למעשה #5: גיין אין קאלעדזש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 848 מאל

למעשה #5: גיין אין קאלעדזש

שליחה דורך מצטמק ויפה »

[justify]אה שמואל וואס טוט זיך? שוין לאנג נישט געזעהן, וואס מאכסטו עפעס גוטס? דאס מרה שחורה אויף מיין חבר'ס פנים האט מיר שוין אלעס פארציילט איך האב שוין פון איהם גארנישט געדארפט הערן. וואס איז? פשוט נישטא קיין געלט, די ווייב מאנט, די לענלארד שרייט, די חדר פארפירט, די גראסערי וויינט, אבער הילד איננו. נו, פרעג איך איהם, פארוואס זעהסטו נישט עפעס צו טוען אריינצוברענגן א מקור הפרנסה אין שטוב? זאגט ער מיר, יא, ער האט שוין מחליט געווען צו גיין ארבייטן און ער האט שוין אפילו אויפגעגעבן נאכמיטאג כולל אבער ער האט נאך גארנישט געטראפן גארנישט לייטיש און צום זאך, און אזוי ביני לביני האב איך געטראפן צוויי קרעדיט קארדס פון 0% APR און אזוי שטופט מען דורך חודש נאך חודש.

ידידים יקרים, דאס איז נישט נאר מיין חבר נאר אזוי זענען דא צענדליגע און הונדערטע אינגעלייט וואס האבן פשוט נישט וואס אין מויל אריין צו נעמען, פשוט ווייל זיי קענען נישט אויפקומען מיט עפעס א לייטישע דזשאב. טייל דרייען זיך ארום ממש אן גארנישט אזוי ווי מיין אויבערדערמאנטן חבר, אדער איז דא וואס יעדן טאג טרעפן זיי זיך מיט א נייע בעל הבית פארנדיג אויף א רוילערקויסטער פון דזשאב צו דזשאב, מ'פאנגט אן מיט סעיל'ס נאכדעם מיט קאר סערוויס וכדו' און מ'מוטשעט זיך אן וואך נאך וואך זוכענדיג עפעס א מקום מנוחה.

און נאכדעם איז דא די אינגעלייט וואס מען רופט זיי סיזענ'על אינגעלייט, דהיינו יעדע סיזען ארבייטן זיי אויף וואס עס פעלט זיך אויס אין יענע זמן; פסח ביים מצה בעקעריי, שבועות אין שיך געשעפט, זומער אלס מדריך, סוכות אתרוגים, און אזוי פארט א גלגל החוזר. אבער דאס איז ווייט פון א נארמאלע מהלך החיים פאר א טאטע מיט א שטוב מיט קינדער.

די ווייטאגליכע מציאות איז אז רוב פון די אינגעלייט זענען באמת א בא בטענה, ווייל די האנדל'ס וועלט האט זיך געגעבן גאר א שטארקע דריי די לעצטע פאר יאר, און די אויסוואלן פאר א לייטישע דזשאב זענען באמת זייער קליין, און אפילו די וואס זענען שוין יא דא, צאלט מען פאר דעם זייער ווייניג אז עס לוינט פשוט נישט.

איז וואס יא? וואס איז די ריכטיגע מהלך און אזא עפאכע וואס מיר לעבן און עס וואלגערן זיך נישט קיין דזשאב'ס אין די גאס?

די ענטפער אויף דעם גאר פארווייטאגטע פראגע איז: "קאלעדזש". וואס?! יא, קאלעדזש. וואס הייסט? איך בין עפעס א גאסן יונג אדער וואס? וואס וועט מיין טאטע, שווער, ווייב, באבע, זאגן אויף דעם? איז קודם לאמיר אייך אויפמערקזאם מאכן אז מיר לעבן שוין נישט אין די זעכציגער יארן, נאר מיר לעבן ברוך השם אין א אכשיר דרא'דיגע דור ווי אלעס איז צוגשטעלט צוגעפאסט פארן היימישן ציבור, און יא, קאלעדזש איז אויך צוגעשטעלט פאר היימישן ציבור אויפן שענסטן פארנעם, געאייגנט פאר היימישע אינגעלייט אפגעטיילט בלויז פאר מענער, מיט פראפעסער'ס וואס זענען על פי רוב שומרי תורה ומצוות און פארשטייען אונזערע געברויכן. און ווען מיר זאגן היימיש מיינען מיר היימיש היימיש פון די שענסטע און די בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט. א שטייגער פון אזא קאלעדזש איז: TTI אדער Cope וואס די ביידע איז ממש געאייגנעט פארן היימישן ציבור מיט אלע זייערע געברויכן.

פיין! אבער לאמיר זעהן וואס איז דאס קאלעדזש, וואס טוט מען דארט, און אויף וואס קען מען זיך אלס לערנען, און אויף וואס זאל מען זיך לערנען, און וואז נעמט מען דערפון ארויס למעשה?

איז אזוי בעצם יעדע מין זאך קען געלערנט ווערן אין קאלעדזש, אבער זייער אסאך זאכן קענסטו טרעפן א דזשאב אן דעם דעגרי אויך, ממילא איז א שאד די מיה און פלאג זיך צו לערנען דערפאר ווען דאס גייט גארנישט ברענגען. איז למעשה די זאכן וואס דער היימישער עולם לערנט זיך איז על פי רוב: אוקאנטינג, גרעפיקס, בוקקיפינג, ספעשיל עדזשוקעישן, ספיעטש טערעפּי, עפפ דוועלאפינג (לעצטערע געדאנק), און נאך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט.

אלע פון די זענען באמת פיין און קענען ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן פארן ריכטיגן מענטש, אבער מיר וועלן ארום רעדן פון "ספעשל עדזושקעישן". די סיבה פארוואס מיר האבן דאס אויסגעקליבן איז ווי פאלגנד:

די שטאט ניו יארק טוט די לעצטע פאר יאר טיילן אוצרות מיט געלט פאר עדזשוקעישן אויף א אומ-נארמאלע פארנעם.
די פארלאנג פאר דעם איז זייער גרויס, צוליב די קליינע צאהל אינגעלייט וואס האבן א דעגרי.

די פרויען וואס האבן זיך דערצו צוגעכאפט בעת וואס עס איז געווען ביי זיי א גרויסע פארלאנג האבן זייער שטארק מצליח געווען. און זייענדיג לעצטענס ביי א מיטינג אין דעם פעלד, האט זיך אנגעזעהן דעם ריזן חילוק אז בעת דארט זענען געזיצן הונדערטער היימישע פרויען האב איך געקענט ציילן מיט די פינגער די היימישע מענער, מיר זענען ניטאמאל געווען פינף פראצענט.

אפילו פאר'ן ענדיגן דעם גאנצען דעגרי קענסטו שוין אנהייבן טוען געוויסע זאכן, ווי למשל Title 1 און נאך שפעטער P3 וואס דאס אלעס צאהלט זיך זייער גוט, און איז א גרויסע מעלה נישט דארפנדיג ווארטן די צוויי דריי יאר צו זעהן די פירות פון דיין ארבייט.

איז לאמיר עס אביסל צולייגן און זעהן וואס דאס איז. יעדע דעגרי וואס מען וויל נאר נעמען, נישט קיין חילוק אויף וועלכע פאך, איז איינגעטיילט אין צוויי: פאזע איינס און פאזע צוויי. פאזע איינס רופט זיך א בעדזשלור'ס דעגרי וואס דאס נעמט בערך פון א יאר ביז דריי יאר געוואנדן אין וועלכע קאלעדזש דו גייסט, פאזע צוויי איז א מעסטער'ס דעגרי וואס די צייט דערפון איז שוין געוואנדן אויף וועלכע פאך דו נעמסט דעם דעגרי.

די BA (בעדזשלור'ס) דעגרי האט בעצם נישט קיין שייכות מיט די פאך וואס דו גייסט זיך לערנען, עס איז נאר אזויפיהל אז די שטאט פארלאנגט אז יעדע געלערנטער מענטש זאל האבן א שטיקל ידיעה און וועלטליכע חכמה, ווי ענגליש, מאטעמאטיק, בייעלאגיע, וכו'. אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט דעם ספעציפישן פאך וואס דו גייסט זיך לערנען. קומט אויס אז בעצם בשעת'ן נעמען די BA דארפט איר אפילו נישט וויסן וואו איר פלאנט זיך למעשה צו ווענדן, אבער נאך אלץ איז בעסער אז יא, ווייל אזוי קען מען שוין אריינשטופן אינעם BA די ידיעות וואס גייט דיר דארפן צוניצקומען.

כדי צו באקומען א BA דארף מען האבן 120 קרעדיט'ס, דאס באקומט מען דורך נעמען א טעסט. א געווענליכע טעסט איז 3 קרעדיטס, ס'דא וואס זענען זעקס, אזוי אויך איז דא וואס זענען 16 קרעדיט'ס. אין די קרעדיט'ס אליין איז דא העכערע לעוועל קרעדיט'ס מיט נידריגע לעוועל קרעדיט'ס, געוואנדן לויט די שוועריגקייט פונעם טעסט. א געוויסע חלק פון די קרעדיט'ס מוז פארשטייט זיך זיין פון די הויכע לעוועל קרעדיט'ס, ווי אויך דארף די קרעדיטס זיין איינגעטיילט אין געוויסע ספעציפישע ידיעות.

ווי ערווענט, קען די 120 קרעדיט'ס זיין אין סיי וועלכע וועלטליכע וויסענשאפט, דאס נעמט אויך אריין אידישע וויסענשאפט ווי חומש, גמרא, הלכה, אידיש שפראך און אידישע היסטאריע. דער פאקט פארגרינגערט זייער שטארק פאר היימישע אינגעלייט צו עררייכן גאר שנעל די 120 קרעדיטס, ווייל קודם קען מען באקומען כמעט 40 קרעדיט'ס פון די ישיבה וואו מען האט געלערנט (אויב האט מען גענומען פראגראמען), און ווי אויך איז שוין היינט צוגעשטעלט JSE טעסטס וואס זענען געמאכט אויף גמרא, חומש, חפץ חיים וכדו'. פארשטייט זיך אבער אז צו דעם אלעם דארף מען נאך אלס האבן געוויסע קרעדיט'ס פון ענגליש, מאטעמאטיק, בייאלאגיע וכדו'.

איינמאהל איר האט עררייכט אייער 120 קרעדיטס קענט איר שוין אריינגיין אין פעלד פון עדזשיקעישן מיט'ן טוען Title 1, דאס איז א שטאטישע פראגראם ארויסצוהעלפן שוואכערע קינדער וואס דארפן טיפול מיוחד, מען נעמט זיי ארויס פון קלאס און מען לערנט מיט זיי פאר 45 מינוט און מען צאלט פאר דעם צווישען 50 ביז 60 דאללער א שעה (געוואנדן אונטער וועלכע עדזשענסי דו ארבייטסט). כמעט אלע היימישע מוסדות האבן שוין היינט דעם פראגראם, און דער פארלאנג פאר היימישע אינגעלייט איז זייער גרויס.

דערנאך איז דא די מעסטערס דעגרי וואס איז געווידמעט אויף דעם ספעציפישן פאך וואס דו גייסט זיך לערנען, און איינמאל דו דערגרייכסט די פולע דעגרי קענסטו שוין טוען ספעשיל עד וואס צאלט זיך צווישען 60 ביז 90 דאללער א שעה.

אפילו נאך פארן ענדיגן די גאנצע דעגרי קענסטו נאך אכט וואכן אריין אינעם דעגרי טוען P3, וואס כאטש מען צאהלט פאר דעם ויויניגער פון וואס מען צאלט פאר Title 1, איז דאס אבער דורכן גאנצן טאג, בעת וואס Title 1 איז ספעציפיש נאר אויף די נאכמיטאג שעות.

ווי געברענגט אויבן, האבן מיר נאר אויסגעשמועסט איין זאך אויף וואס מען קען זיך לערנען, אבער די פעלד פון קאלעדזש איז זייער גרויס, און וואו איר זעהט, צאלט מען פאר איינעם מיט א דעגרי זייער זייער שיין.

צום סיום לאמיר קלארשטעלן אז מיר באציען זיך נישט דא אויף דעם קליינעם פראצענט אינגעלייט וואס זענען געבוירן געווארן אויף צו זיין בעלי בתים פון פארצווייגטע געשעפטן, און וועלן טוען כל טצדקי צו מצליח זיין אין ביזנעס. זיי זאלן טאקע זעהן צו ארבייטן אליין און וועלן מצליח זיין שענער אן א דעגרי וואס דאן זענען זיי געבינדן צו דעם ספעציפישן ארבייט אויף וואס זיי האבן א דעגרי, ווי אן א דעגרי. אבער רובא דרובא וואס זענען נישט געמאכט אויף צו האסלען זאלן אוודאי נעמען די מיה און זיך גיין לערנען עפעס א פאך וואס וועט זיי ברענגען פרנסה ברווח בעזר השם.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר