רחמנות איז נישט קיין שיטה!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6290 מאל
קאנטאקט:

רחמנות איז נישט קיין שיטה!

שליחה דורך לעיקוואד »

שטייענדיג פאר די הייליגע טעג, און בסימן פון פארשידענע וויכטיגע שמועסען וואס טוהן זיך די לעצטע וואכען דא אין שטיבל און בכלל, וויל איך שמועסען עפעס א מילתא דשויא לתרווייהו, כמנהג דרשני ישראל אריינצופלעכטן היינטיגע נושאים אין ענייני , ויהי נא אמרינו לרצון.

ראש השנה איז ידוע עס איז א יום הדין, און פארשידענע פעולות מאכט מען מען זאל זיין ראוי און זוכה זיין בדין. למעשה אבער זעהט מען אין די נוסחאות התפלה און אין מקורות חז''ל וספה''ק, אז די עיקר נקודה וואס מיר בעטן ראש השנה איז נישט מיר זאלן זיין גערעכט בדין, נאר די עיקר איז ממתיק זיין די דין מיט רחמים, אם כבנים רחמנו כרחם אב על בנים, און לשון המדרש נצח רחימו דבנוי לרחימו דמשפט, דער אייבישטער האט ליב משפט מלך במשפט יעמיד ארץ, ער האט אבער נאך מער ליב די אידען, דאס וואס ער איז מוציא לצדק דיננו איז אלץ דעם וואס זיין אהבה ורחמים שטייגט איבער זיין מלך יושב על כסא דין.

דארף מען טאקע פארשטיין דער מושג, וואס איז דאס דער זאך אז רחמים קען גובר זיין אויף דין וואס איז אוודאי א צורך העולם וכך יש תורה ושכר ועונש וכו'.. ולא נאריך בדקדוקים עכ''פ איך קלער מסביר זיין אזוי. אוודאי דארף זיך די וועלט פירען מיט א סדר מיט א שיטה, ווער איז גערעכט און ווער איז נישט גערעכט וועם קומט זיך חיים און וועם פארקערט. אבער דער רבוש''ע איז נישט נאר א סדר אדער א שיטה אויף דער וועלט, ער האט א חיבור עצמי צו דער וועלט און צו כלל''י בפרט, כמו שמפרש בעל התניא אלהי עולם ברחמיך הרבים, שלא נאמר אלוהי העולם אלא אלוהי עולם, זיין געטליכקייט איז אויף דער וועלט, ממילא איז ער מחובר מיט אונז איז רחם עלינו.

דער קאצקער רבי זאגט מען האט מען געפרעגט אמאל וואס איז פשט פון דער דין אז א קרוב איז פסול לעדות? בשלמא אז ער איז מעיד לטובת זיין קרוב איז פארשטענדליך ער האט עם ליב האט ער א נגיעה מעיד זיין לטובתו. אבער אז ער איז מעיד אנטקעגן עם, איז פארקערט, דארף ער זיין נאמן מקל וחומר. האט דער קאצקער גיענטפערט, אז עס שטייט ביי פרשת עדות 'ועמדו שני האנשים' . און איינער וואס איז מסוגל מעיד זיין שלעכטס אויף זיינס א קרוב איז נישט קיין מענטש!

דאס טענה'ן מיר רחמנו כרחם אב על בנים, יא אמת מן הצדק והיושר דארף זיין סדר ומשפט, אבער געוואלד רבוש''ע לפחות זיי א מענטש, מיר זענען דאך קרובים, כי אנו עמך ואתה אלוקינו, און א מענטש וואס פילט נישט איינס מיט זיין קרוב איז קיין מענטש נישט, דארף דער ממכ''ע וסוכ''ע מחייה זיין די נבראים פשוט אלץ די נגיעה זיינע כביכול. שי נגיעה איז נישט נגד הצדק והמוסר נאר פארקערט, אהבת קרובים ורעים דאס איז יסוד המוסר כולה ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה. דאס איז אונז מחדש דער קאצקער ווארט אז חברשאפט און קירבה מעסט זיך נישט ווען דער חבר איז גערעכט, דאן וואלט דאך יעדער דרויסענדיגער מענטש געווען מיט עם. קירבה מעסט זיך ווען יענער איז לאו דווקא גערעכט. אז מיר און דער רבוש''ע האבען א יחס פון קירבה הייסט דאס אז עס רירט עם אז ער נעמט זיך אן פאר אונז דייקא ווען מיר זינדיגען, ואדרבה. דא איז שאר גרעסטע קירבה וואס קומט ארויס אין שי ימי הדין.

יעצט לענייננו, דארף מען דאס מסביר זיין פשוט אויף למעשה. טוהט זיך דא פארשידענס א וויכוח וועגן מוסדות וועגן חדרים וועגן ישיבות זה אומר בכה וזה אומר בכה. איינער טענה'ט ער האט א מהלך מסביר זיין בצדק פארוואס די מוסדות זענען רשעים פארוואס זיי זענען שולדיג פאר יעדער, א צווייטער טענה'ט פארקערט בצדק דער צווייטער צד איז א רשע, א דריטער האט בכלל א טענה האסט פראבירט יעדער מוסד, און אפשר פאבליק סקול גאר, און אפשר בכלל זענען די רבנים שולדיג, און אפשר דווקא די פשוטע אידען זענען שולדיג.

אבער איך, לו''י יצח''ק בן שרה שאשא, זאג און שריי, געוואלד אידען, אביסעלע רחמנות. אז עס קומט פאר דיר א איד א טאטע ער וויינט זיך אויס די אויגען ער האט נישט קיין חדר פאר זיין זון א ישיבה פאר זיין בחור א סקול פאר זיין מיידל, וויל איך נישט וויסען ווער איז גערעכט, הייב נישט אן מאכען חשבונות ווי דער צדק שטייט איין, מיין ברודער איז אין צער, איך בין אין צער, מאכט מיר דען אויס ווער איז שולדיג? ווייס איך דען בכלל מחליט זיין אזא זאך? יעדער טענה איז דא א טענה פארקערט און ווער קען דען בכלל מוכיח זיין עפעס פון מוסר צדק ומשפט אויף זיכער, אבער איין זאך איז זיכער, רחמים איז שטערקער פאר די אלע זאכען. און דאס איז ישראל רחמנים וגומלי חסדים. דער איד האט א פראבלעם? לאמיר פראבירען עם צו העלפען. צדק און גערעכטיקייט לאמיר לאזען פאר א צווייטער.

דאס איז וואס איך האב צוזאגען, און דאס איז ווי די בלוט נעמט זיך מיר קאכן אז איך זעה א איד וויינט זיך אויס קומען די חכמים ונבונים, צו עסקנים ורבנים ומנהלים, און נעמען זיך שטעלן בתי דינים ובתי משפט ווער איז גערעכט און ווער איז שולדיג. עס מאכט נישט קיין איין ברעקל אויס ווער איז שולדיג ווען א איד וויינט דארף די נאטורליכע הרגש פון ברודערשאפט פשוט זיין משוחד און ווילען עם ארויסזעהן פון דער צרה. נאכדעם וואס אלע פראבלעמען וועלן זיין געלייזט וועט מען זיך זעצן רוהיג אלע אינאיינעם מיט א גלעזל משקה אין סוכה דן זיין פילאסאפיש משפטיש תורהדיג פסיכאלאגיש טעארעטיש ווער איז גערעכט.
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר