אראומא #11 גיין צו א דיין ווייזן די אתרוג און לולב- פארוואס?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

אראומא #11 גיין צו א דיין ווייזן די אתרוג און לולב- פארוואס?

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]עס איינגעפירט דא אין אמעריקא אז מען גייט ווייזן די ד' מינים פאר א דיין אדער א רב אדער א מורה הוראה. עס איז אפילו דא אזעלעכע אתרוג סוחרים וואס דינגען א דיין אויף די פלאץ. פארשטייט זיך אז דאס נאר נאך דעם וואס דער סוחר האט זיכער געמאכט אז ער גייט אים נישט קאליע מאכן די ביזנעס.

די שאלה איז פארוואס? פארוואס גייט יעדער ווייזן די אתרוג און לולב פארן דיין?

וועסטו וועלן זאגן אז מען איז נישט זיכער אז עס איז כשר? עס קען נישט זיין. חדא, אז היינט איז יעדער מקפיד אויף גלאט כשר. קיינער עסט נישט קיין פלייש שהורה בו חכם. מען איז אפילו מקפיד אויף בית יוסף גלאט, וואס דאס איז א חומרא אויף געפיקט ביי די ספרדים. ווי קען זיין אז אן אתרוג שהורה בו חכם, ער איז גאר געווען מסופק צו ס'איז כשר, גייט ער מאכן א ברכה, ווען עס איז א שאלה פון ברכה לבטלה?

ועוד, אויב איז די שאלה אויף כשרות, מיר זעהן כמעט קיינער נישט ווייזן זיין הדסים אדער ערבות פארן דיין? ואם תמצא לומר אז עס איז נישטא אזעלעכע שווערע שאלות ביי הדסים וערבות, ווי ביי אתרוג ולולב, אין הכי נמי אז ביי ערבות איז כמעט נישטא קיין שאלות, חוץ דיע וואס זענען מקפיד אויף א לבלב, אבער ביי הדסים איז דאך יא דא שאלות, ואף על פי כן גייט כמעט קיינער נישט ווייזן זיינער הדסים פאר זיין דיין? אלא מאי מוז מען זאגן אז די סיבה איז נישט ווייל מען איז נישט מסופק. ואם כן פארוואס גייט מען ווייזן די אתרוג ולולב פאר די דיין?

ועוד קשה, מען זעהט אז מענטשן נאך זיי האבן שוין אן אתרוג און אדער א לולב וואס זיי ווילן, בעט מען דעם סוחר נאך איינס, ווייל ער קען נישט גייט מיט איינס, ער וויל אז דער דיין זאל אים קלויבן איינס פון די צווייטע! וואס איז פשט אין דעם?

ולכן נראה לי לאוקמא כמה טעמים פארוואס מען ווייזט די אתרוג ולולב פארן דיין?

ויש לומר אז מען גייט ווייזן משום גמר מקח. היות מענטשן האבן א הארד טיים צו מאכן א דיסיזשען, אפצומאכן וועלעכע צו קויפן, גייט מען צו דער דיין, ווייל מען האלט אז ער איז א מבין, ממילא וועט ער אים העלפן מאכן דעם שווערן דיסיזשען וועלעכע צו נעמען.

ואיכא דאמרי, מען זיכט די אטענשאן וואס דער דיין געבט ווען ער זאגט דיר, פשי אה אזא שיינע אתרוג! וויפיל וויל ער פאר דעם? מען זעהט אז איר האט גוט געדאווענט, וכו' וואס דאס געבט פארן מענטש די גוטע פיללינג, ולכן מוליכים את לולביהם לרבניהם.

ואיכא דאמרי, משום יקרא דרבניא, היות מען שטיפט די דיין אפאר דאללאר פאר יום טוב, געבט מען עס בדרך כבוד אז עס זאל אויסזעהן ווי מען צאהלט פארן דיין וועגן די שווערע פסק וואס ער דארף פסקנען.

ואיכא דאמרי, טאקע ביי די מיעוטא דמיעוטא, ווייל זיי האבן א שאלה בהלכה אויף די אתרוג, וועגן דעם גייען זיי פרעגן.

למאי נפקא מינה?
אז איינער וואס קען אליינס מחליט זיין, און ער דארף נישט קיין אטענשאן, און ער זיכט נישט צו שטיפן זיין דיין (צו ווייל דער שואל האט נישט, אדער ווייל דער דיין האט גענוג, אדער סתם נישט אינטרעסירט), און ער האט נישט קיין שאלה, דעמאלס קען ער אליינס קויפן זיין אתרוג, פונקט אזויווי ער טוהט יעדער זאך אליינס, וכמו שנפסק בהלכה, עד אחד נאמן באיסורין

ולהשומעים יונעם ותבא עליהם ברכה.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר