אדער אפי' א לומדות פון א ש"ך און א מג"א, מער מפורש: איך מיין חזו"א סטייל.
געב מיר א בעסערע הגדרה, ווייל די תורה איז נישט געגעבן געווארן בזמנו פונעם חזון איש, און ס'איז געווען למדנים בעפאר אויך
איך בין נישט אזא למדן, צו קענען צונעמען דיינע ווערטער, אבער א בלאט לערנער מיט בעסיק מפרשים מהרש"א פני יהושע מהר"ם שיף איז אויך א תלמיד חכם אפילו ער דערגרונטעוועט זיך נישט צו די שפיץ פון די מחלוקה, ס'איז יתכן אז די נקודה וואס דו רעדסט האבן אנדערע אנגערופן סברות כרסיות
כוכב האט געשריבן:דער חזון איש איז בכלל נישט די ריכטיגע כלי מדה פאר דרכי הלימוד. זיינע ספרים זענען פון די טיפסטע און שווערסטע הלכה ספרים אמאל געשריבן געווארן און זענען בכלל נישט קיין נחלת הכלל סיידן אפאר באקאנטע שטיקלעך ווי עפענען באטלעך אום שבת און אז לעקטער איז משום בונה וכו'.
יאיר האט געשריבן:איידער מען קריגט זיך ארום וועלכע ישיבה גיבט ארויס בעסערע למדנים, זאל מען קודם עסטאבלישן וואס באדייט א למדן. איז א למדן איינער וואס קען פופצן בלאט פון ש"ס פלוס די באקאנטע סברות פון ר' חיים, שערי יושר און קובץ שיעורים, און אין צוגאב קען ער דערגיין די סברא פון יעדע פאלשע אדער אמת'ע קוועטש אין רשב"א? איינער וואס קען ש"ס גמרא רש"י בעל פה? איינער וואס קען הלכות שבת און בשר בחלב מיט פרי מגדים'ס?
כוכב האט געשריבן:איך האב געהאט דריי חברים אין אטיק, איינער פליפט הייזער אין בושוויק, איינער מענעזשט א אלד עיזש האום און דער דריטער איז אין כולל און איזי ביזי מיט אהרן זלמן לייב.
יתרו האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איידער מען קריגט זיך ארום וועלכע ישיבה גיבט ארויס בעסערע למדנים, זאל מען קודם עסטאבלישן וואס באדייט א למדן. איז א למדן איינער וואס קען פופצן בלאט פון ש"ס פלוס די באקאנטע סברות פון ר' חיים, שערי יושר און קובץ שיעורים, און אין צוגאב קען ער דערגיין די סברא פון יעדע פאלשע אדער אמת'ע קוועטש אין רשב"א? איינער וואס קען ש"ס גמרא רש"י בעל פה? איינער וואס קען הלכות שבת און בשר בחלב מיט פרי מגדים'ס?
ווי איך האב שוין דעפינירט און מיינע פריעדיגע תגובות מיינט א למדן איינער וואס איז ביכולת אפצולערנען א סוגיא כהלכה ארויסהאבן די סברות דקות וואס זענען מחלק דעם רשב"א פונעם ריט"בא ביזן ר"ן אז ער זאל שולט זיין דערין עד כדי כך ער זאל קענן שרייבן אן עסיי אויף א נייעם שאלה און דעם נושא אין ער קענען נוצן אלע זיינע ידיעות אהערצושטעלן א דבר המושלם. א שטיקל חזון איז איז איז דער בעסטער דוגמא ווי אזוי אזא עסיי דארף אויסזעהן.
כוכב האט געשריבן:@ יתרו אויף הל' שכירות וקבלנות און הל' חנוכה איז אויך נישטא קיין חזון איש.
בעניי האב איך נישט געטראפן אז דער עיקר מחלוקת הראשונים זאל זיין באזירט אויף סברא, עס איז געווענליך געבויעט אויף דעם וועג וויאזוי זיי האבן אפגעלערנט די גמ' און די סברא קענסטו שוין צושטעלן נאכדעם.
אזוי שרייבט דער אבני נזר, אז עיקר דרך הלימוד איז בירור השיטות היינו כל שיטה ושיטה האיך יפרש את הגמ'.
יאיר האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איידער מען קריגט זיך ארום וועלכע ישיבה גיבט ארויס בעסערע למדנים, זאל מען קודם עסטאבלישן וואס באדייט א למדן. איז א למדן איינער וואס קען פופצן בלאט פון ש"ס פלוס די באקאנטע סברות פון ר' חיים, שערי יושר און קובץ שיעורים, און אין צוגאב קען ער דערגיין די סברא פון יעדע פאלשע אדער אמת'ע קוועטש אין רשב"א? איינער וואס קען ש"ס גמרא רש"י בעל פה? איינער וואס קען הלכות שבת און בשר בחלב מיט פרי מגדים'ס?
ווי איך האב שוין דעפינירט און מיינע פריעדיגע תגובות מיינט א למדן איינער וואס איז ביכולת אפצולערנען א סוגיא כהלכה ארויסהאבן די סברות דקות וואס זענען מחלק דעם רשב"א פונעם ריט"בא ביזן ר"ן אז ער זאל שולט זיין דערין עד כדי כך ער זאל קענן שרייבן אן עסיי אויף א נייעם שאלה און דעם נושא אין ער קענען נוצן אלע זיינע ידיעות אהערצושטעלן א דבר המושלם. א שטיקל חזון איז איז איז דער בעסטער דוגמא ווי אזוי אזא עסיי דארף אויסזעהן.
אויב דאס איז דער דעפיניציע פון א למדן ווייס איך נישט פון קיין איין ישיבה כהיום הזה וואס לערנט אויף אזא מהלך. פון אלע מיינע חברים וואס האבן געלערנט אין סיי וועלכע ישיבה אין אמעריקע אדער א"י ווייס איך נישט קיין איינעם וואס איז געווארן גענוג געבויט צו קענען נוצן זיינע לומדות סברות אין נזיקין לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא אין או"ח אדער יו"ד, נוסח חזון איש אדער אגלי טל (דאס מיינט נישט אז עס איז נישטא, פשוט איך האב עס נאכנישט באגעגנט).
אין שרידי אש האב איך אמאל געטראפן א לאנגער סימן, וואו עס שטייט אז ווען הגרי"י וויינבערג האט ארויסגענומען זיין סמיכה אין בערלין איז דער סדר געווען אז דער עומד להוראה האט באקומען א שאלה און ער האט אליין געדארפט מברר זיין די הלכה פון סוגיות הש"ס. אפשר זאל מען דאס מתקן זיין היינטיגע צייטן אלס א פארהער נאך יעדן זמן. דער מגיד שיעור זאל פרעגן עטליכע שאלות אין די סוגיות און די תלמידים זאלן דארפן מברר זיין די שאלה דורכ'ן אפלערנען די סוגיות.
אגב, דיין למדן דארף נאר האבן די פאטענציאל צו קענען אפלערנען א סוגיא ווי דו ערווארטסט אים, אדער ער דארף פאקטיש האבן אפגעלערנט א חלק ניכר פון די סוגיות הש"ס אויף דעם אופן?
יאיר האט געשריבן:איידער מען קריגט זיך ארום וועלכע ישיבה גיבט ארויס בעסערע למדנים, זאל מען קודם עסטאבלישן וואס באדייט א למדן. איז א למדן איינער וואס קען פופצן בלאט פון ש"ס פלוס די באקאנטע סברות פון ר' חיים, שערי יושר און קובץ שיעורים, און אין צוגאב קען ער דערגיין די סברא פון יעדע פאלשע אדער אמת'ע קוועטש אין רשב"א? איינער וואס קען ש"ס גמרא רש"י בעל פה? איינער וואס קען הלכות שבת און בשר בחלב מיט פרי מגדים'ס?
כוכב האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איידער מען קריגט זיך ארום וועלכע ישיבה גיבט ארויס בעסערע למדנים, זאל מען קודם עסטאבלישן וואס באדייט א למדן. איז א למדן איינער וואס קען פופצן בלאט פון ש"ס פלוס די באקאנטע סברות פון ר' חיים, שערי יושר און קובץ שיעורים, און אין צוגאב קען ער דערגיין די סברא פון יעדע פאלשע אדער אמת'ע קוועטש אין רשב"א? איינער וואס קען ש"ס גמרא רש"י בעל פה? איינער וואס קען הלכות שבת און בשר בחלב מיט פרי מגדים'ס?
דן ווייסט טאקע נישט דעם חילוק צווישן אן עמקן און א חמור נושא ספרים אדער דו מאכסטעך טעמיש.
עס איז די בערך זעלבע חילוק פון יאיר ביז דער (פינטעל) איד.
כוכב האט געשריבן:ביי אונז פלעגט מען שמועסן אז די וואס כאפן נישט די ישיבשע עמקות זעצן זיך ארויף אויפן חזו'א...
יתרו האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:נאר אפלערנען א מחלוקת קצות און נתיבות זיך דערגרונטעווען צו דעם שפיץ המחלוקת וואס איז געווענליך תלוי און א לומדישע הגדרה. אדער אפי' א לומדות פון א ש"ך און א מג"א, מער מפורש: איך מיין חזו"א סטייל.
געב מיר א בעסערע הגדרה, ווייל די תורה איז נישט געגעבן געווארן בזמנו פונעם חזון איש, און ס'איז געווען למדנים בעפאר אויך
איך בין נישט אזא למדן, צו קענען צונעמען דיינע ווערטער, אבער א בלאט לערנער מיט בעסיק מפרשים מהרש"א פני יהושע מהר"ם שיף איז אויך א תלמיד חכם אפילו ער דערגרונטעוועט זיך נישט צו די שפיץ פון די מחלוקה, ס'איז יתכן אז די נקודה וואס דו רעדסט האבן אנדערע אנגערופן סברות כרסיות
און אנדערע ווערטער זאגסטו אז חזון איש איז מלא סברות כריסיות. קען זען אז ביזט גערעכט. למעשה האט זיך תורה עוואלוואד און די מהלך ביי רוב ענענסטע לערענער היינט איז דער חזון איש צוגאנג נישט חת"ם סופר און פני יהושע'ס סארי פאר די דיסעפוינטמענט.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט