ערעב איד אויב ווילסטו ווייטער שרייען דאן זיי מוחל קוועטש דא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
וואלקן קראצער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 05, 2015 2:50 pm
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

ערעב איד אויב ווילסטו ווייטער שרייען דאן זיי מוחל קוועטש דא

שליחה דורך וואלקן קראצער »

קודם כל שלום אייך‚ סעאיז מיר א כבוד אנטייל צו נעמען אין אזא קהלה כגלייב א שיינע פראצענט אקטיווע חברה דא זענען כולל יונגערלייט... ממילא‚ רעססספעקט!
וואס איך גיי דא שרייבן און פראבירן ארויסצוגעבן קלאר איז לפענ"ד מורא’דיג וויכטיג ממילא בעט איך דרעולם זאל צו לייגן קאפ.

דיסקלעימער: נישטא קיין דברי תורה אין מיינע ווערטער קיין פראבלעם צו ליינען אין באדע צומער.


דייטשלאנד 1920: אדאלף היטלער א פשוט ציוויל געקליידעט פארשוין, אבער ווי יעדער ווייסט איז ער געווען א היץ קאפ פון די גמרא צייטן , ער האט אנגהויבן העצן און שאפן (אמתע) פאלויערס ווען די רעגירונג האט נאך בכלל נישט געוויסט פון וואס מערעדט ביי די ענדע פון יאר האט ער געהאלטן ביי 2000 חסידים, אבער אויף א קליינע פלאם.

וואשינגטאן 1944: פרענקלין רוזעוועלט פרעזידענט‚ און פון די שטערקסטע איינפלוסן איו די דעמאקראטישע וועלט‚ זיצט גאנץ באקוועם אין אויבעל אפיס מיטן פעדער אין חתמ’עט בילס פון גאנגרעס גארנישט ספעציעל‚ אבער אינדרויסן און דייטשלאנד ברענט א פייער! אין קאנגרעס רעדט מען פון לאקשן מיט פערפל‚ בקיצור עד היום הזה פרעגט זיך ווי איז יעדער געווען? האלוי! מע’שחט אויס און דייטשלאנד רעכטס און לינקס ואין פוצה פה ומצפצף! מאנכע וואלן שרייען אנטי סימעטיסעם און די רעשטע וועלן זאגן סעגעווען א חסרון ידוע קיינער האט נישט געגלייבט באמת וואס דארט קומט פאר‚ אבער אונז אלע און מיט רעכט זענען אביסל בארעגט אז מעהאט טאקע גארנישט געטון.

1945: אדאלף היטלער ימ"ש איז די הויפט קנאקער אין דייטשלאנד (זייט מיר מוחל פארן דערמאנען די נאמען
נאכאמאל) און האט שוין אויסגעשחטן קרוב צו זעקס מיליאן אידן רח"ל .


איראק 2013: פון ערגעטס ווי האט ארויסגעשפראצט די אלעם באקאנטען ISIS ארג. מיט א מלחמה אויף יעדער וואס פארמאגט בלוט און פלייש בעיקר די קורדן און די קריסטן לויט די UN האלטן זיי שוין ביי פופציג טויזנט געהארגעטע און זיי באשטייען מיט א מאכט פון איבער פערציג טויזנט געמפער (טראכט א רגע וואס דאס מיינט‚ אויב היטלער ימ"ש האט געהאלטן אין זיין ערשטער יאר ביי 2000 חסידים און קיין איין טויטע וואס איז צום סוף אנגעקומען צו די שוידערליכע נומבערן צום סוף!!!)

יעצט קומט די גאלדענע קשיה וואס האט דאס אלעס מיט מיר וואס ווילסטו איך זאל טאן?

העליך דיר מסביר זיין‚ פונקט ווי ביי די וועלט מלחמה פרעגט יעדער מיט א פשטות ווי איז יעדער אין דע מעריקא געווען? פרעג איך יעצט ווען סעקומט פאר א מלחמה אויף די קריסטן ווי זענען אינז ווער דען קען אזוי גוט פארשטיין די סיטואציע ווי אינז?
חברה סעקומט פאר אין מיטל מזרח א וועלט מלחמה אויף קריסטן! ווען וועלט איז וועלט און אויב ווילן מיר ווייטער קענען שרייען אז סעאיז געווען א אומרעכט וואס די אמעריקנער האבן געטון דאן וועקט אייך אויף! ווי זענען אונזערע פירער וואס האבן געשריגן אז קיינעם איז נישט אנגעגאנגען וואס מען האט געטון מיט אינז?? ווי קען מען לעבן אין די אייגענע באבל און פארלאנגען יעדער זאל האבן סימפאטיע מיט אינז??

יעדער איז וויליג צו דיסעגריען‚ דאס איז מיין מהלך...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלקן קראצער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר