אראומע 21: קאווע שטיבל שורש פון אלע פראבלעמען (הומאר פריי)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

אראומע 21: קאווע שטיבל שורש פון אלע פראבלעמען (הומאר פריי)

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[center]"קאווע שטיבל" שורש פון אלע פראבלעמען
ק. טרינקער[/center]
[justify][tag]כוכב[/tag] האט מיר באאויפטראגט צו שרייבן עפעס לכבוד די אושפיזין, און האט דערביי אנגעגעבן קלארע אנווייזונגען איבער דעם אינהאלט פונעם ארטיקל, אז דאס זאל זיין ארום "או. טי. די.". א גוגל-זוך האט מיר שנעל געלערנט אז די דריי גריכישע בוכשטאבן זענען גאר מעניני דיומא, נאכמער, דאס האט דאך דירעקט א שייכות מיטן ערשטען אושפיזין, אברהם אבינו! אומר ועושה, איך זעץ זיך אראפ שרייבן, אבער ס'גייט עפעס נישט. די קאווע גראך דא אין שטיבל, די אראומע, ווערט שטערקער און שטערקער, הערליכע געדאנקען צו לאכן און צו טראכן, אז כ'פיל אז מיין מאמר'ל - א צוזאמענשטעל פון אלע מיינע אפגעהיטענע דרעפטס - וועט נישט באקומען קיין לייק'ס, ד.ה. ביטול זמן. (לייקס ברויך איך?! האג'ס דארף איך!)

אראפ פון וועג, וועלכע "וועג"?
פאר די וואס ווייסן נישט, או. טי. די., און ענגליש: OTD, איז די ראשי פון תיבות Off The Derech. א טערמין אלט בערך 10-15 יאר, פאר יונגווארג וואס גייען אראפ פון וועג. צו בעסער פארשטיין ווען און וויאזוי איינער איז ראוי צו ווערן אזוי באטיטלט, דארפען מיר ערשט נאכפארשטן וואס איז דאס דער "דרך" וואס מאנכע גייען אויף און אנדערע גייען אראפ פון.
מ'האט מיר געוויזן צוויי אנדערע בילדער פון איין מענטש, איינס דייט אן אז דאס איז בילד איז גענומען געווארן "איידער", ד.ה., ווען יענער איז געווען "אויף די וועג", און דאס צווייטע בילדער, עטליכע חדשים אפגערוקט, איז פון "נאכדעם", ד.ה., ווען יענער איז שוין געווען "אראפ פון וועג". איך האב גוט אנאלאזירט די צוויי, און די רעזולטאטען זענען ווי פאלגענד: "אויפן וועג" מיינט א ווייסע העמד; שווארצע הויזן; ציצית; קאפל; פיאות; בענדל שיך. ווידער "אראפ פון וועג" מיינט א קארליטע העמד מיט רעש'דיגע אויפשריפטן, בלויע הויזן מיט גראדע טאשן; קיין ציצית; קיין קאפל; קיין פיאות; קאלירע סניקערס.
איז אזוי, דער יעניגערס "אידישקייט" סטאטוס פון אמאל און היינט, זיין אמונה, שמירת התורה והמצוות, דאס זעהט מען דאך נישט אויף די בילדער. נאכמער, מ'קען דאס ניטאמאל אנזעהן, ווייל בהכרח איז ער שוין נישט געווען קיין שומר תורה ומצוות ווען דער "איידער" בילד איז געכאפט געווארן קוים דריי חדשים צוריק (ס'נעמט צייט ביז מ'ווערט א סייענטיסט און מ'לערנט גאנץ תנ"ך כדי צו ווערן א "בייבל קריטיקער"..) ס'איז קיין סוד נישט אז ס'דא בתוכינו איבערגענוג חסידיש-אויסקוק-אינגעלייט וואס היטן נישט קיין דאורייתא'ס - פון די אנדערע זייט זעה איך נישט אויף דעם צווייטע בילד עפעס וואס איז להדיא נישט אין איינקלאנג מיט חמשה חומשי תורה, ששה סדרי משנה, און ל"ו תלמוד בבלי. - ס'איז אפשר נישט די "סטייל" וויאזוי די "מ" גייט אנגעטוהן, אבער צו זאגן אז אז דאס א "אראפ פון וועג" צייכן קען נאר זיין אויב "דרך", יא דרך נישט דרך מיינט: חיצוניתדיגע מלבושים.

צא מדירות קבע!
פאר איך גיי ווייטער מוז איך זאגן א ווארט צוויי איבער די …. דירות קרייזעס (פאר מער, ליינט דעם "דירות" אפטיילונג אינעם סוכות'דיגן "מאמענט"). אונזערע ווייטאגען גייען אסאך ווייטער פון דעם. א שנעלע בליק אין קאווע שטיבל – א פארום וואו דאס אמת ווערט געזאגט מיט שטאלץ אן קיין מורא – דעקט אויף א לאנגע ליסטע פון גרויסע און קליינע ענינים וואס ווארט א באלדיגע לעיזונג. אין מיין דאקטוראט טיזעס שטעל איך אן ארגיומענט, אז אלע פראבלעמען ווי לעפקאוויטש-גראסערי-גאס-אקופאציע, זיץ-געלט, מוסדות-פילטער'ס, פרנסה-הימל-געשריי, און אפילו די גאר מינדערוויכטיגע, א שטייגער ווי: ווער איז די עכטע באבוב'ע רבי (אין פאל מ'פירט אונז צוריק קיין גאליציען)?, זענען אלע געקניפט און געבינדען, איינס ברענגט דאס צווייטע. אין צווייטען טייל פון מיין עססעי ווייז איך מיין פינגער גענוי דעם מי הוא זה ואיזהו הוא, וואו דער אנהייב נקודה געפינט זיך. - עס איז קיין ספק נישט אז די פראבלעם פון אלע פראבלעמען איז אונזער אומפארשטענדליכע unconditional love צו די פארקוועטשטע טייערע פארטרעפיקטע [פארדארבענע] שטח וואס מ'רופט "ברוקלין".
איך בין משוכנע אז די core סיבה פארוואס דר'עולם (קען) [וויל] זיך נישט ארויסזעהן פון דא, איז בלי שום ספק אונזער איינגעסענע שלעכטע מידות וואס הייבט זיך אן אין קאווע שטיבל. - רעג דיך נישט מיין טייערע פריינט, אבער דער אמת איז אמת אפילו ס'ציפט.
א איד שטייט אויף אינדערפרי, צו ער גייט יא אין מקוה אדער נעמט א שויער אינדערהיים, אזוי צו אזוי, אין קאווע שטיבל זעהט מען זיי ביידע. רויטע מילך צו בלויע, פון די 13 יעריגע ביז די אלטע ספלענדע דור, אלץ טרינק קאווע אין בית-מדרש. – שטעלט זיך א שאלה: פארוואס? פארוואס טרינקסטו קאווע אין ביהמ"ד און נישט אינדערהיים? האסט נישט קיין קאווע; צוקער; הייס וואסער; מילך; אינדערהיים? האסט אוודאי יא, נאר וואס דען, אז מ'שטעלט צו פארוואס זאל איך נוצען די סערוויס! פארוואס זיך אליינס אן עצה געבן ווען מ'סערווירט מיר.
ס'איז אן אריכות (אדער ווי אנדערע זאגן: ס'איז א לאנגע אריכות), כ'וואלט ווען געדארפט צוגעבן מער ביישפילן. בכל אופן, מ'איז געווארן צוגעוואוינט אז אלעס דארף דיר אנקומען דורך יענעם, דו זעלבסט דארפסט גארנישט טוהן. אויף אזוי ווייט אז מענטשן שעהמען זיך ניטאמאל צו האקן און באשולדיגן וועם נישט? הערשל שרייבער, ר' אהרן, שמעון וואלף קליין, איצא גליק וכו'. - העלאו! וועק זיך אויף, וואס טומעלסטו? איינער האט דיר דען עפעס אמאל שלעכטס געטוהן?
ווי איראניש איז ווען א אינגערמאן זיצט אין קאווע שטיבל, רייכערט א ציגערטל, און שעלט אוועק די דעוועלאפערס פארן בויען צו קליינע דירות! שוטה איינער! נאר ווייל דו באקומסט דא קאווע בחינם, מיינסטו אז מ'דארף דיר צושטעלן א דירה. זיי מוחל, קויף דיר קאווע שטויב, צוקער און מילך, טרינק עס אינדערהיים. אה, אגב, און קויף דיר א ריזיגע הויז און מיססיסיפי פאר 125,000 דאללער! ניין, ענדערשט זאלן "עסקנים" מיר אהערשטעלן א אפ-ענד-ראננינג שפאגעל נייע שטאט מיט די בעסטע שפיטאל, א מוסד מיט פולע קלאסן, וכו' וכו', זיך אויסשלאגן מיט די שכנים, און ערשט נאכדעם וועל איך מיך - אפשר - אריבער ציען אהין! איך זאל עפעס טוהן? איך זאל אנרופען צעהן אינגעלייט (סך הכל פון 70-80 נפשות) און זיך אריבער ציען קיין סוואן-לעיק פאר נאך 9 חדשים א יאר?! דאס נישט!
איך זאל אליינס קומען צום שכל און אנרופען מיין מחותן און זאגן אז ס'האט נישט קיין זינען צו שפענדן 10 אלפים פאר פארניטשער ווען מ'האט נישט קיין דירה? אדער אז ער זאל נישט קומען שבת-באווארפען צו די סעודות, נאר אהיימגיין עסן מיט זיין משפחה? ניין. איך (קען) [וויל] נישט. "עסקנים" זאלן באהאמערן דעם ציבור מיט ריזיגע פלאקטן אז ס'זאל זיך דאכטען אז פאר קיין רפואה קען מען אין וויליאמסבורג נישט טרעפן עכטע בלומען ביי חתונות.. ערשט נאכדעם וועל איך זיך - אפשר צושטעלן.
ס'איז מיר גראדע א פלא פארוואס מ'פארלאנגט נישט פון די עסקנים מ'זאל אהער ברענגן ר"ר אלימלך, כדי צו איינשפארן די רייזע הוצאות קיין ליזענסק.

וואס "ער" זאגט:
ווען דער הייליגער באשפער וואלט ווען אונז געשיקט א ברכת השנה, וואלט דאס אויסגעקוקט בערך אזוי:
לקראת דעם נייעם יאר, ה'תשע"ה למנין שאתם מונים בעולם התחתון, וויל איך אביסל אויסשמועסן מיין ווייטאג מיט ענק. מנהג העולם אז קינדער וויינען זיך אויס צו טאטען, און דער טאטע טוט אלץ וואס שייך צו העלפן זיינע קינדער, אבער ס'מאכט זיך אמאל ווען עלטערן דארפען צוקומען צו די קינדער. אויב די קינדער זענען באמת געטריי, דארף מען ניטאמאל זיי דערמאנען, אבער אויב נישט, בזדון או בשגגה, דערמאנט זיי דער טאטע ברמז אז ער וויל עפעס פון זיי. אויב דער רמז העלפט נישט, וועט דער טאטע צוווארטן ביז ער באקומט די מוט און אומץ-לב צו זאגען זיינע קינדער אין פנים אריין "קינדערלעך, איך דארף אייער הילף".

אין די איצטיגע דעהויבענע תשרי וואכן קומט איר אביסל נענטער צו מיר, ענק זענען אויף זיך מקבל פרישע הגדרות און התחזקות'ן, ענק מיינען גוט, און איך ווייס אז ענק ווילן באמת זיין גוט, און איך האב הנאה דערפון. – אבער ענקער תמימות'קייט טראגט ענק ערגעץ ווייט אוועק פון ענקער אויפגאבע און מיסיע אויף וואס איך האב ענק אויסדערוועלט פון אלע אנדערע פעלקער. ענקער זיידע אברהם, איז מיר געווען גאר א געטרייע, מיום עמדו על דעתו האב איך אים ליב געהאט. פארוואס? למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה' לעשות צדקה ומשפט. "חינוך", "צדקה" און "משפט", דאס איז מיין "דרך". און דאס איז בנוסף וואס ער האט זיך ארויסגעלזאט אויף א מיסיע אויפצוקלערן די וואס זענען נישט געווען אויף דעם "דרך", נאכדעם וואס ער האט זיי איינגעלאדענט און געגעבן צו עסן פעטע סעודות.

געמיינט האב איך אז ענק וועלן גיין אין זיינע דרכים און ענק וועלן טוהן אלץ וואס מעגליך ס'זאל מקוים ווערן דעם "ומלאה הארץ דעה את ה'". דערווייל מאכן ענק נאך דעם נח'ן. טאקע א צדיק געווען, אבער אנשטאט לעבן צווישן מענטשען, רעדן זייער שפראך, און מאכן א קידוש השם, האט ער זיך איינגעשפארט אין זיין אייגן תיבה, געלעבט איינזאם, אזש ווען ער האט גערעדט פון עפעס א "מבול" האט יעדער געלאכט פון אים. אנשטאט שרייבן תוכנ'דיגע ארטיקלן פון "צדקה ומשפט" ווירדן פאר די וואל-סטריט-דזשורנאל, האט ער זיך געמאכט אן אייגן צייטונג פאר זיינע אייגענע מענטשן. אנשטאט משפיע זיין אויף די וועלט די רייכע מידות און הנהגות טובות וואס איך האב ענק - קוים אויסגעלייזטע עגיפטישע קנעכט - געלערנט, לויפט עטץ אוועק פון די אונווערסיטעטן, און ענק לאזן איבער דאס לאנדס "חינוך" סיסטעם פאר נידריגע יונגען. אנשטאט ווערן שופטים אין דאס לאנדס "משפט" סיסטעם, לויפט עטץ אוועק, און קומען צוריק מיט עקנערע נארישע ארמערי חלוקות קריגערייען. ווי זענען ענקער יו-טוב טשענעלס? נאר זינגערס און חזנים האבן ענק צו פארקויפן? פארוואס זעה איך נישט דארט שיעורים אויף חומש רש"י? פארוואס האב איך געמאכט די אינטערנט, צו זעהן מעשה ארץ מצרים?!

קינדערלאך טייערע: איך שיק אייך רמזים, איך מאך ענק ענג דאס דאס ברוקלינע קווארטעל, אין בארא פארק שיק איך די כינעזע, און אין וויליאמסבורג שיק איך די ארטיסטען. אבל אבוי! אנשטאט איינזעהן אז ס'צייט זיך אויסצושפרייטן איבער דאס גאנצע פרייע לאנד, און צוריק ברענגן מיינע מיליאנע פארלוירענע קינדער בפרט, און מיינע אנדערע מעשי ידי, די פעלקער, בכלל, זיצען ענק אין ענקער אייגען געמאכטע פראבלעם און וויינען און קרעכצען.. צו וועם? צו מיר?! בעיביס! איך וויין צו ענק! גייט אייך לחיים לשלום! לך לך מברוקלין!! ס'דאך נאך 49 גרויסע שטעט אין אמעריקא. שפרייט אייך אויס פיזיש, ואני אפתח לכם, עטץ וועטס איינזעהן ווי גוט ס'וועט ענק זיין. ענקער השפעה וועט וואקסען, און אלע, אבער אלע, פראבלעמען וועט צוגיין ווי א זייפן בלאז.
איך ווייס ס'נישט לייכט. סוף סוף האבן ענק געבויעט דא גרויסע הייזער, און מעכטיגע מוסדות'ן און בתי מדרשים. נו, ס'איז ענקער לאסס. איך האב ענק דאס נישט געבעטן, ביי מיר כשר'ן געלט מאכט נישט די "לעילוי נשמת" אקטיוו. ענק קענען דאס רוהיג פארקויפן פאר די גוים!
קינדערלאך טייערע! ענק זענען א באנדע OTD. ענק גייען בכלל נישט אויף מיין "דרך"! אויב זענסט עטץ ווייטער ממשיך נח'ס מהלך, וועט קומען א מבול, יבואו מים עד נפש. די וואסער לעוועל איז שוין כמעט דארט.


ה' ירחם.[/justify]
Under influence

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר