פאלגנד איז דער ערשטער ארטיקל פון דעם "פראיעקט למעשה". לייענט דא איבער דעם פראיעקט.
-------
מיר ווילן אז אונזערע קינדער זאלן זיין צופרידענע מענטשן וואס האבן די וועלט ברייט אפן פאר זיך, און שפירן זיך נישט געבונדן צו קאנפארמירן צו ענגע סעטס פון ערווארטונגען און אנשויאונגען. עס איז דעריבער שווער פאר עלטערן צוצוקוקן ווי קינדער קומען אהיים פון חדר, און זאגן איבער מיינונגען וועלכע זענען אנגעפיקעוועט מיט קליינקעפיגקייט, ראסיזם, עקסטרעמיזם, כפירה, דיסקרימינאציע, אדער אמונות טפילות.
מיר זענען אייביג אין א דילעמא: וויאזוי גייען מיר פון דא ווייטער? זאלן מיר פאררעכטן דעם קינד? זאלן מיר אנרופן דעם מלמד און אים אויסבעסערן? ווי אלט דארף א קינד זיין אז מ'זאל אים קענען מסביר זיין אז געוויסע פאקטן זענען נישט פונקט ווי דער מלמד האט אים איבערגעגעבן? נישט יעדע פראגע האט א קלארער תירוץ, און א תירוץ וואס איז ריכטיג פאר איין פאר עלטערן איז נישט דווקא גוט פאר א צווייטן. און אפילו ביי די זעלבע עלטערן איז איין מעטאד נישט אייביג פאסיג פאר יעדן קינד. כ'האף אז דורכאויס דעם "פראיעקט למעשה" וועלן כאטש טייל פון פראגעס באקומען פראקטישע ענטפערס.
אבער נאך וויכטיגער פון דער ריכטיגער מעטאדע ווען עס מאכט זיך א קלארע קאנפראנטאציע צווישן אונזערע ווערטן און וואס אונזערע קינדער הערן אין חדר, איז אריינגעבן די קינדער א ריכטיגן, ברייטן בליק אויף דער וועלט, וואס וועט זיי אויטאמאטיש מאכן גרינגער צו טראכטן קריטיש, און וויסן וואס יא אנצונעמען און וואס נישט. עס איז וויכטיג אז קינדער זאלן אויפוואקסן מיט פונדאמענטאלע יסודות וואס וועלן זיי געבן א ריכטיגן בליק אויף דעם לעבן, און וועט זיי האלטן דעם מוח אפן צו פארשטיין צו קריטישער טראכט און געזונטער סקעפטיציזם. דאס וועט פארמינערן די אלע פראבלעמען, און וועט האפנטליך העלפן די קינדער אליין קומען צו געזונטע, לאגישע און אויסגעהאלטענע מסקנות, וועלכע שטימען מיט א ברייטן, ראציאנאלן בליק אויף דער וועלט.
איין שטארקער שטרויכלונג פאר קריטישער טראכט איז די פאנטאזיע פון צענטראליטעט; דאס זען דעם דרך החיים פון זיך און די אייגענע געזעלשאפט ווי דער צענטראלער און "נארמאלער" וועג פון לעבן, און נישט ווי בלויז נאך א וועג פון לעבן צווישן צענדליגער טויזנטער אנדערע פעלקער און קולטורן. דער פרימיטיווער בליק אויף דער וועלט וואס מיר קענען טרעפן אפילו ביי ערוואקסענע חסידים זעט די וועלט איינגעטיילט צווישן "אידן" (לייען: חרדים, פאזיטיווע אידישע פערזענליכקייטן אין היסטאריע, און פאזיטיווע כאראקטערן אין געשיכטעס פון איידער דעם אידישן פאלק, ווי אדם הראשון און נח) און "גוים" (לייען: אלע אנדערע הונדערטער פעלקער און קולטורן אויף דער וועלט, אריינגערעכט אלע נישט-ארטאדאקסישע אידן), ווען אינצווישן פאלט אריין מאדערנע אידן וואס זענען מער גוים ווי אידן. דאס זען די וועלט-פאפולאציע ווי איינגעטיילט אין צוויי מחנות, ווען פון איין זייט שטייט די גוטע ("אידן") און פון דער אנדערער זייט שטייט די שלעכטע ("גוים"), איז א גורם פאר גאר א סך ראציאנאלע שטרויכלונגען, בפרט ביי קינדער וועמענ'ס מוחות זענען נישט גענוג אנטוויקלט.
וויאזוי קען דען א קינד האבן א געזונטן אויסקוק אויף די מציאות'ן פון דער וועלט ווען דורכאויס די גאנצע היסטאריע, ביים מבול, דור ההפלגה, מצרים, יון, המן, חורבן בית המקדש, קרייצציגלער, האלאקאסט, אינטערנעט און מציצה בפה, האבן מיר געהאט דעם זעלבן אייביגן קאמף צווישן "אידן" מיט "גוים"?
דער פראבלעם פון עגאצענטריזם קלאפט נישט אויס נאר אויף דער ברייטער ארענע פון די וועלטס פעלקער, נאר אויך אינערהאלב היימישע סוב-גרופעס. א ביישפיל: א קינד לאכט פון דעם אקצענט פון א מענטש אין אן אנדערער מדינה, "הא! די ארץ-ישראל'דיגע מיידל זאגט א פאני ר'!" דאס קינד האט אזא רעאקציע ווייל זי איז פשוט אומוויסנד. זי איז נישט מחונך צו פארשטיין אז עס זענען פאראן פארשידענע אופנים וויאזוי מ'זאגט א ר', און קיין איין וועג איז נישט מער "נארמאל" ווי דעם אנדערן. די קאנפארמיטעט מיט וואס דאס קינד איז אויפגעוואקסן גיט איר אן אילוזיע פון צענטראליטעט, אז נאר דאס וואס "מיר" טוען איז נארמאל און גוט, און אלעס אנדערש איז שלעכט אדער "פאני".
איין וועג וויאזוי עלטערן קענען רעאגירן איז זאגן, "שעפעלע, מ'טאר נישט חוזק מאכן פון אנדערע מענטשן." אזא רעאקציע לערנט טאקע אויס מידות טובות, אבער אנשטאט נוצן די געלעגנהייט אויפצוקלערן פאר דעם קינד אירע מיספארשטענדענישן, טוט דאס נאך פארשטארקן איר פאראורטייל אז איר ר' איז די "נארמאלע" ר', און די ארץ-ישראל'דיגע איז נישט נארמאל, הגם מ'טאר טאקע נישט חוזק מאכן פון די וואס רעדן מיט א "פאני" ר'.
דער ריכטיגער וועג וויאזוי צו רעאגירן איז צו מאכן א שמועס וועגן אקצענטן אין פארשידענע לענדער, און לעבעדיג שילדערן פאר'ן קינד אז פונקט ווי די ארץ-ישראל'דיגע ר' איז פאני פאר דיר, איז די אמעריקאנער ר' פאני פאר א קינד פון ארץ-ישראל. פונקט יעצט זיצט אפשר א נישט-אזא-קלוגער אינגל אין ארץ-ישראל און ער הערט אן אמעריקאנער רעדן, און ער לאכט פון זיין "פאני" ר'! אזא רעאקציע נעמט ארויס דעם קינד פון זיין עגאצענטרישע פאנטאזיע אז אלעס וואס ער זעט, הערט און טוט איז "נארמאל", און אלעס אנדערש איז נישט נארמאל און מאדנע.
נאך א ביישפיל: מ'גייט דורך א רעסטאראן און מ'זעט מענטשן עסן מאכלים וועלכע זענען פאר אונז פרעמד, צום ביישפיל לאבסטער. א קינד רופט זיך אן: "פוי, יענע מענטשן זענען עקלדיג – קוק וואס זיי עסן!" איין וועג וויאזוי עלטערן קענען רעאגירן איז זאגן פאר דעם קינד אז עס איז נישט שיין אזוי צו רעדן וועגן פרעמדע מענטשן. אבער פונקט ווי אין פאל פון דער ארץ-ישראל'דיגער ר', קען דאס פארשטארקן דעם קינד'ס פאראורטייל אז לאבסטער איז אביעקטיוו מער עקלדיג פון מאכלים צו וועלכע ער איז געוואוינט. די ריכטיגע רעאקציע איז אויסשמועסן פארשידענע מאכלים פון אנדערע קולטורן, ביז דאס קינד וועט פארשטיין אז געפילטע פיש (נישט דער ניק) קען פאר יענעם זיין פונקט אזוי עקלדיג ווי לאבסטער איז פאר אים, און עס האט נישט קיין פשט אפצולאכן פון יענעמ'ס אויסוואל פון שפייז.
אין ביידע ביישפילן דארף מען נישט אוועקמאכן דעם קינד'ס געפילן. ער מעג שפירן מער באקוועם מיט דער אמעריקאנער ר' און מיט געפילטע פיש; די ארץ-ישראל'דיגע ר' מעג אים זיין אומבא'טעמ'ט און ער מעג זיך עקלען פון לאבסטער. אבער דאס קינד דארף פארשטיין אז דאס זענען זיינע סוביעקטיווע געפילן, און זענען גאר ווייט פון א ריכטיגער אביעקטיווער אפשאצונג.
פארשטייט זיך אז מ'קען דאס אויסברייטערן אויף יעדן אספעקט אין לעבן. אונזערע מאכלים, מנהגים, בגדים, ימים-טובים, דעות, זענען נישט "נארמאל", נאר זענען וואס מיר און אונזער געזעלשאפט טוען. אז א קינד וואקסט אויף מיט א ריכטיגן פערספעקטיוו, פארשטייענדיג אונזער מקום אין דער וועלט, איז אים פיל גרינגער נישט נתפעל צו ווערן פון נאכאנאנדע מוח-שווענקונגען, און האבן א דאנקבארקייט פאר אמת'ע אינפארמאציע איבער מענטשן און איבער דער וועלט.
*
א גוטער בוך צו באקענען קינדער מיט מענטשן און קולטורן איבער דער וועלט איז People פון Peter Spier. מער איבער דעם בוך, אין א באזונדערן אשכול.