קווענקלענישן פון סדום

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

קווענקלענישן פון סדום

שליחה דורך כוכב »

קעלנער, מיכאל שניצלער, ס'דרייט זיך א וועלט.

טרעף איך א חבר נעכטן פרעגט ער מיר היציגערהייט אזעלכע גאונ'ישע קשיות: מוז א מוסד אננעמען מיכאל שניצלער'ס טעכטער? מוז א מוסד אננעמען א קינד וואס דער טאטע האט אינטערנעט?
מרא דעלמא, ווער איז מיכאל שניצלער, ער איז עפעס פון די פאלאשן, איז ער געוואקסן אויף א בוים. דאס איז דאך עצם מעצמי, בשר מבשרי. זיין פאטער איז געווען... א מלמד! אין סאטמארער תלמיד תורה וואו ער האט זיך מוסר נפש געווען איינצופלאנצן תורה ויראת שמים אין אידישע קינדער פאר א מאגערער געהאלט, ביז ער איז ליידער נפטר געווארן בדמי ימיו איבערלאזנדיג א שטוב מיט יתומים.
ודבר שנצטער בו אותו צדיק, געוואלד, מיט מיך ווארפסטו דיך, איך בין דאך דיין יתומ'ל, איך בין דאך דיין פלייש און בלוט. שטיק דיך מיט מיר, מוטשע דיך מיט מיר, איך בין דיין פראבלעם, איך בין דיין פרי, מבשרך אל תתעלם.

טייערער חבר מיין, דו ביזט נישט קיין שואל כענין, דער תירוץ אויף דיינע פראגעס זענען כמעט אומרעלעוואנט.
די אישו איז נישט מיכאל שניצלער און די אישו איז נישט אינטערנעט.
מיט וועמען ווארפט מען זיך, וואס פארקויפסטו לאקשן.
מיט וועמען מ'קען, אויף וועמען מ'קען טרעטן. מיט נארמאלע טאטע און מאמע, מיט עלטערן וואס האבן געפילטערטע אינטערנעט, איינעם אינטערסירט דא אינטערנעט, דו ביזט פון קאפ געפאלן. מ'זאגט דאך אפ קינדער גלאט אזוי אן קיין פארוואס. די עלטערן קומען נאך אלע תקנות און דאך נעמט מען זיי נישט. מ'גי'ט אפילו נישט פאר די עלטערן אן אנגעבליכע סיבה, דער יונגערמאן ווייסט אפילו נישט וואס איז שלעכט מיט אים, א רשעות כפולה ומכופלת.
הטיב אשר דיבר הרב שטיינמאן, ס'איז אלעס גאווה. איינמאל גאווה און נאכאמאל גאווה.

ווייל ער קומט נישט פון קיין פאפולערע משפחה, ער האט נישט קיין פעטער אינעם וועד החינוך, דער יונגערמאן איז ווארנעבל, אויף אים העל איך מיך אויסגעבן. ער איז א שלעפער און נישט קיין בעל פרנסה, דא וועל איך איינמאל פאר אלעמאל קלארשטעלן אז מיין מוסד נעמט נישט אבי איינעם.

*

יא גערעכט נישט גערעכט, און דער זייגער איז מיר געווען היינט דער גרעסטער שונא. ער לויפט זיך זיין וועג און איז שוין לאנג נאך די פיר און צוואנציג שעה וואס איך דארף געבן תשובה פאר [tag]קאווע טרינקער[/tag]. ווען ער וואלט מיר נאמינירט צו זויפן א קאוק, אדער אכצן טאלער פאר ר' מאיר בעל הנס וואלט מיר געווען אסאך גרינגער... אבער לאמיר פרובירן מסדר זיין מיינע מחשבות, טאקע דא אינעם הכנות שטיבל וואו איך מיט'ן מלך האבן דעם זעלבן אוידענץ, און דאס סמעטענע פון מיינע חידושים ווערן פאבריצירט...

1. די הויכע אידעאלן פון וואס קאווע טרינקער רעדט אז חלילה וחס דאס קינד וועט עסן סאשי, איז נישט מער ווי א שיין קלינגעדיגע פראז וואס קען אבער נישט פארמינערן די עוולה פון א רשעות, פון טרינקען יענעמס בלוט. קענסט אנטון א גארטל מאכן א לשם יחוד און איינלאדענען דעם גאנצן פמליא של מעלה, רשעות בלייבט רשעות אפילו ווען עס ווערט געטון בלתי לה' לבדו. און דאס דארף אמאל זיין קליפ און קלאר, קבל עם ומלואה, אז אפזאגן א קינד פון חדר איז רשעות, רשעות, רשעות!!!
קענסט עס פארשלייערן מיט די שענסטע תירוצים, איינוויקלען אין צייטונג-פאפיר, אבער די פארשטינקענע פיש איז דארט. פארזאלצן, פארוואסערט און פארזייערט מיט כל מיני נעמען: שטעלט זיך נישט צו, תקנות, שוואכע שטוב, נישט פון אונזערע, פריוואטע מוסד, מאדערן, גוטע נאמען פאר די מוסד, פרעשור פון אנדערע, מאכן געלט, פאנדרעיזינג, וכו', אבער די רשעות ווערט נישט איינגעשרימפט פון דעם וואס מ'האט איר אנגעטון א שיין שניפסל אדער באצירט אין אן אנצוג.
מענטשן באגרייפן בכלל נישט די עוולה ווילאנג מ'שפירט עס נישט אויף די אייגענע הויט. דאס איז נישט סתם אז א קינד האט נישט קיין חדר. דו נעמסט א מענטש און דו זאגסט אים ביזט א מצורע. דו נעמסט אים צו זיין רעכט צו עקזיסטירן. דיין גורל קומט זיך אז דו דארפסט זיין איזאלירט פון דער גאנצער חרדישער געזעלשאפט. דאס איז גע'שחט'ן א מענטש לעבעדיגערהייט. דו ביזט ווייניגער ווי א שמאטע און איך קען מיט דיר טון וואס דו ווילסט. די מענטשן וואס זענען דאס דורך זאגן עדות אז דאס איז די גרעסטע השפלה און בזיון א מענטש קען דורכגיין.

די בארימטע שטאט 'סדום' איז בכלל נישט געווען אן אומציוויליזירט ארט מיט ווילדע בארבארישע טיראנען. סדום איז געווען א שטאט מיט הויכע אידעאלן. זיי האבן געקעמפט פאר יושר און צדק. זיי האבן געהאט איין מטרה: צו מאכן די וועלט פאר א בעסערע פלאץ! געבן דעם מענטשליכן באשאף דאס בעסטע. זיי האבן געהאט ווירדן פון אמת און שלום פאר וועלכן זיי זענען געווען גרייט צו קעמפן פאר יעדן פרייז.
סדום האט געהאלטן אז עניית איז א חורבן. די וועלט דארף זיין אן ארט פון שפע און קאפיטאליסטישע אומאפהענגיגקייט. ארעמקייט איז א פארברעך, און דער ארעמאן איז א פארברעכער, ווייל ארעמקייט ברענגט ארעמקייט און די טבע פון עניית איז צו שפייזן און פארברייטערן עניית, בתר עניא אזלא עניותא, און דארף דעריבער אויסגעראטן ווערן. יקוב הדין את ההר, זאל די גאנצע שטאט זעען ווי דער טעראר פון ארעמקייט ווערט אויסגעריסן ביים ווארצל, און דער וואס שפייזט אן ארעם מיידל זאל געהאנגען ווערן אינמיטן שטאט באשמירט מיט האניג גרייט צוביסן צו ווערן דורך די בינען.
סדום האט גע'טענה'ט די וועלט דארף זיין אן ארט פון גלייכבארעכטיגקייט און שוויון. וואס פאר א יושר איז דאס אן איינער איז לאנג און דער צווייטער קורץ, פארוואס זאל יענער זיין מער פון א צווייטן, און דעריבער האט מען דעם לאנגען אפגעהאקט די פוס און דער קורצער איז אויסגעצויגן געווארן. עס דארפן אלע זיך קענען פלאצירן אינעם זעלבן לענג פונעם בעטל.
סדום, מיט אלע אירע הויכע אידעאלן און ווירדן איז געבליבן סדום, און געהאט א ביטערן סוף. נעמען א מענטש און זאגן אז איך נעם נישט דיינע קינדער, מיט'ן שענסטן תירוץ אין דער וועלט, איז אקוראט די זעלבע רשעות פון סדום.

די העכסטע אידעאל אין דער וועלט וואס א מוסד וועט וועלן עררייכן, וועט אבער נישט טוישן די טרוקענע מציאות אז אפזאגן א מענטש פון נעמען זיינע קינדער איז א רשעות. אפילו ווען אליהו הנביא וועט קומען מגלה זיין פאר דעם מנהל המוסד, אז מיט'ן נישט אננעמען יענעמ'ס קינדער ברענגט ער די גאולה שלימה, וועט עס נאך אלץ זיין א רשעות. אן אמצעאי פון רשעות בלייבט א רשעות אפילו פאר די העכסטע און הייליגסטע מטרה.
עס דערמאנט מיר א חסיד'ישע מעשה: דער הייליגער רבי בונם האט געזאגט, אז ער האט בכוח צו ברענגען די גאולה שלימה, נאר אויב בונם וועט ברענגען משיח'ן וועט דאך דער הייליגער אפטער רב האבן עגמת נפש (דער אפטער רב איז געווען דער זקן צדיקי הדור בסוף ימיו) נו, בונם וועט נישט ברענגען משיח, כדי נישט גורם צו זיין קיין חלישת הדעת פאר'ן אפטער רב.
די מעשה איז אמאל פארציילט געווארן ביי אן אסיפת הרבנים, און רבי אהרן קאטלער האט זיך אנגערופן אז ער גלייבט נישט די מעשה, גאנץ כלל ישראל דארף דא אויפגעראכטן ווערן און ר' בונם מאכט זיך צו טון וועגן א חשש פון חלישות הדעת. פארציילט מען אז דער בעלזער רב האט אים געענטפערט אז מ'געפינט די זעלבע זאך אין דער תורה. דער אויבערשטער שיקט משה רבינו אויסלייזן די אידן פון די מ"ט שערי טומאה פון מצרים, און משה וויל נישט גיין ווייל זיין עלטערער ברודער וועט האבן חלישות הדעת.

2. ווי איך האב שוין מסביר געווען אנהויב שמועס איז די גאנצע נושא פון תקנות אומרעלאוואנט די זיך ווארפן מיט קינדער האט גארנישט מיט די תקנות. אמאל ניצט מען די תקנות אלס א תירוץ, אמאל ווערן די תקנות איגנארירט, וויאזוי ס'לוינט, און עפ"י רוב ווען מ'נעמט נישט אן א קינד איז עס אן א פארוואס.
און בעניי האב איך נאכנישט געטראפן דעם גדול וואס זאל פארשטיין מה ענין שמיטה אצל סיני, פארוואס ווען א מאמע דרייווט טאר מען נישט נעמען אירע קינדער. עס איז א נייע זאך. קיין איין גדול בישראל איז נישט איינגעפאלן צוזאמצושטעלן די צוויי.
דרייוון און טעלעוויזיע זענען די צוויי הארבסטע עבירות אבער וואס האט דאס מיט יא אדער נישט אננעמען קינדער אינעם מוסד. וואס האט הודו מיט קוש. ווילסט מאכן תקנות מאך אסיפות, שרייב קול קורא'ס, האלט דרשות, אבער וועלכער רשע איז איינגעפאלן אז אידישקייט תקנות דארף מען אינפארסירן מיט צונעמען א חינוך פון די קינדער.
אזעלכע נארישע עוולות בארעכטיגן נישט צו שיסן א מענטש, און די אלע תקנות זענען אריגינעל נישט געמאכט געווארן, אז מ'זאל דאס אינפארסירן מיט'ן צונעמען די רעכט פון א איד פון שיקן זיינע קינדער צו א בית חינוך.
כ'האב אמאל געהאט א שמועס מיט א פארברענטע קאנסערוואטיוו, ער האט אנגעגעבן אומצאליגע פראבלעמען און ליידן א דעמאקראטישע עקאנאמיע און שטאטישע בענעפיטן ברענגען.
האב איך אים געזאגט אז די אלע תורות זענען גוט ביז, איינמאל דו באגעגנסט אן אלטע שווארצע פרוי וואס פייגערט אין די גאס פאר הונגער זענען דיינע אלע לאקשן תורות נישט אינטערסאנט, און מ'דארף איר העלפן. זאל זיין וויפיל לעכער און פראבלעמען אין די פוד סטעמפס סיסטעם, ס'דא זאכן וואס זענען העכער דערפון און מ'קען אבער נישט לאזן קיין ארעמעלייט אויסגיין פאר הונגער. דאס איז העכער פון אלעם.
עס איז נאכנישט געבוירן געווארן דער תירוץ וואס זאל ערלויבן א מוסד אפצוזאגן א קינד און מיט דעם הרג'ענען טאטע מאמע. נישט איך בין פריוואט, דיפיטי דו, פאר סלייס קאפל. עס וועט אלעמאל פארבלייבן אן אומצוויידייטיגער רשעות, האסט יענעם בא'עוול'ט בדיני שמים. יענער וויל שיקן זיינע קינדער לערנען און האסט אים נישט אריינגעלאזט. האסט יענעם בא'עוול'ט בדיני בני אדם. האסט אים פארשעמט און דעגראדירט ביז צו דער דיוטה התחתונה.
ווילסט טאקע קאנטראלירן דעם יונגערמאן האב איך פאר דיר א גוטע עצה. גיי נישט צו זיינע שמחות, נעם נישט פון אים קיין געלט, לאז אים נישט מנדב זיין פאר'ן רב'ס קאסע, מוזט אים אפילו נישט געבן קיין עלי', אבער עס איז דער עלעמענטארער רעכט פון יעדן איד וואס מעג דאווענען אין שומר שבת, אז זיינע קינדער זאל ער האבן וואו צו שיקן.

3. אז מ'רעדט שוין, איז דא א נקודה וואס איך קלער בנוגע די אלע נייע מצות און עבירות וואס חרדיזם האט אימפלימענטירט און אדאפטירט, און זענען שוין היינט א דינאמיק אין דער חרדישער וועלט. פון די פארשטענדליכע ווי דער איסור אויף טעלעוויזיע, ביז די וואנזיניגע. פון דעם איסור אויף פרויען צו דרייוון, ביז פלעסטיק גלעזער פאר די יונגלעך, וואס מאכט א מענטש זיין עומד ומשתומם וואס ליגט אונטער די אלע מאדנע קוריאזקייטן.
[tag]יאיר[/tag] האט אמאל פארציילט (פון די שטערקסטע ארטיקלען דעם יאר) איבער א יונגערמאן וואס אן די זילבער פאפיר אויף די קאונטער-טאפס בלייבט ער אן א פסח. די תקנות און פרומענישן די אלע זאכן זענען סימבאלן אויף עפעס טיפערס און אן די אלע משוגעת'ן פון נישט עסן פסח'דיגע קוקיס בלייבט ער אן גארנישט. וואלט ער געווען אביסל קלוגער וואלט ער געקענט אוועקווארפן די פסולת און זיך באגנוגן מיט דעם עיקר.
וכן נראה בנידון דידן, דער סאטמארער רב האט אויך געוואוסט אז דער למדן אדער מי שיש לו מוח בקדקדו קען אפטיילן פון א פרוי וואס דרייווט א קאר ביז א א פרוי וואס איז רוכב על החמור, ער האט אבער געהאט אן אנדערע אינטרעסע אינגאנצן. רבותינו שבגולה האבן געוואלט פרעזערווירן א געוויסע חרדישע מענטעליטעט פון דער פארגאנגענהייט. זיי האבן געוואלט די אידישע מאמע זאל אין אלגעמיין פארבלייבן די פארפארעטע מאמע וואס קינדלט און ווינדלט און נישט א פרוי מיט א האנדא אדאסי וועלכע פארמאגט אומאפהענגיגקייט און א זעלבסט-כאראקטער, און אט דערפאר איז נולד געווארן דער איסור פאר פרויען צו דרייוון, און פאר אזעלכע סארט סיבות קענען ערוואקסענע מענטשן זיך צוטון מאכן מיט הייליגער קו פלעסטיק גלעזער, זעקס סלייס קאפל, שווארצע שיך, נישט גייען גאם, און נאך אזעלכע שטותים.

[tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] האט געטראפן א חוות יאיר וואס לאזט א מיידל גיין צו דער ארבעט אפילו ווען דער גוי איז איר מחבק ומנשק. וואס ער כאפט אבער נישט איז, אז ווען דער קאשויער רב האט געפירט א קאמף קעגן מיידלעך וואס ארבעטן אין אפיסעס (נישטא ווער זאל לאכן, דא קען מען זעען וויפיל אלע אבא חייא טויבער צעטליך זענען ווערד) האט ער גענוצט איסור יחוד און מכשולות אלס אן אויסרייד, אים האט אין אמת'ען געבאדערט די טראנספארמאציע פון א צאינה וראינה מיידל צו א קאריערע-פרוי. איך גיין נישט יעצט אריין די אומפראקטישקייט, אומנויטיגקייט און אומרעאליסטישקייט, פון די אלע שטותים, אבער איך מיין אז דאס ליגט אונטער די אלע מאדנע משוגעת'ן וואס מיר זענען געבענטשט.

אבער ליידער זענען מענטשן קליינקעפיג און נעמען זאכן ארויס פון ריכטיגער פראפארציע. און א געמיש פון תמימות, גוטער ווילן און קיצונות וואס האט געדארפט העלפן אנהאלטן א דאגמא פון א פרומע (לייען: צוריקגעשטאנענע) געזעלשאפט, און איז קיינמאל נישט געווען געשטעלט צו פייניגן די מענטשהייט, ווערט היינט אויסגענוצט פאר רשעות, ואוי לנו שכך עלתה בימינו.

טענק יו פאר ליסטענינג, און מיט דעם טו איך יעצט נאמינירן חברינו [tag]משה געציל[/tag] ער זאל ביז די קומענדיגע אכט און פערציג שעה קומען זאגן זיין מיינונג.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר