"פראיעקט למעשה": לאמיר שרייבן!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך דולה ומשקה » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 8:29 pm

לכבוד חמשה עשר בשבט
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2639
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1768 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 8:30 pm

ירא שמים האט געשריבן:די ארטיקלען גייען ארויסקומען אין pdf אויסגאבע ?


האפענטליך אי"ה לכבוד חמשה עשר בשבט.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2639
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1768 מאל

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג יאנואר 24, 2016 11:42 am

דולה ומשקה האט געשריבן:לכבוד חמשה עשר בשבט

נו ר׳ @דולה ומשקה?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל

Re: "פראיעקט למעשה": לאמיר שרייבן!

הודעהדורך מיינונגזאגער » זונטאג מערץ 17, 2019 11:08 am

ראובן האט געשריבן:פראיעקט למעשה

עס האט זיך דא אריינגעכאפט א פרישער גאסט מיט'ן נאמען @והאיש משה, און ער האט אונז דא פארגעהאלטן בתוכחת מגולה ואהבה מוסתרת אז מיר זענען מער פארנומען מיט די פראבלעמען פון דעם "סיסטעם" ווי מיט די לעזונגען. "כ'מיין אז יעדער וואס קומט אן צו קאווע שטיבל, ווייסט שוין די בראך פונעם סיסטעם," שרייבט והאיש. "אויב אזוי וואס איז דער ענין צו וויינען און קלאגען?"

באמת האט והאיש געשריבן אין רעאקציע צו @ראש הישיבה וועלכער האט געשריבן דברים דומים: "א פרשה פון לא טוב איז נישט קיין פרשה, נאר אויב עס קומט מיט ואתה תחזה." דערווייל איז והאיש משה געווען אמר הרבה ועשה מעט, און ער האט אונז נאך נישט מזכה געווען מאוצרו הטוב. לאמיר האפן אז דאס וועט זיך בקרוב טוישן.

דער אמת איז אז מיר האבן דא אין קאווע שטיבל א שיין ביסל אשכולות וועלכע גייען אריין אין דער קאטעגאריע פון "ואתה תחזה" (צוויי ביישפילן), נאר עס איז באמת שווער צו האלטן אזא שמועס מיט א פאקוס בלויז אויף דער לעזונג. עס איז מן הנמנע אז אין יעדן אזא אשכול זאלן זיך אריינכאפן די וואס זענען אדער מאכן זיך בלינד צום מצב, און זיך נעמען טענה'ן אויף די פשוט'ע פאקטועלע הנחות אויף וועלכע דער שמועס איז געבויעט. דאס פירט ווידער אריין אין דעם נעגאטיוון חלק, און מ'דארף זיך ווידער ספראווען מיט'ן "אויפווייזן" דעם גרויסן בראך און אומרעכט וואס דא קומט פאר. עס איז אבער אמת אז עס דארף זיין א בכוונה'דיגע פאקוס אויף דעם "למעשה", און די אלע געלונגענע שרייבער, פארשער, תלמידי חכמים און פילאזאפן דא אין קאווע שטיבל, קענען אוודאי נוצן זייערע געבענטשטע כשרונות אויף פארשלאגן, חלומות, הצעות און געדאנקען אויף העלפן דעם בר דעת און זיינע פאמיליע-מיטגלידער וועלכע ווערן דערשטיקט אונטער דעם "סיסטעם".

איך טו יעצט דעריבער פארשלאגן "פראיעקט למעשה" – א פראיעקט צו שרייבן ארטיקלען הלכה למעשה, עצות און אנווייזונגען פאר אחים לדעה, זיך צו ספראווען מיט די פראבלעמען, און צו ערמעגליכן אז יעדער זאל קענען לעבן פאר זיך און זיין משפחה לויט זיינע איבערצייגונגען, עכ"פ וויפיל עס איז שייך.

א וויכטיגע תנאי אז דאס זאל קענען מצליח זיין איז אז די גבאים זאלן אינפארסירן א שטרענגע פאליסי צו האלטן די "למעשה" אשכולות ריין פון טענה'רייען אויף דעם "סיסטעם". די אשכולות קומען מיט לעזונגען נאר פאר די וואס זענען מסכים אז דער "סיסטעם" איז א חורבן. אז איינער קריגט זיך אויף דעם יסוד, זאל ער בכלל נישט קענען אריינרעדן אויף די יסודות'דיגע הנחות. דאס איז נישט קיין פרואוו צו דערשטיקן אנדערע דעות, עס איז נאר א וועג צו האלטן די אשכולות ריין פון נעגאטיוויטעט, מיט א קלארער קאנצעטראציע אויף וואס מיר קענען טון צו פארבעסערן דעם אידישן לעבן.

דער "למעשה" ארטיקל קען זיך אנפאנגען מיט דער הנחה אויף וואס דער אשכול איז געבויט ("אונזערע קינדער וואקסן אויף צו פארמאכט פון דער וועלט, און עס איז נישט גוט פאר זיי"), און דערנאך פארשטעלן די לעזונג. צי די לעזונג איז אויסגעהאלטן אדער נישט איז אפן פאר דעבאטע. אבער אויב איינער איז נישט מסכים מיט דער הנחה יסודית ("עס איז גוט אז אונזערע קינדער זענען פארמאכט פון דער וועלט," אדער "עס איז נישט אמת אז אונזערע קינדער זענען פארמאכט") קען עס אויסדרוקן זיין מיינונג בלויז אין א באזונדערן אשכול.

גייענדיג אין די פוסטריט פון @כוכב, שלאג איך פאר אז די וואס ווילן אנטייל נעמען אין "פראיעקט למעשה" זאלן זיך דא אנרופן. מ'וועט ארויסשטעלן איינס אדער צוויי ארטיקלען יעדע וואך, ביז מיר וועלן דערגרייכן צען ארטיקלען. דאן וועל איך פערזענליך דורכגיין יעדן ארטיקל און מגיה זיין פון גראמאטישע גרייזן, און אביסל שיפור הלשון אויב עס וועט אויספעלן (פארשטייט זיך אז כ'וועל נישט אפזאגן הילף אויב איינער טראגט אן), און מ'וועט דאס צוזאמענשטעלן אין א קונטרס וואס וועט זיין א רייכער האנטבוך פאר אחים לדעה. כ'בין בטוח אז דאס וועט זיין א געוואלדיגער געשאנק פאר הונדערטער און טויזנטער אידן, וועלכע וועלן נהנה זיין בעצה ותושיה.

מ'קען שרייבן אויף יעדע געזעלשאפטליכע פראבלעם פון וואס מיר ליידן א דאנק דעם "סיסטעם", און ארויסברענגען געדאנקען וויאזוי צו פארבעסערן און פארגרינגערן - ישיבות, חדרים, עדיוקעישאן, כולל, קאלעדזש, שידוכים, פרנסה, ליטעראטור, ענטערטעינמענט, באציאונגען מיט ווייב/מאן, קינדער, עלטערן, שוויגער-עלטערן, רבנים, בין ישראל לעמים, וכו' וכו'.

כ'האף אז דער ציבור וועט נוצן די געלעגנהייט צו שענקען זייערע כשרונות און געדאנקען פאר דעם נאבעלן צוועק, און מ'וועט אויפטון גרויסע זאכן.

נ.ב. מיין ארטיקל פאר "פראיעקט למעשה" איז שוין גרייט, און כ'וועל עס ארויפשטעלן ווי נאר עס וועט זיך דא שאפן א שיינע קאאליציע פון קאלאבארירער.
אמע"כ ראובן שיחי'
געוואלדיגער תוכן און מחשבה אין די פראיעקט למעשה. אזא באשרייבונג באקומט א קודאס בלי שום ספק!!!!
לדאבוננו איז די נושא בכלל נישט קיין אקטואלישער נושא. עס איז דא די מאנכע פירער פון אונזערע קהילות קדושות וואס וועלן פארארבייטן מעשיים אשר לא יעשה צו פארבלייבן מיטן סיסטעם, ווייל ווען סיסטעם באקומט א מענטשליכער צורה זענען די אלע גרויסע קעפ וואס פירן אונז צו די שחיטה ארפאגעהאקט. די בעל היסיסטעמס וועלן דאס אויף קיין שום פאל נישט דערלאזן.
איז דער עצה זאגן, איך געב אןיף און איך גיב ברצון אריבער די ממשלה פאר די וואס בעלעבאטעווען אויף דעם? דאס איז מער ווייניגער די שאלה. איין מאל די שאלה האט אן ענטפער דאן וועט דער נושא זיין אקטועל וועלן מיר עס צירוק באנייען מיט מיינונג זאגערייען.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk
מיינונגזאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט