נפתלי מאסטער [אדער מאנסטער..] פארפירט אקעגן אונז!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

נפתלי מאסטער [אדער מאנסטער..] פארפירט אקעגן אונז!

שליחה דורך לא להנאת גופי »

דער געמיינער יונג הערט נישט אויף צו פארפירן איבער 'חרדישע עדיוקעישען' ער מאכט יעצט א פעסטע law-suit אקעגן דעם ציבור. דא האט איר דעם ניו יארק טיימס:
http://www.nytimes.com/2014/11/23/nyreg ... .html?_r=0

ער האט א ארגאנאזאציע אויך, דא קענט איר זעהן:
http://yaffed.org/

יעצט להערה בעלמא:
וויפיל אינגעלייט ביי אינז זענען געהעריג broke? און לעומת זה וויפיל גבירים עשירים קענען מיר אין -סאטמאר -באבוב -גער -סקווער -צי אפ' פאפא.. ??
יעדער ווייסט אז דער נושא איז א אלטע אויסגעטרויטענע נושא, אבער ס'איז קיימאל נישט געווען איינער וואס האט זיך אויפגעשטעלט און מסביר געווען די וועלט, לעיני העמים והשרים, אז מיר חסידישע אידען קענען זיך אן עצה געבן אן קיין עדיוקעשען.
מיר האבן אזויפיל P.R. עסקנים וואס זארגען זיך אויף יעדער קליינערקייט, מיר האבן ב''ה jewinthecity וואס מאכט אזעלעכע הערליכע ווידיא'ס, מיר האבן אפ' ר' דוד גרינפעלד וואס זעהט אז די טרעפיק זאל זיך פירען על צד היותר טוב, אבער ווידער אזא ריזעגע נושא זענען מיר אום-בייהאלפען. פארוואס??
וועט איינער טענה'ן, ווער דארף מסביר זיין פאר די וועלט, און סתם מאכן איבריגע עין הרע, אויף וואס פעלט עס אויס??
ס'איז אבער ליידער א גרויסע פראבלעם. יעדער יודע דבר ווייסט אז ווען א איד האט א court-case בעניני ממונות, וועט ער 85% זיכער פארלירען, און דאס איז ווייל די שונאי ישראל קענען נישט פארשטיין וויאזוי א איד קען מאכן אזוי פיל געלט אן fraud. די עפ. בי. איי. איז הינדערט פראצענט זיכער אז יעדער היימישע גביר איז מלא fraud.. דאס איז א ריינע פאקט. וואס ברענגט אן א שיעור צרות.

נו אפשר איז געקומען די צייט איינאר זאל אויפשטיין און מאכן א ארגאנאזאציע וואס זאל פשוט ווייזען די וועלט צענדליגע חרדישע ביזנעסעס וואס זענען פלעין מצליח אלס א פשוטע succssesful ביזנעס??

מיר דארפן סך הכל ברענגען פאקטן!!!!!
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר