בלאט 1 פון 1

אייגנארטיגקייטן צווישן מערהייט חסידות'ר, וואס זענען זיי?

הודעהפורסם: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:40 pm
דורך קעגן די נעט
אויב א באבוב'ער דעסייד מארגן צו ווערן א קלויזענבורגער, וואס דארף ער אויפגעבן דערפאר חוץ דינען א צווייטן רבי'ן און דאווענען אין אן אנדערע ביהמ''ד? דאס פארשטייט יעדער אז למשל, א דוגמה פון צוויי הויפן, א ליבאוויטשער חסיד קען נישט ווערן א סאטמארער און א סאטמארער קען נישט ווערן א קלז''ב'ער/בעלזער/פאפא'נער/באיאנער אא''וו אן דארפן אוועקווארפן (דער באוויטשער און דער סאטמארער) פונדעמענטאלע יסודות פון זיין אידישקייט און מסורה.

מיין עמעראצישע שאלה איז, וואס טיילט אפ רוב חסידות איינע פונעם צווייטן פון א יסודתדיגן סטאנדפוינט? אדהתית להכי איז די שאלה צו רובו דרובו חסידות זענען נישט פשוט געבעיסט מער אויף ''מיין רבי'' ווס ''דיין רבי'', ווארום וואו אין אידישקייט וואלט עס אויסגעקלאפט למשל אויב א באבוב קינד לערנט אין די פאפא חדר? משא''כ אין סאטמאר, ליבאוויטש אד''ג.

אלץ א דרויסענדיגע וויס איך נישט, אפשר קען מען ארומרעדן דערפון. אבער דאס אז דער לערנט אן אנדער חסידיש ספר ווי יענער, אדער טיילט מער צדקה דאס איז נישט גענוג.

הודעהפורסם: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:08 pm
דורך כוכב
ער דארף ווערן אויס שטאלץ צו זיין א באבובער.
ערנסט גערעדט, יעדע חסידות האט זיך זיין קו. אין קלויזנבורג עסט מען נישט קיין בהמה פלייש נאר ספעציפישע, איבערגענעכטיגטע אייער, מ'פאסט שובבים יעדן דאנערשטאג און די מאחורי זאכן זענען אויף מוצאי אנשטאט שבת.
אין גרויס טייל קען מען אדאפטירן אזעלכע חיצונותדיגע מנהגים ובדומה להן.

הודעהפורסם: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:22 pm
דורך איך אויך
פארוואס ענדערש מוצ''ש?

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:58 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך אויך האט געשריבן:פארוואס ענדערש מוצ''ש?

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:12 pm
דורך כוכב
ווייל שבת איז געווידמעט צו פארברענגען ביים רבי'נס טיש בזמירות ודברי תורה און קאכן אין קדושת שבת, און נישט פארטאלכעווען די צייט מיט מעשה זחות ובדיחות
דעריבער, שטופט מען אפ, אין פארשידענע חצרות די אנדערע ענינים אויף מוצאי שבת, מיט דער טענה אז ס'האט נאך די קדושה פון שבת ווי ס'ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים.

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:36 pm
דורך דוק ותשכח
פארגעס נישט, די וועסט בלייבן א דרויסנדיגער דיין גאנץ לעבן אינעם נייעם חסידות (אין רוב עסטעבלישט חסידותער)

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:24 pm
דורך חקרן
איז אפשר טאקע די ריכטיגע עצה, אויב איינער וויל טוישן פלעצער, אז ער זאל גיין צו א פלאץ וואס איז נאכנישט עסטעבלישט, אזוי וועט ער קענען זיין א חלק מן החבורה.

דוכט זיך אן ראכמסטריבקע איז א פלאץ וואו יעדער איז ווילקאמען, אין ניקלשבורג מאנסי קען מען זיך אויך באקוועם מאכן און ווערן א חלק, עס ווענדט זיך וואו מען גייט. אז דו וועסט פארן קיין סט. אגאטא קיין רימנוב, וועט מען דיר אויך אויפנעמען בב' ידים און דו וועסט ווערן א חלק פון די זאך, אבער דארט דארף מען אסאך אוועקגעבן דערפאר.

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:31 pm
דורך חסיד
כדי צו טוישן זיין חסידות דארף ...
א סאטמארער אויפגעבן די שיטה הק'
א בעלזא אויפגעבן זיין דקדוק און בעלזא מהות
א סקווערע אויפגעבן א האלבער רעליגיע
א וויזניצער אויפגעבן א מהלך התפלה
א גורער אויפגעבן דאס שארפקייט און מהלך הבית
א תולדות אהרן'ער דאס שיטה בקדושה און תפלה
א באבוב'ער זיין שכל הישר און שטייפקייט
א קלויזענבורגער זיין ביז יעצטיגן זייגער
א מונקאטשער זיין מנין שחרית נאכמיטאג
א חבד'סקער זיין משיח

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:45 pm
דורך דוק ותשכח
חסיד האט געשריבן:כדי צו טוישן זיין חסידות דארף ...
א סאטמארער אויפגעבן די שיטה הק'
א בעלזא אויפגעבן זיין דקדוק און בעלזא מהות
א סקווערע אויפגעבן א האלבער רעליגיע
א וויזניצער אויפגעבן א מהלך התפלה
א גורער אויפגעבן דאס שארפקייט און מהלך הבית
א תולדות אהרן'ער דאס שיטה בקדושה און תפלה
א באבוב'ער זיין שכל הישר און שטייפקייט
א קלויזענבורגער זיין ביז יעצטיגן זייגער
א מונקאטשער זיין מנין שחרית נאכמיטאג
א חבד'סקער זיין משיח

אוקעי, איך קען אנהייבן צודאווענען שפעט, אהננעמען די שיטה, ווערן שארף
אבער באקומען א שכל הישר אדער ווערן שטייף איז שוין אביסל שווערער

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:13 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט דער שכל הישר וואס ס'פאדערט זיך פאר באבוב. דאס איז נאר א שם נרדף פאר דאס וואס כוכב האט שוין מרמז געווען.
דער עיקר איז פארשטיין די שפראך. וואס דא מיינט 'אפיקורס' מיינט דארט 'עם הארץ' און אין א דריטע פלאץ 'מנגד'.
וואס דא מיינט 'מנהגים הקדושים' מיינט דארט 'שיטה הקדושה' און אין א דריטע פלאץ 'שכל הישר און שטייפקייט' און ערגעץ אנדעריש 'התקשרות צדיקים'.

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:59 pm
דורך chusid
איך מיין אז דער שווערסטער טויש וועט זיין פאר א סאטמארער זיך צו טוישן צו באבוב-פאפא-בעלז -קלויזענבורג וכו ווייל סאטמאר איז דאך די מאסט אפען מיינדעד סאסייעטי.... והא ראיה קוק אהן וויפיל סאטמארע זענען מורדים..

הודעהפורסם: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:22 am
דורך בשבילי!
וויאזוי ווערט מען פון א סאטמארער א גאליציאנע?? ס'נישט נאר די שיטות און מנהגים, סאיז דער גאנצער נאטור און מהות, וכן לכולם

הודעהפורסם: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 10:37 am
דורך לית דין בר נש
ער וועט זיך דרייען דריי חדשים מיט די גאליציאנע וועט ער ווערן א גאליציאנע ער וועט באקומען אלע זייער נאטורן עס איז זייער א שטארקע דזשי"ן

הודעהפורסם: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 11:45 am
דורך הרב_שלום
כהאב שוין געוואלט טוישען צו וויען און מיין ווייב זאל גיין מיט א שיינע לאנגע שייטל אבער די קרומע נאז וואס מיין ווייב האט געמאכט פאר בלויז טראכטען פון דעם ליגט מיר נאך יעצט אין די ביינער

הודעהפורסם: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 11:59 am
דורך יין שרף
דאס איז ווייל דו האסט געוואלט טוישן דיין ווייב...טויש דיר

הודעהפורסם: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:35 pm
דורך חסיד
לית דין בר נש האט געשריבן:ער וועט זיך דרייען דריי חדשים מיט די גאליציאנע וועט ער ווערן א גאליציאנע ער וועט באקומען אלע זייער נאטורן עס איז זייער א שטארקע דזשי"ן

Nature vs. Nuture

הודעהפורסם: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 2:00 pm
דורך איש את רעהו
בשבילי! האט געשריבן:וויאזוי ווערט מען פון א סאטמארער א גאליציאנע?? ס'נישט נאר די שיטות און מנהגים, סאיז דער גאנצער נאטור און מהות, וכן לכולם

היינט איז מען שוין איבעראל גאליציאניש/ רוסיש אייראפעאיש/ אונגעריש/ ... עס איז א בלבול העולם.

הודעהפורסם: מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 10:36 pm
דורך its me
חסיד האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:ער וועט זיך דרייען דריי חדשים מיט די גאליציאנע וועט ער ווערן א גאליציאנע ער וועט באקומען אלע זייער נאטורן עס איז זייער א שטארקע דזשי"ן

Nature vs. Nuture

Nurture

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:15 am
דורך איחוד פעלד
א חסידות איז היינט א איידענדיטי, מען קען נישט ווערען אויס.

אפילו למשל א סאטמערע גייט קיין קלז"ב, וועט ער אייביג בלייבען דער סאטמערע אין קלז"ב.

וכן להיפוך, און איבעראל איז אזוי.

און איבעראל איז די זעלבע זאך, נישטא קיין בענעפיטען איין פלאץ איבער די אנדערע.


די שאלה איז נאר, ווען איינער שלאגט כפרות מיט זיין חסידות למחצה לשליש, און דאווענט ערגעץ אנדרעש אסאך, אינטרעסירט זיך גאר ווייניג מיט די אינערליכע נייעס פין זיין חסידות וואס מען הערט נאר בין גברא לגברא ברמז גדול, אויב ער פארלירט עפעס...

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:47 pm
דורך ציבעלע-קיגל
מען קען נישט ווערן אויס. אויב א סאקמערע ווערט א קלויזענבורגער (ל"ע :lol: ) וועט אלע מאהל הייסען א אפגעפארערנע סאקמערע אדער א געוועזינע סאקמערע. אדער אפי' סאקמערע ווייל עס וועט זיכער זיין מענטשען וואס האבען נישט געהערט אז ער האט געטוישט רעליגיעס.

און אפי' ווען יא די אריג'ינעל נאמען םון זיין חסידות וועט איהם נאך לויפען עד הסוף

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:50 pm
דורך שמעון וואלף
די רבי האט דאך נביאות געזאגט אז די פלעק "סאקמור" קען מען נישט אראפ נעמען

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:57 pm
דורך שושן פורים
חסיד האט געשריבן:
א באבוב'ער זיין שכל הישר און שטייפקייט


LOL

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:09 pm
דורך chusid
חסידות איז היינט א נעשינעליטי, אזוי ווי די ציונים האבן געמאכט פון די יודישע רעליגיע א נעשינעליטי די זעלבע איז בימינו מיט חסידות פון א רעליגיעזע אידענטיטעט איז געווארען א נעשינעליטי