אראומע --# העלף פארמינערן די OTD פראצענטן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אראנדש קאונטי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

אראומע --# העלף פארמינערן די OTD פראצענטן

שליחה דורך אראנדש קאונטי »

לאמיר זיי העלפן, אזוי אז זיי זאלען ביי אונז בלייבן.

וואס פארא מחשבות לויפן אים אין די מחשבות ארום און פארוואס.
צו האמיר אים מקרב געווען אלס קינד, צו איז ער די פאנני אינגל פון די גאס געווען.
ביזט טאקע שטערקער פון אים, אבער צו מוזטו אים מיט א שטעך ווארט פון די וועלט פארשניידן צוליב דעם?
צו האסטו ליב אזוי פון א גרעסערן און שטערקערן שלעכט באהאנדלט צו ווערן? איך גיב אייך דעם ענטפער אן אייער רשות. ניין, ניין און ניין.
צו ווייסטו אז דיין פריינט פון חדר, דער גנב, רויבער, שייגעץ, דראג-עדיקט און אלע שלעכטע זאכען, איז אזוי געווארען צוליב א קרום ווארט וואס האסט אים אמאל בטעות געזאגט.
ער איז דאן רויט ווי א בוריקע געווארען, און דו האסט דיך אויפן פלייצע געקלאפט, אה איך האב איצט גוט צוגעפיקסט. דו האסט אים געפיקסט? דו האסט איצט אים קאלטבלוטיג געהארגעט.
געהארגעט? ער לעבט דאך. יא, יא ער לעבט כדי פון די וועלט זיך קענען נוקם זיין. ער געדענקט דיך און די גאנצע וועלט גייט ליידען דעריבער.
פארוואס זאל ער מענטשן ליב האבען, אז מען האט אים קיין ליבשאפט קיינמאל געצייגט.
פארוואס זאל ער פילינגס פארשטיין, אז מען האט אים קיינמאל אזא זאך געטוהן ווייזען.
די שוואכסטע גייסטישע נשמה, קען זיין קאלעגע פארשטיין, אויב טוט מען אים ליבשאפט צייגן.
און דער שטארקסטער מאן קאן דעם געוויסען פארלירן, אויב זאל מען אים א שטעך ווארט זאגען.
מיט א גוט ווארט קען מען איינעם דעם לעבן שענקן.
און מיט א קרום ווארט קאן מען עטליכע לעבנס פארשניידן.
לאמיר יעדנס לעבן זיס מאכען, אזוי וועט אונז אויך זיס זיין.
א גוט ווארט, א שמייכל, און אמאל איז גענוג אז מען טוט אים כאטש קיין קרום ווארט נישט זאגען, דאס קלייניגקייט קאן איינעם דאס לעבן ראטעווען.
ער קען שוין פארזינקען זיין אין אלע שווארצע פלענער וואס וועבן זיך אים אין קאפ. אבער, דו האסט אים א שמייכל געגעבן און אלעס איז צום גוטן איבערגעדרייט געווארען.
לאמיר דעם שוואכערן ליב האבען, דאס ברענגט א גוטע פילינג פארען געבער אויך. יעדער קען אביסל עקסטערע ליבשאפט פארנעמען.
כמים פנים אל פנים כן לב האדם לאדם.
דיך האבען אנדערע ליב, אבער זיי האבען נאך אנדערע וועם זיי האבען אויך ליב, אלזא קענען זיי דיר נאר אביסל עקסטערע ליבשאפט שענקן.
דער צעבראכענער זעהל האט נאר דיך, גיב אים אביסל ליבשאפט און ער וועט דיר זיין גאנצע ליבשאפט צוריק שענקן, ווייל ער האט נישט נאך איינעם אויף דער וועלט. אזוי וועסטו האבען נאך אסאך ליבשאפט אין דיין רעזערוו פאר נאך אנדערע צובראכענע נשמות אויפצולעבן.
דאס איז א ראד וואס דרייט זיך, מען קען זיי אזוי ראטעווען.
ראטעוועט פאר ס'יז צו שפעט.
פראעסיאנאלען זאגען, אז דער גרעסטער פראצענט פון מענטשן וואס שעדיגן אנדערע איז צוליב וואס זיי זיינען אין זייער יוגענט געטשעפעט אדער אונטערדריקט געווארען. נישט אז דאס איז א ענטפער אויף זייער אקט, אבער א בארוהיגונגס אויף זייערע קראנקע קעפ, אז זיי האבען זיך איצט אין די וועלט נוקם געווען, צוליב וואס מען האט זיי וויי געטוהן.
לאמיר אליין זיך אפהיטן פון אנדערע וויי טוהן, און ווייטער אונזערע קינדער איבערגעבן, אז א קינד/מענטש איז מער פון סתם א שטיק פלייש, הויט און ביין. א מענטש איז א געבוי פון פיל זאכען און די שטערקסטע דערפון זיינען די פילינגס זייערע. לאמער די פילינגס זייערע נישט הארגענען, און אזוי ראטעווען סיי די צובראכענע נשמות און סיי די וואס זיי וועלן שעדיגן אויב ווילן מיר זיי יא טשעפענען.
ואהבת לרעך כמוך, וואס דו האסט נישט ליב פאר דיר טוה נישט פאר יענעם.
האסט ליב א שמייכל, גיב אויך פאר יענעם. און דאס איז א קאמאדיטי וואס קאסט נישט קיין געלט, ביזדערווייל. לאמיר אריינכאפען ווילאנג ס'יז נאך אומזיסט.
א גוט ווארט איז ווי באלזאם אויל, ס'מאכט אז אנדערע שלעכטע זאכען זאלען זיך אויך אראפגליטשען, און אפילו אויב איז עס פערזשאווערט דאן קען עס פאררעכטן פאר א קורצע וויילע ביז מען פאררעכט עס אינגאנצען. א קרום ווארט איז אן אטאם באמבע, ווילאנג מען גיבט זיך גוט אפ דערמיט איז עס רוהיג, אויב גיט מען אבער א דרוק דעם ריכטיגן/אומריכט יגן קנעפל, דאן שיסט עס אויף און ס'נעמט מיט אלעס וואס שטייט אין וועג. ס'איז אן איינצעלנער מענטש וואס גיט א דרוק דעם קנעפל און די גאנצע וועלט ליידט דעריבער. איי וועסטו פרעגן, פארוואס מוז די גאנצע וועלט ליידן צוליב וואס איינער טשעפעט? איך האב נישט קיין ענטפער דערויף, און קיינער האט נישט. אלזא, וואס בלייבט אונז איבער צו טון איז אזוי. באלזאמירן די גוטע אז זיי זאלען בלייבן פריש, די פארזשאווערטע מיט אביסל שטערקערע באלזאם שמירן אז זאלען אביסל פארראכטען ווערן, און אזוי אום א גאנצע וועלט ראטעווען, מיט אונז אינאיינעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קעלנער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אוועקגענומען אראומע נומער צוליב פלאגיאריזם

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר