ברוך המקדש שמו ברבים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3540
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5801 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3932 מאל

ברוך המקדש שמו ברבים

שליחה דורך שמעון וואלף »

כלל ישראל איז דורך געגאנגען פארשידענע שווערע תקיפות ווי די רשעים האבן זיך געוואלט פארמעסטן אויסצורייסן כל הקודש לנו ולא יזכר שם ישראל עוד ח"ו. געווען אזעלכע וואס האבן געהרג'ט און גערצח'ט במלא מובן המלה און אנדערע וואס האבן געוואלט עוקר זיין את הכל בבחינת מיתת נשמה והגוף קיים.

והיא שעמדה לאבותינו וכו' והקב"ה מצילנו מידם. די הבטחה פון כי לא תשכח מפי זרעו - חס ושלום שתשתכח תורה מישראל, איז אלץ אנגעגאנגען און טראץ אלע שטערונגען מבית ומבחוץ איז די באן געפארן לשם ולתפארת.

ביז ס'איז געקומען אותו רשע הצורר הגרמני ימ"ש, און מיט א סיסטעמאטישע רציחה אויסגעהארגעט גאנצטע קהילות מיט זייערע מנהיגים פון מערערע מדינות אשר כמוהו לא נהיתה מאז היתה ישראל לגוי. מיליאנע קדושים מסלתה ומשמנה פון וואס כלל ישראל האט פארמאגט, זענען אומגעקומען על קידוש השם.

געבליבן זענען א קליין הייפעלע צאמגעבראכענע אידעלעך, אחד מעיר ושנים ממשפחה. שווארץ קוקער האבן פארגעזאגט אז די חרדישע לעבן שטייגער איז א פארגאנגענהייט - איטס אווער! מיט גרויס שוועריקייט און אסאך סיעתא דשמיא איז אבער מקיום געווארן דעם ואחריתך ישגה מאד ווען פון די פאר צעבראכענע אידן איז אויסגעוואקסן א לגיון של מלך פון שווערע טויזענטער וואס שטרעבן ווייטער אנצוהאלטן דעם גלאררייכן אמאל.

כלפי מה דברים אמורים? חרדישע מידיא קוועלער זענען אנגעפילט מיט בילדער, ווידיאס און לייוו הוקאפס ווי מ'זעט און מ'הערט ווי גדולי רבנים ואדמורים זענען מקיים מצוות השם מדי שבת בשבתו ומדי מועד במועדו. מי פלל ומי מלל אז זיבעציג יאר נאך די ביטערע אושוויץ וועלן נאך זיין רבישע אייניקלעך וואס מאכן הבדלה? איך מיז אייך זאגן אז טרערן זענען גרינען פון מיינע אויגעליך הערענדיג אדמו"ר מ'שאראשפאטיק ליינט די מגילה בעצם יום הפורים.

ס'האט זיך אקוראשט אנגעהויבן די ימי החנוכה און שוין קומען צו פליען קליפס פון אלע זייטן ווי יעדעס צווייטער בנשקל איז מדליק את הנרות!

א נקמה אין היטלער!

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר