אפהאנדלונג איבער די לעצטערע טעראר אטאקעס אין ארץ ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

אפהאנדלונג איבער די לעצטערע טעראר אטאקעס אין ארץ ישראל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דעם פארגאנגענעם מיטוואך האט ליידער ווידעראמאל פאסירט א טעראריסטישע אטאקע אין ארץ ישראל, ווען אן אראבישער רוצח האט ארויפשפאצירט אויף א אוטובאס אין צענטער פון תל-אביב, ארויסגעצויגען א מעסער, און זיך גענומען שטעכן מענטשן פון אלע זייטן. 9 מענטשן האט דער אראבישער רוצח אזוי געשטאכען, ביז דער 'נהג', א איד מיטן נאמען העצל ביטמאן, האט אים אומשעדליך געמאכט.

9 מענטשן האט דער קאלטבלוטיגער רוצח אנגעיאגט צו דערשטעכן, פון דעם זענען 3 גאר קריטיש פארוואונדעט געווארן, און געפינען זיך אצינד אין דעם תל-השומר שפיטאל, ווי זיי ערהוילן זיך מיטן אייבישטענס הילף.

געוואלד געשריגען, די פארגאסענע בלוט פון די טייערע אידן פון פראנקרייך זענען נאך נישט געהעריג איינגעזאפט געווארן אין דער ערד, די בלוט פון די קדושים וואס זענען ברוטאליש ערמארדעט געווארן דורך די אראבישע רוצחים זידן נאך, די בלוט פון די 3 טייערע פארכאפטע בחורים שטייט אונז נאך פאר די אויגן, דאס אלעס איז נאר פון דאס יאר אליינס, ווי לאנג נאך גייט דאס אנהאלטן? ווער איז שולדיג אין דעם? וואס קען מען טאן דאס אפצושטילן? לבי לבי על חלליהם....

ליידער לעבן מיר ווי דער בארימטער בת היענה, מען שטעקט זיך דעם אין דער ערד אריין, און מען שרייט שלום עלי נפשי. דאס גלייכגילטיגקייט וואס מיר צווינגען זיך ארויף אויף אונז, פארטעמט אונז די געפילן, געוואלד ווען וועלן מיר זיך אויפוועקן? ווען מיר וועלן שוין שטיין אין די בהמה וואגאנען אויפן וועג צו די גאז קאמערן? עס איז אזוי קאמיש ווי דאס קלוג און געריבן אידיש פאלק גייט איבער נאכאמאל די זעלבע טעותים וואס אונזערע עלטערן אין אונגארן זענען באגאנגען אין דער נישט לאנג צוריק געוועזענער שואה, מען איז געזעצן אין הודו-נאנאש און געפראסן גולאש מיט הייסע קראמפירן, און אין שאראש-פאטאק האט מען זיך פארסמאקעוועט אין שטאפ-גענץ, און אין דער שכנות'דיגער פוילן האט שוין היטלער געשאכטן און דערשטיקט צום טויט אנשים נשים וטף אין די מיליאנען, די באן שינעס וואס פירן קיין טרעבלינקע, מיידאנאק, און בעלשיץ האבן זיך שוין געריבן און געגריצט אין גרויסן, און אנשטאט מען זאל זיך הייבן די פוס און מאכן א ויברח, האט מען זיך אריינגעשטעקט דעם קאפ אינעם טעלער פאפריקאש, און זיך פראבירט איינצורעדן אז קוטשע פייע נעקי עס גייט גארנישט געשעהן.

רבותי עס חזר'ט זיך אקוראשט איבער... דער עולם גולם רעדט זיך איין אז דער שווארבערישער נתניהו מיט זיין מושטירטע מוסד, און פעפערדיגע ש"ב, און טרענירטע געשולטער צבא, וועלן אונז באשיצן פונעם אראבישן שכן וואס דרייט זיך מיטן לאנגען מעסער אין די הויפט גאסן פון ירושלים.... גיוואלד לאמיר זיך אויפוועקן.... לאמיר זיך ארויסנעמען דעם קאפ פון אונטער דער ערד, און לאמיר קוקן דאס מציאות אין פנים אריין.... בעפאר מיר וועלן זיך דערזעהן אין די גאז קאמערן....

לאמיר כאפן א בליק וואס עס האט זיך אפגעטאן אין די גאסן פון בערלין אין די דרייסיגער יארן:

מען שטעלט אפ א גוי אויפן גאס, און מען פרעגט אים, זאג נאר, פארוואס הרג'עט מען אויס די אידן?
ענטפערט ער תיכף ומיד, ווייל די אידן דאמינירן די וועלטס עקאנאמיע, און קאנספירן ארויסצורייסן די קעשענעס פון די ריינע ראסע, דערפאר מוז מען זיי עלימינירן און עקסטערמאנירן מיט ציקלאן בי גאז.

און היינט ווען מען שטעלט אפ א גוי אויפן גאס און מען פרעגט אים, זאג נאר, פארוואס טעראריזירען די אראבער די וועלט?
ענטפערט ער, ווייל די וועלט שטיצט מדינת ישראל מיט אירע אומלעגאלע רדיפות קעגן די אראבער.

די גאנצע וועלט קוקט אן די מדינה של גיהנם אלס דער נומער איינס פראבלעם, וואס אדאנק איר איז געשעהן סעפטעמבער 11, א דאנק איר האט אמעריקע אינוואנדירט אפגאניסטאן ווי שווערע טויזענטער אמעריקאנער זעלנער זענען שוין אומגעקומען, און עס האט חרוב געמאכט די עקאנאמיע, א דאנק איר האט אמעריקא אינוואנדירט איראק און פארלוירן טויזענטער זעלנער, א דאנק איר הערשט אזא געפאר אין די וועלט אז איראן וועט זיך באוואפענען מיט נוקלעארע וואפנס.

שטעלט אייך פאר וואס פאר א סארט שנאה עס ברענט אין הארץ פון יעדן גוי בכלל, און אראבער בפרט, קעגן כלל ישראל, בלויז צוליב דעם עקזיסטענץ פון מדינת ישראל.

גאנץ רעכט אין די מיטל-אלטער תקופה, און ווי אויך אין נאצי עפאכע, האבן זיך די אידן גארנישט געקענט העלפן, ווייל דאס אז זיי זענען קלוג, און האבן באזיצט אלע פראפעסענאלע פאזיציעס, איז גארנישט געווען זייער שולד. אבער ווער זאגט אז מיר דארפן היינט צו טאגס געשטאכן ווערן און גע'הרג'עט ווערן אין די גאסען פון באמביי, און פאריז, אדער אויף אוטובאסען אין תל-אביב, אדער גאר אין בית מדרש אין הר נוף אינמיטן דאווענען, צוליב די תאווה פון עטליכע אפיקורסים און משומדים צו שפילן לאנד און רעגירונג? און האבן נישט קיין שום פראבלעם צו באצאלן פאר זייערע תאווה מיט אידיש בלוט, אזוי ווי זיי האבן טאקע געטאן ביים שואה.

ווי אזוי האט נאר געזאגט דער פארזעעהניש נתן שוואלב שר''י? "אויב מיר וועלן נישט געבן קיין בלוט, וועלן מיר נישט קענן פאדערן קיין לאנד פון די וועלט" עפ''ל, ווער בעהט דיר צו פאדערן א לאנד? צו וואס דארפסטו עס האבן? און ווער גיבט דיר דאס רעכט צו נוצן מיין בלוט דערוועגן? דארף נישט קיין לאנד, און לאמיך לעבן, דו הונט איינער!

וואס וואלט ווען פאסירט ווען ארץ ישראל פארבלייבט ווען אונטער דעם בריטשען מאנדאט?
וואס וואלט ווען פאסירט ווען ארץ ישראל איז אונטער א יו.ען. טראסשיפ? עס איז דאך געווען אזא פלאן, נאר אבא איבן האט זיכער געמאכט אז דאס געשעהט נישט.
וואס וואלט ווען געשעהן ווען ארץ ישראל איז אונטער די קעניגרייך פון ירדן? דער קעניג אבדלה האט דאס פארגעשלאגן פאר גאלדא מאיר, וואס האט דאס קאטעגאריש אפגעווארפן בלויז צוליב די סיבה ווייל זי האט געוואלט א לאנד, צו קענן שפילן הויז- רעגירונג.

דאן וואלט דאך נעמליך נישט געווען קיין גערעכטער סיבה פארן גוי אונז צו האסן און מארדן.
מדינת ישראל איז דער אומנויטיגע אומזיסטע סיבה, פארוואס מיר ווערן געשאכטן אין די גאסן, און פארוואס מיר גייען מאסענווייז אויסגע'שחט'ען ווערן....
עס איז שוין העכסט צייט צו פארמאכן שאפ, און פטור צו ווערן פון דעם ווארצל, פון דעם שורש פורה ראש ולענה צו אלע פראבלעמען, וואס רופט זיך איזראעל.....

וואס דאן וועט נתניהו קענען פארבלייבן אין ישראל אויסצומענטשלען די חרדים, און נישט דארפן מאשירן אין די גאסן פון פאריז מיט די אלע בלאפערס וואס שטעלן זיך ארויס לפנים קעגן אנטיסעמיטיזם....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר