חרדישקייט בליעט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בעל בעמיו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

חרדישקייט בליעט

שליחה דורך בעל בעמיו »

סא כ'האב פארברענגט דריי משוגענע טעג יו"ט מיט מיינע שבת'דיגע פרענדס, און כ'בין דעפרעסט.

וואנס אגעין האב איך מיך איבערגעצייגט אז חרדישקייט בליעט, ענד איטס היר טא סטעי פאר דע לאנג ראן.

איבעראל האט מען געזונגען און געטאנצן מיט די תורה הקדושה לייק דער איז נאו טאמאראו. יעדער ארום מיר איז געווען פריילעך ווי ביום חפתו. מענטשן וואס האקן זונות, האבן מיט א דביקות עילאה געטאנצן טוב לי תורת פיך. אידן וואס זענען משוקע במ"ט שערי האינטערנעט, וואס כל רז לא אניס להם, וואס קענען ווען זיין פארנומען מיט די שבע חכמות, זענען פארנומען געווען מיט ווער ס'האט וועם געקויפט אתה הראית.

גאנץ לייטישע אינגעלייט, פערזאנען וואס האבן א קעפל אויף די פלייצע, זענען ביזי געווען מיט ווער ס'האט געהאט מער מענטשן; מיין רבי אדער זיין ברודער/נעפיא/פעטער/שוואגער/שונא. (עמ, וואס ס'איז אמת איז אמת, מיין רבי האט "טאקע" געהאט מער פון זיין ברודער. אסאך, אסאך מער.) גרויסע טאטעס האבן דיסקאסירט ווער ס'האט געהאט העכערע פרענטשעס. זיידעס פון אייניקלעך האבן אויסגערעכנט ווער ס'האט געהאט מער אויסלענדישע געסט. יודע ספר האבן גע'דאגה'ט איבער ווער ס'האט שפעטער געענדיגט, אד"ג. נערמאלע מענטשן האבן זיך גע'טענה'ט אויף הויכע טענער איבער מיין-רבי-דיין-רבי, בלי שום בושה כלל וכלל.

ס'איז בכלל נישט געווען קיין אזיל סומקא ואתי חיורא ווען מיטל-יעריגע אידן האבן קאנקערירט פאר חתן תורה. נערים וזקנים, אינג און אלט, בחורים ווי עלטערע האבן געלאכט ווי זיבעלעך ווען שמערל און בערל האבן "געצויגען". אידן מיט ווייסע בערד האבן געהאט א חדוות הנפש ווען דער שמש האט זיי מכבד געווען מיט אן הקפה.

ווי זענען די אלע חכמים ונבונים וואס דער פארדארבענער אינטערנעט האט געדארפט קליא מאכן?

ווי אזוי איז דאס אז איך בין געווען דער איינציגסטער אין מיין שול וואס איז נישט געווען אימאשענאל ווען מ'האט געזונגען אפילו בהסתרה?

מרא דעלמא כולה. ס'וואקסט אויף א דור נאך פרומער און ליידיגער פונעם פריערדיגען דור. א דור וואס איז ליידיג פון תוכן. א דור וואס מ'דראג'ט זיי אן מיט כל מיני שטותים והבלים. א דור וואס ווערט פריילעך ווען מ'זעהט א רבי מיט א קאלערדיגע בעקיטשע. א דור וואס די פיקטשער בוקס איז וואס מ'לערענט אדורך מדושקע לדושקע, און מ'שמיעסט דאס דורך בעיון רב. א דור שכל כולו מלא וגדוש מיט הבלי הבלים.

אלע גרויסע בתי מדרשים זענען געווען פיל. אין אלע קליינע בתי מדרשים האט מען געזונגען "טאטע איך לויב דיך וכו' ווייל כ'בין א איד". יעדער האט זיך געשטופט עולה צו זיין. יעדער האט זיך געפרייט מיט די תורה ווי כאילו זיין ארט אין לעבן רעפרעזענטירט די תורה הקדושה. יעדער האט זיך פארגענומען. צענדליגער טויזענטער האבן אנטייל גענומען אין "באגלייטןס", ווי גלייך זייער פרנסה איז תלוי אין דעם.

די רבנים קענען סטאפן האקן אויפן אינטערנעט. דער אינטערנעט קען נישט אדורך ברעכן דעם חומת הברזל פון משוגעת. פיריעד.

אונזערע קינדער ווערן אויפגעצויגן אין דעם סיסטעם. אויך זיי וועלן בקרוב בימינו ווערן א חלק פונעם המון עם וואס וועלן זיך קוילערן פאר געלעכטער פונעם שמחת תורה'דיגן מוסף. אויך זיי וועלן קויפן עוזר דלים. אויך זיי וועלן איבערדערציילן מיט קעלבערנער התפעלות ווי דער הייליגער צאנזער רב האט געזעהן משה רבינו ביי די הקפות. אויך זיי וועלן זעהן אותות ומופתים ביי זייער רבי'ן. קיין שום איי-פאון אדער ענדרויד וועט דאס נישט טוישן.

מיר אויבער'חכמים זענען א מועט שבמועט. א מועט שאינו ניכר. מעט מזעיר. כמעט גארנישט. א זייפן בלאז.

סאררי פאר ביאינג האנעסט. אבער אז ס'טוט וויי שריי(ב)ט מען.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר