אייגנארטיגקייטן צווישן מערהייט חסידות'ר, וואס זענען זיי?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

אייגנארטיגקייטן צווישן מערהייט חסידות'ר, וואס זענען זיי?

הודעהדורך קעגן די נעט » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:40 pm

אויב א באבוב'ער דעסייד מארגן צו ווערן א קלויזענבורגער, וואס דארף ער אויפגעבן דערפאר חוץ דינען א צווייטן רבי'ן און דאווענען אין אן אנדערע ביהמ''ד? דאס פארשטייט יעדער אז למשל, א דוגמה פון צוויי הויפן, א ליבאוויטשער חסיד קען נישט ווערן א סאטמארער און א סאטמארער קען נישט ווערן א קלז''ב'ער/בעלזער/פאפא'נער/באיאנער אא''וו אן דארפן אוועקווארפן (דער באוויטשער און דער סאטמארער) פונדעמענטאלע יסודות פון זיין אידישקייט און מסורה.

מיין עמעראצישע שאלה איז, וואס טיילט אפ רוב חסידות איינע פונעם צווייטן פון א יסודתדיגן סטאנדפוינט? אדהתית להכי איז די שאלה צו רובו דרובו חסידות זענען נישט פשוט געבעיסט מער אויף ''מיין רבי'' ווס ''דיין רבי'', ווארום וואו אין אידישקייט וואלט עס אויסגעקלאפט למשל אויב א באבוב קינד לערנט אין די פאפא חדר? משא''כ אין סאטמאר, ליבאוויטש אד''ג.

אלץ א דרויסענדיגע וויס איך נישט, אפשר קען מען ארומרעדן דערפון. אבער דאס אז דער לערנט אן אנדער חסידיש ספר ווי יענער, אדער טיילט מער צדקה דאס איז נישט גענוג.
איך בין מוחה!!!
קעגן די נעט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 31, 2013 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:08 pm

ער דארף ווערן אויס שטאלץ צו זיין א באבובער.
ערנסט גערעדט, יעדע חסידות האט זיך זיין קו. אין קלויזנבורג עסט מען נישט קיין בהמה פלייש נאר ספעציפישע, איבערגענעכטיגטע אייער, מ'פאסט שובבים יעדן דאנערשטאג און די מאחורי זאכן זענען אויף מוצאי אנשטאט שבת.
אין גרויס טייל קען מען אדאפטירן אזעלכע חיצונותדיגע מנהגים ובדומה להן.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6793 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:22 pm

פארוואס ענדערש מוצ''ש?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7675 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2540 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:58 pm

איך אויך האט געשריבן:פארוואס ענדערש מוצ''ש?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2167 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:12 pm

ווייל שבת איז געווידמעט צו פארברענגען ביים רבי'נס טיש בזמירות ודברי תורה און קאכן אין קדושת שבת, און נישט פארטאלכעווען די צייט מיט מעשה זחות ובדיחות
דעריבער, שטופט מען אפ, אין פארשידענע חצרות די אנדערע ענינים אויף מוצאי שבת, מיט דער טענה אז ס'האט נאך די קדושה פון שבת ווי ס'ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6793 מאל

הודעהדורך דוק ותשכח » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:36 pm

פארגעס נישט, די וועסט בלייבן א דרויסנדיגער דיין גאנץ לעבן אינעם נייעם חסידות (אין רוב עסטעבלישט חסידותער)
דוק ותשכח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 3:00 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך חקרן » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:24 pm

איז אפשר טאקע די ריכטיגע עצה, אויב איינער וויל טוישן פלעצער, אז ער זאל גיין צו א פלאץ וואס איז נאכנישט עסטעבלישט, אזוי וועט ער קענען זיין א חלק מן החבורה.

דוכט זיך אן ראכמסטריבקע איז א פלאץ וואו יעדער איז ווילקאמען, אין ניקלשבורג מאנסי קען מען זיך אויך באקוועם מאכן און ווערן א חלק, עס ווענדט זיך וואו מען גייט. אז דו וועסט פארן קיין סט. אגאטא קיין רימנוב, וועט מען דיר אויך אויפנעמען בב' ידים און דו וועסט ווערן א חלק פון די זאך, אבער דארט דארף מען אסאך אוועקגעבן דערפאר.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 526
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

הודעהדורך חסיד » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:31 pm

כדי צו טוישן זיין חסידות דארף ...
א סאטמארער אויפגעבן די שיטה הק'
א בעלזא אויפגעבן זיין דקדוק און בעלזא מהות
א סקווערע אויפגעבן א האלבער רעליגיע
א וויזניצער אויפגעבן א מהלך התפלה
א גורער אויפגעבן דאס שארפקייט און מהלך הבית
א תולדות אהרן'ער דאס שיטה בקדושה און תפלה
א באבוב'ער זיין שכל הישר און שטייפקייט
א קלויזענבורגער זיין ביז יעצטיגן זייגער
א מונקאטשער זיין מנין שחרית נאכמיטאג
א חבד'סקער זיין משיח
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך דוק ותשכח » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:45 pm

חסיד האט געשריבן:כדי צו טוישן זיין חסידות דארף ...
א סאטמארער אויפגעבן די שיטה הק'
א בעלזא אויפגעבן זיין דקדוק און בעלזא מהות
א סקווערע אויפגעבן א האלבער רעליגיע
א וויזניצער אויפגעבן א מהלך התפלה
א גורער אויפגעבן דאס שארפקייט און מהלך הבית
א תולדות אהרן'ער דאס שיטה בקדושה און תפלה
א באבוב'ער זיין שכל הישר און שטייפקייט
א קלויזענבורגער זיין ביז יעצטיגן זייגער
א מונקאטשער זיין מנין שחרית נאכמיטאג
א חבד'סקער זיין משיח

אוקעי, איך קען אנהייבן צודאווענען שפעט, אהננעמען די שיטה, ווערן שארף
אבער באקומען א שכל הישר אדער ווערן שטייף איז שוין אביסל שווערער
דוק ותשכח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 3:00 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:13 pm

נישט דער שכל הישר וואס ס'פאדערט זיך פאר באבוב. דאס איז נאר א שם נרדף פאר דאס וואס כוכב האט שוין מרמז געווען.
דער עיקר איז פארשטיין די שפראך. וואס דא מיינט 'אפיקורס' מיינט דארט 'עם הארץ' און אין א דריטע פלאץ 'מנגד'.
וואס דא מיינט 'מנהגים הקדושים' מיינט דארט 'שיטה הקדושה' און אין א דריטע פלאץ 'שכל הישר און שטייפקייט' און ערגעץ אנדעריש 'התקשרות צדיקים'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8636
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

הודעהדורך chusid » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:59 pm

איך מיין אז דער שווערסטער טויש וועט זיין פאר א סאטמארער זיך צו טוישן צו באבוב-פאפא-בעלז -קלויזענבורג וכו ווייל סאטמאר איז דאך די מאסט אפען מיינדעד סאסייעטי.... והא ראיה קוק אהן וויפיל סאטמארע זענען מורדים..
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך בשבילי! » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:22 am

וויאזוי ווערט מען פון א סאטמארער א גאליציאנע?? ס'נישט נאר די שיטות און מנהגים, סאיז דער גאנצער נאטור און מהות, וכן לכולם
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 10:37 am

ער וועט זיך דרייען דריי חדשים מיט די גאליציאנע וועט ער ווערן א גאליציאנע ער וועט באקומען אלע זייער נאטורן עס איז זייער א שטארקע דזשי"ן
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

הודעהדורך הרב_שלום » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 11:45 am

כהאב שוין געוואלט טוישען צו וויען און מיין ווייב זאל גיין מיט א שיינע לאנגע שייטל אבער די קרומע נאז וואס מיין ווייב האט געמאכט פאר בלויז טראכטען פון דעם ליגט מיר נאך יעצט אין די ביינער
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך יין שרף » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 11:59 am

דאס איז ווייל דו האסט געוואלט טוישן דיין ווייב...טויש דיר
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2008
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2527 מאל

הודעהדורך חסיד » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:35 pm

לית דין בר נש האט געשריבן:ער וועט זיך דרייען דריי חדשים מיט די גאליציאנע וועט ער ווערן א גאליציאנע ער וועט באקומען אלע זייער נאטורן עס איז זייער א שטארקע דזשי"ן

Nature vs. Nuture
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 2:00 pm

בשבילי! האט געשריבן:וויאזוי ווערט מען פון א סאטמארער א גאליציאנע?? ס'נישט נאר די שיטות און מנהגים, סאיז דער גאנצער נאטור און מהות, וכן לכולם

היינט איז מען שוין איבעראל גאליציאניש/ רוסיש אייראפעאיש/ אונגעריש/ ... עס איז א בלבול העולם.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2161
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך its me » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 10:36 pm

חסיד האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:ער וועט זיך דרייען דריי חדשים מיט די גאליציאנע וועט ער ווערן א גאליציאנע ער וועט באקומען אלע זייער נאטורן עס איז זייער א שטארקע דזשי"ן

Nature vs. Nuture

Nurture
If I want your opinion, I'll ask you to fill out the necessary forms.
its me
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:15 am

א חסידות איז היינט א איידענדיטי, מען קען נישט ווערען אויס.

אפילו למשל א סאטמערע גייט קיין קלז"ב, וועט ער אייביג בלייבען דער סאטמערע אין קלז"ב.

וכן להיפוך, און איבעראל איז אזוי.

און איבעראל איז די זעלבע זאך, נישטא קיין בענעפיטען איין פלאץ איבער די אנדערע.


די שאלה איז נאר, ווען איינער שלאגט כפרות מיט זיין חסידות למחצה לשליש, און דאווענט ערגעץ אנדרעש אסאך, אינטרעסירט זיך גאר ווייניג מיט די אינערליכע נייעס פין זיין חסידות וואס מען הערט נאר בין גברא לגברא ברמז גדול, אויב ער פארלירט עפעס...
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1628 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:47 pm

מען קען נישט ווערן אויס. אויב א סאקמערע ווערט א קלויזענבורגער (ל"ע :lol: ) וועט אלע מאהל הייסען א אפגעפארערנע סאקמערע אדער א געוועזינע סאקמערע. אדער אפי' סאקמערע ווייל עס וועט זיכער זיין מענטשען וואס האבען נישט געהערט אז ער האט געטוישט רעליגיעס.

און אפי' ווען יא די אריג'ינעל נאמען םון זיין חסידות וועט איהם נאך לויפען עד הסוף
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:50 pm

די רבי האט דאך נביאות געזאגט אז די פלעק "סאקמור" קען מען נישט אראפ נעמען
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2519
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

הודעהדורך שושן פורים » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:57 pm

חסיד האט געשריבן:
א באבוב'ער זיין שכל הישר און שטייפקייט


LOL
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 665
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 808 מאל

הודעהדורך chusid » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:09 pm

חסידות איז היינט א נעשינעליטי, אזוי ווי די ציונים האבן געמאכט פון די יודישע רעליגיע א נעשינעליטי די זעלבע איז בימינו מיט חסידות פון א רעליגיעזע אידענטיטעט איז געווארען א נעשינעליטי
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט

cron