אראומע --# פארוואס זענען אינזערע קינדער אזוי לאנג אין חדר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אראנדש קאונטי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

אראומע --# פארוואס זענען אינזערע קינדער אזוי לאנג אין חדר

שליחה דורך אראנדש קאונטי »

עס דרוקט מיר שוין א שטיק צייט אז איך זע מען רעדט דא פון די חינוך סיסטעם, וועל איך לייגן אן ארטיקעל וואס רעדט וועגן די נושא
כ'קוק זיך אזוי אום, אין כ'זעה אז די מיידלעך ענדיגען שולע בערך פיר אזייגער, להבדיל די גוים ענדיגען שולע סיי בערך פיר אזייגער, אבער ווען ס'קומט צי די אונדזערע יונגעלעך קומען זיי אהיים זעקסע, אין ווער רעדט נאך די בחורים זיי גייען פארטאגס אין קומען אהיים ביינאכט,

די פראגע וואס ס'האט זיך מיר געשטעלט איז צי עס איז נישט צי פיהל פאר זיי ?

דארפען זיי נישט מער צייט צי ארום בארדערען, צי רילעקסען, בקיצור צי זיין אויף דער פריי,
כ'האב שוין לאנג געטראכט אז ביי אונז האבען די מיידלעך א גרינגערע חינוך גייען אין סקול שפעטער, קומען אהיים פריער, אין אזוי ווייטער,
ווידעראום די יונגלעך דארפען אויפשטיין פרי אין זיין אינטער א שטרענגען רבי'ן א גאנצען טאג (היינט איז דאס שוין אביסעל בעסער), אין נאכדעם פין דרייע ביז זעקסע ווארפען שאלעכץ אויפען טיטשער,
אין נאכדעם אהיים קומען אויסגעמיטשעט גלייך צי נאכטמאל אין ס'בלייבט איבער ווייניג צייט סתם צי זיין זיך אין פארברענגען אין שפילען אין טוהן וואס ס'לאזט זיך,

נאכדעם ווערט מען א בחור.... אין דא הייבט זיך עס ערשט אן, מ'דארף אויפשטיין זעקסע פארטאגס אין יאגען אין מקוה, טאמער קומט מען אביסעלע שפעט קלאפט מען אן אין א נערוועזע משגיח וואס רייסט ארויס קנס געלט וואס דער בחור האט נישט,

אין אזוי איז דער בחור'ל אינטער א רעזשים א גאנצען טאג ביז אין די נאכט אריין, די מגידי שעורים טוישען זיך אבער די בחורים בלייבען די זעלבע, אין צענע ביינאכט קענען זיי אהיים גיין, מיט קוים צייט צי אטעמען ווייל מ'דארף שוין גיין שלאפען ווייל מען דארף שוין באלד אויפשטיין,

שטעלט זיך ווידער די פראגע פינעם תם: מה זה ?
פארוואס אינזערע בחורים זענען אינטער א רעזשים א גאנצען טאג אין די מיידלעך מאכען א לעבען כ'האלט אז ס'איז א ערענסטע קעיס פין דיסקרימינאציע,

כ'דענק ווען כ'בין אריין אין ישיבה קטנה ס'געווען אזאלכע לאנגע טעג כ'האב געהאט אזוי ווייניג צייט פאר מיר אליינס, פלעין צייט צי אטעמען צי לעבען מיין אייגענע לעבען צי טוהן וואס איך האב ליב צי טוהן,

כ'ווייס נישט צי כ'בין גערעכט אבער לויט מיין קוק איז עס נישט בסדר, ס'איז אביסעלע צי סאך, צי לאנגע טעג,
ישיבה וואלט זיך געדאפט אנהייבען זעקסע-זיבענע ביז פירע אין פארטיג, נאכדעם גייט זיך יעדער זיין וועג, איינער וואס האט ליב צי לערנען קען גיין לערנען, איינער וואס האט ליב צי האצקענען קען האצקענען, איינער וואס האט ליב צי קלאצען זאל ער קלאצען, אין אזוי ווייטער יעדער וועט טוהן וואס ער וויל איינער ליינען איינער שפילען א פידעל איינער לויפען אין וואלד וכו' בקיצור צייט צי לעבען,

ווען דען איז די צייט צי לעבען אביסעל אויב נישט אין די יונגע יארען אן קיין דאגת פרנסה אין מיט די יונגע געשמאק, פארוואס נאר די מיידלעך לאזט מען לעבען, וואס וויל מען פין די אינגלעך,

לויט ווי כ'פארשטיי איז די גאנצע איינפירונג א נייע זאך ס'פלעגט נישט אלעמאל זיין אזוי נאכען קריג איז געווארען ארגענאזירטע מוסדות אין אזוי ווי מען האט געדארפט לערנען אויך ענגליש מיט די אינגלעך האט מען זיי געהאלטען לענגער, אין די עלטערען האבען מסכים געווען, פארוואס נישט ? א דאגה אראפ פין קאפ, אבער למעשה קומט עס אויפען חשבון פין די קינדערלאך'ס פרייע צייט, אין ביי די בחורים איז עס לויט מיין מיינונג סתם אוט אףף קאנטראל זיי זענען א גאנצען טאג אינטער א קאנטראל כ'האלט אז עס איז צי סאך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קעלנער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אוועקגענומען אראומע נומער

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר