ערליכע אידן זענען מענטשליך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ערליכע אידן זענען מענטשליך

הודעהדורך הוגה » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:46 pm

ערליכקייט און מענטשליכקייט איז איינס. מענטשליכקייט איז קיינמאל קיין סתירה צו ערליכקייט. דער וואס מיינט אז בלית ברירה מוז ער זיין אוממענטשליך כדי צו קענען בלייבן ערליך, ווייסט נישט וואס ערליכקייט מיינט. ליידער ליידער הערט מען היינט און מען זעהט אסאך א. ג. ערליכע אידן און אפילו משפיעים ומנהיגים וואס פירן זיך אויף אוממענטשליך בשם רעליגיע און ערליכקייט. איך ווילך דא מקדיש זיין אן אשכל צו צייגן ווי ריכטיגע ערליכע אידן האבן זיך ווייטער אויפגעפירט מענטשליך, אפילו ביי פעלער וואס לפי קט שכלם פון מאנכע האט עס אויסגעזעהן ווי עס איז א קאמאפראמיס אויף ערליכקייט.

דא האט איר פון די 'עיתון בשבע' פון ראש השנה. הצדיק רבי אריה לוין ז"ל פון ירושלים האט ארויסגעוואקט פון שול מוצאי יום כיפור באלד נאך נעילה. א יעדער איינער דא קען זיך פארשטעלן די געהויבענע געפילן פון קדושה וואס מען פילט מוצאי יום כיפור, און די געוואלדיגע קבלות וואס מען האט זיך פארגענומען אין דעם פארגאנגענע פיר און צוואנציג שעה צו זיין ערליך און פיין, ספעציעל אזא צדיק ווי רבי אריה לוין. ווען רבי אריה האט ארויסגעוואקט פון שול איז צוגעגאנגען א שיינע פרוי מיט אויפגעדעקטע האר און געזאגט אז זי וויל עפעס אדורך רעדן מיט אים. רבי אריה איז געגאנגען צום זייט און געשמועסט מיט איר פאר אפאר מינוט. ער האט די גאנצע צייט גערעדט בסבר פנים, קוקענדיג אויף איר מיט רעספעקט די גאנצע צייט.

דאס איז נישט קיין גרויסע גדולה, אדרבא, עס איז א דבר פשוט. אבער ליידער בימינו פירן זיך זייער אסאך חרדים און "ערליכע אידן" נישט אויף אזוי, וממילא דארף מען זיך כסדר דערנאנען אז זיין מענטשליך איז זיין ערליך. אגב, עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.

.
בייגעלייגטע פיילס
10702216_792755164081189_8289038729187164691_n.jpg
10702216_792755164081189_8289038729187164691_n.jpg (181.03 KiB) געזען געווארן 3478 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הוגה אום זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:53 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2856
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7380 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6594 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:53 pm

איך בין אפאר מאל געווען ביי די ראכמיסטריווקא און סקולענע רביים מיט קוויטלעך. זיי האבן ביידע געקוקט מיין ווייב אין די אויגן ווען זי האט גערעדט מיט זיי.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4860
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9509 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:09 pm

הוגה א גרויסע דאנק פאר אונז (מיר פרעזענטליך) מזכה זיין דערמיט.
איך קלער אלעמאל ווען איך לייען אזוינס אז דאס איז געוועהן אמאל, אבער איז נאך היינט דא אזעלעכע אנשים חשובים?
דער משל מיט סקולען און ראחמיסטריווקא איז נישט קיין פארגלייך, ווייל זיצען דאך ביי זיך אינדערהיים וכו', וואלט דען אזא פרוי דען געקענט צו זיי אויף דער גאס?
איך האב געהערט ענדליך אזוינס איבער מהר"ש מבאבוב, אויב איז ער געשטאנען ביי א רויט לייט און פונקט איז אויך געוועהן א פרוי (גויטע) וואס האט איהם געגעבען א גריס האט ער צוריק געשאקעלט מיטן קאפ (מיינסטענס אין פלארידע).
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2671
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1796 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:24 pm

די וואס קוקען נישט איז נישט אלץ חסרון אין מענטשליכקייט, סאיז פשוט איינער וואס איז נישט געוואוינט צי זען נשים, דאס מינדערסטע קוק ברענגט ארויס דאס ערגסטע.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3809
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1888 מאל

הודעהדורך ודי למבין » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:55 pm

איך, א ערליכע יוד, בין אמאל געווען אויף א פארוויילונגס ארט. איך האב געדארפט אפאר קוואדערס פאר א מיטער און האבענדיג נאר א דאלער בין איך צוגעגאנגען צו איינס פון די קענטינס וועלכע זענען געווען דארט. איך האב דעפרעגט דער ארבעטארין דארט אויב זי קען מיך אויפטוישן א דאלער פאר פיר קוואדערס. האט זי מיך גיזאגט אז אמתדיג דארף זי עס נישט טון און איר ארבייט געבער לאזט איר עס נישט טון, אבער וויבאלד "you are the first of your people that look at me when talking to me" וועט זי עס טון פאר מיך פון איר אייגן געלט.

ממני ילמדו וכן יעשו
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:22 pm
האט שוין געלייקט: 903 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

הודעהדורך כוכב » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 6:13 pm

הוגה האט געשריבן:עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.



מקור ביטע?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2503
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7119 מאל

הודעהדורך אחד העם » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 7:36 pm

הוגה א געוואלדיקע רעיון, זאל דער אשכול דינען אלס א מוסר ספר, פאר אונזערע פרומע קאטשעלאפניקעס.
אבער איך מיין לעניות דעתי איז הרב הצדיק רבי ארי' לווין נישט דער דוגמה, מיינענדיג, רבי ארי'ס אהבה און הערכה און ערליכקייט במצוות אהבת ישראל איז ער דאך געווען א יחיד בדורות, סקומט פאר ווי איינער זאל ווען מאכען א אשכול אז אלע ערליכע יידן זענען געווען קנאים און ער וועט ברענגען א אויסשניט פון דער ייד מיט א מעשה פון סטמר רב...
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 832 מאל

הודעהדורך אחד העם » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 7:43 pm

כוכב האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.



מקור ביטע?

עידי ראי, פאר מיין באבען האט דער סטמר געגעבן א בענקל און די הענט, וואס ווילסטו אז געלבמאן זאל עס שרייבען...
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 832 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 8:16 pm

אחד העם האט געשריבן:הוגה א געוואלדיקע רעיון, זאל דער אשכול דינען אלס א מוסר ספר, פאר אונזערע פרומע קאטשעלאפניקעס.
אבער איך מיין לעניות דעתי איז הרב הצדיק רבי ארי' לווין נישט דער דוגמה, מיינענדיג, רבי ארי'ס אהבה און הערכה און ערליכקייט במצוות אהבת ישראל איז ער דאך געווען א יחיד בדורות, סקומט פאר ווי איינער זאל ווען מאכען א אשכול אז אלע ערליכע יידן זענען געווען קנאים און ער וועט ברענגען א אויסשניט פון דער ייד מיט א מעשה פון סטמר רב...

בכלל קומט די מעשה פונעם מאדערן-ארטאדאקסישער צייטונג "בשבע", שווער צו זאגן אז מ'קען פון זיי ארויסנעמען א הוראה לדורות אויף אזא האקעלע נושא.
איז אדערווייל בלייבט אז אן ערליכער איד פירט זיך ח"ו נישט מענטשליך, ביז הוגה וועט ברענגן שטערקערע ראיות לדבריו.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3728 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 8:20 pm

אויב דארף מען מאכן א אכשול צו זאגן אז ערליכע אידן קענען אמאל אויך זיין מענטשליך, וואס זאגט דאס וועגן ערליכע אידן בכלל?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7561 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:16 pm

דער קעפל וואלט געדארפט זיין פארקערט, מענטשליכע אידן זענען ערליך.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8128 מאל

הודעהדורך עזריאל » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:58 pm

ווילסט דוקא איך זאל קוקען? איך בין מסכים, איך האב נאר נישט געוואלט אז די זאלסט שרייען ווען איך קוק
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1731 מאל

הודעהדורך דריידל » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:59 pm

כוכב האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.



מקור ביטע?


חכם וואס די ביסט. ער שרייבט דאך אז ס'איז באקאנט כדי נישט צו דארפן ברענגן א מקור...

דער אמת איז אז איך האב אויך געהערט פון מיינע עלטערן און זיידע-באבע ערשט האנטיגע מעשיות וויאזוי פארצייטישע ערליכע אידן זענען זיך באגאנגען מיט פרעמדע פרויען. מיין מאמע דערציילט אז אלץ מיידל זענען אסאך רבנים איינגעשטאנען ביי זיי אינדערהיים און מ'איז אלץ געזעצן צוזאמען און פארברענגט ביי די שבת סעודות. ס'איז אויך באקאנט ווי ר' משה פיינשטיין ז"ל פלעגט גריסן פרויען אין גאס.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

הודעהדורך אויסגערוט » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:20 pm

דריידל האט געשריבן:ס'איז אויך באקאנט ווי ר' משה פיינשטיין ז"ל פלעגט גריסן פרויען אין גאס.

ברענגסט א ראיה?? ר' משה אידאך געווען א ליטוואק!!! :D
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

הודעהדורך דריידל » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:23 pm

דער פותח האשכול האט דאך געברענגט דער ערשטער משל פון ר' ארי' לוי וואס איז געווען א ליטוואק, נאכדערצו א תלמוד פון רב קוק.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:50 pm

אמאל גיהערט פון איינעם א סיפור אויף ר' יענקלע איך נעם נישט קיין שום אחריות אויף דעם.
ער איז אמאל שבת ארויסגעקומען פון שוהל און גיזעהן א אידענע ווארטן אינדרויסן פרעגט ער איר אויב זי ווארט אויף איר מאן? זאגט זי יא
איז ער צריק אריין אין ביהמ"ד און געזאגט פאר דער איד אז זיין ווייב ווארט פאר אים אינדרויסן
פרעגט אים דער איד ווי ווייסט איר אז עס איז מיין ווייב?
זאגט אים ר' יענקעלע וואס זאל איך טוהן? יעך ווייס!!!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1510
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1292 מאל

הודעהדורך petergrifin » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:43 am

אז מען זעהט אײנמאל װײסט מען שוין װער ס׳איז. יעצט װילאנג מען קוקט נישט נאכאמאל איז אלס כשר.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 935 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:49 am

כל שרוח הבריות נוחה הימנו רוח המקום נוחה הימנו.... האב איך עפעס מפספס געווען?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2999
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4366 מאל

הודעהדורך אחד העם » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:42 am

אפטעמיסט האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:הוגה א געוואלדיקע רעיון, זאל דער אשכול דינען אלס א מוסר ספר, פאר אונזערע פרומע קאטשעלאפניקעס.
אבער איך מיין לעניות דעתי איז הרב הצדיק רבי ארי' לווין נישט דער דוגמה, מיינענדיג, רבי ארי'ס אהבה און הערכה און ערליכקייט במצוות אהבת ישראל איז ער דאך געווען א יחיד בדורות, סקומט פאר ווי איינער זאל ווען מאכען א אשכול אז אלע ערליכע יידן זענען געווען קנאים און ער וועט ברענגען א אויסשניט פון דער ייד מיט א מעשה פון סטמר רב...

בכלל קומט די מעשה פונעם מאדערן-ארטאדאקסישער צייטונג "בשבע", שווער צו זאגן אז מ'קען פון זיי ארויסנעמען א הוראה לדורות אויף אזא האקעלע נושא.
איז אדערווייל בלייבט אז אן ערליכער איד פירט זיך ח"ו נישט מענטשליך, ביז הוגה וועט ברענגן שטערקערע ראיות לדבריו.

איך האב מיין הנחה אויף רבי ארי' גענומען סיי פון די ספר איש צדיק היה, און סיי פןן אביסעל שמועסן מיט יידן וואס האבען אים געקענט און פון אים איז דא האקעלערע מעשית ווי רעדן מיט אביסעל אויפגעדעקטע האר, וואס דאס נעמט נישט אוועק פון נשמת יהודי וואס דאס איז געווען זיין עקרון, און פארוואס האלסטו אז עס איז נישט הוראה לדורות? און פארוואס די אלע נערישע פרומקייטען פון אונזערע קאטשעלאפניקעס איז יא הוראה לדורות?
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 832 מאל

הודעהדורך טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:57 am

כוכב האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.



מקור ביטע?

דא האסטו דעם רעבין'ס שמירת עיניים..
בייגעלייגטע פיילס
36589.jpg
36589.jpg (94.53 KiB) געזען געווארן 2973 מאל
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:28 am

דא איז מיינס.

בילד
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7561 מאל

הודעהדורך עזריאל » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:28 pm

טעפל האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.



מקור ביטע?

דא האסטו דעם רעבין'ס שמירת עיניים..

ווען איך דרימעל בין איך אויך שטארק מקפיד אויף שמירת עינים.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1731 מאל

הודעהדורך אחד העם » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 4:49 pm

מיינסט צו זאגען אז ווען די דרימלסט האסטו אויך פארמאכטע אויגען, א חידוש...
@הוגה צו א גוטער אשכול לאז עס נישט ווערן פארוואסערט
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 832 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:37 pm

מען האט זיך צופלאקערט אויף די שמירת עינים.
אבער מען קען ניצן אנדערע משלים:

ווי דער באדיטשובער האט געגעבן צו עסן פאר יתומים הארט פאר כל נדרי.

אדער העלפן א פרוי שלעפן א פעקל אהיים.
איך וועל פארציילן א מעשה רב וואס מיט מיר הקטן איז געשעהן.
אז איך בין געווען אין א גראסערי, פארנט פון מיר איז געווען א עלטערע פרוי וואס האט יעצט באצאלט און איך זעה אז דרייט זיך ארום. איך פרעג איר אויב זי דארפט עפעס הילף? האט זי מיר געזאגט אז זי איר טאכטער דארף איר נעמען אהיים מיטן קאר, אבער זי גייט ערשט קומען אין א האלבע שעה, ממילא זיכט זי א רייד.
האב איך איר געאפערט די רייד, און אהיים געדרייווט און אריין גענומען די באקסעס אין איר הויז.

פאר מיר איז עס געווען מסירת נפש. ווייל די גראסערי האט זייער א פרומער קליענטעל, און עס איז נישט אהנגענומען צו טוהן א טובה פאר א פרוי.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

הודעהדורך גראף » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:42 pm

בין איך ארויס געקומען מיט מײן װײב פון די עליװעיטער און א פרוי האט פרובירט ארויס צו גײן פון די עליװעיטער מיט א דאבעל קערידז.
בקיצור האב אזוי אינסטינקװלי געהאלטן די טיר אפען, בקיצור אהײם קומענדיג איז מײן װײב אינגאנצען באמאכט. פרעג איך איר װאס
איז יעצט געשען? אײ דאנט קנאו. איך מײן ס׳איז נישט געװען א נארמאלע זאך אפען צי האלטן די טיר פאר א צװײטע פרוי...
בין איך טאקע א לאו לײף?
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 518 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 4 געסט