לאז דעם בחור אטעמען...

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1090 מאל

לאז דעם בחור אטעמען...

שליחה דורך חקרן »

רעד איך מיט א איד פון פריעדיגן דור, קרוב צו די שבעים, וואס ער איז לאנגע יארן געווען א מחנך און מוסדות התורה און ער ווערט ביז היינט פאררעכנט צו זיין א קלוגער איד, בין איך געווען נייגעריג צו הערן זיין מיינונג איבער די אמאליגע מלמדים און חינוך סיסטעם קעגן די היינטיגע. איך האב געוואלט הערן וואס ער האט צו זאגן איבער דעם.

איך בין געווארן שאקירט:
ער טענה'עט, אז אמאליגע קינדער האבן גענאסן פון פיל מער פרייהייט אין לעבן, קעגן די היינטיגע קינדער וואס מען אונטערדריקט זיי און מען טערארעזירט זיי אויף אלע סארט גייסטישע וועגן. "היינטיגע מלמדים גיבן אפשר ווייניגער פעטש" טענה'עט ער, "אבער פון די אנדערע זייט ווערן די קינדער פיל מער דערדריקט און צושלאגן ווי אמאל." די אמאליגע קינדער, אפילו מיט די פעטש, זענען זיי געווען מער פריי און געהאט די געלעגנהייט זיך צו אנטוויקלען אין מוח, פיל מער פון די היינטיגע קינדער.

און אז מען רעדט שוין, זאגט מיר יענער, אז דאס וואס מען דערציילט איבער מלמדים וואס האבן געשלאגן אן רחמנות, איז היבש אויפגעבלאזן פון דער אמת'ער מציאות. ריכטיג, עס זענען געווען מלמדים וואס האבן געשמיסן, אבער עס זענען געווען פיל מער מלמדים וואס זענען געווען, ווארעם, ליבליך, פאטערליך צו די קינדער, און יא... זיי האבן אויך געקענט געבן אמאל א פאטש, אבער מלמדים וואס פלעגן האלטן אין איין שמייסן, זענען געווען פיל ווייניגער פון די אמת'ע גוטע מלמדים. דעקעגן היינט איז אויך דא גענוג און נאך מלמדים וואס שמייסן אריין ווען אימער עס קומט זיי אויס.

"אבער דאס איז נישט דער עיקר" טענה'עט יענער, "גייסטיש זענען די קינדער געווען אמאל פיל מער פריי ווי היינט, זיי זענען אויפגעוואקסן מער געזונט ווי היינטיגע קינדער". דער איד גיבט מיר א משל: ער איז געווען א מדריך אין א געוויסער קעמפ פון בחורים. יעדן נאכמיטאג האבן די בחורים געקענט גיין שפאצירן ווי אימער זיי האבן געוואלט, עס איז געווען א זייגער ווען יעדער האט געמוזט זיין צוריק און עס איז געווען תקנות, מען האט נישט געטארט ארויסגיין ווייניגער פון דריי בחורים אויף אמאל און נישט מער פון פינף, אויב האט מען יא געוואלט ארויסגיין אנדערש פון די תקנות, האט מען געמוזט בעטן רשות דערפאר, און מען פלעגט דאס לייכט געבן, אבער אויב האט מען געכאפט בחורים עובר זיין אויף די תקנה, פלעגט מען באשטראפן דערויף.

דערציילט דער איד, אז לעצטנס האט ער אנגעטראפן דער מנהל פון דעם זעלבן מוסד וואו ער פלעגט ארבעטן, און אזוי רעדנדיג מיט אים דערציילט אים דער מנהל איבער די מוסדות, צווישן אנדערע זאגט ער אים אז זוממער טארן נישט די בחורים ארויסגיין פון קעמפ (אדער פון א גאס נעבן דער קעמפ), נאר עטליכע מאל אין זוממער נעמט מען ארויס אלע בחורים צוזאמען אויף א שפאציר...

זאגט מיר דער איד: "וואו איז דאס געהערט געווארן? - זיי זענען עפעס בעיביס, מען גייט ארויס מיט די מאמע שפאצירן? - מען דארף געבן טראסט אין יונגע בחורים, חינוך קומט מיט ברייטקייט און מיט טראסט - פון פארמאכן און אומצוטרוי קען מען נישט געבויט ווערן." דער איד זאגט מיר, וואס איז שוין אז מען האט באקומען אמאל א פאטש, צו אמאל אביסל שטערקער פון וואס עס קומט זיך יענעם... א קינד וואס איז אויפגעצויגן געווארן אינעם אמאליגן סיסטעם איז נישט געווען אזוי ענטפינדלעך דערצו און האט עס געקענט אראפשלינגען, אבער היינטיגע טעג פארהאקט מען די רגשות פוןן די קינדער, זיי בלייבן בעיביס און טאקע דערפאר קענען זיי נישט פארנעמען קיין איבעריגע שטראף וואס קומט זיך זיי.

עד כאן דבריו. וואס זאגט איר?

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר