געשעהט יעצט: קינדערישע געים פון די מוסדות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 10:28 pm

ר' טמיר: ווי ס'זעהט מיר אויס ביזסטו נאכנישט געזיצן ביי א רעדל פון א באס אדער געווען א באס מענידזשער אדער מנהל/ת פון א מוסד וועלכער איז אחראי אויפ'ן וואוילזיין און סעיפטי פון קינדער. ווייל ווען יא, וואלסטו נישט געמאכט אזא ..."נאאיוון".. (בלשון נקיה.) סטעיטמענט.

איך האב אמאל געדרייווט א באס פאר א מוסד וואו דער מנהל/אדמיניסטראטאר/בעה"ב איז נישט געווען קיין נארמאלער מענטש . (דער מוסד האטציך שוין ב"ה פארמאכט.). אין אן ענליכן מצב ווי היינט, האט ער מיר געהייסן פארן מיט'ן באס און אויפפיקן קינדער. איך האב אריינגעברענגט 11 קינדער אין די ת"ת. (די איבעריגע קינדער האבן געהאט נארמאלע מאמעס וועלכע האבן נישט געשיקט די קינדער אין אזא וועטער.). אינדערפריה איז עס נאך געגאנגען א ביסל בחסד. אבער נאכמיטאג, ווען מ'האט געדארפט אהיימנעמען די קינדער ביניך ארויפגעפארן אויף אן אייזבארג און סטאק געווארן. דער באס האט זיך געגליטשט אויף אלע ארבע רוחות העולם. נאר נישט געפארן גראד...! 3 ווענס פון חברים האבן מיך פרובירט ארויס צו שלעפן אדער ארויס צו שטופן. ס'האט גארנישט געהאלפן. די קינדער זענען נעבעך געפרוירן געווארן אויפ'ן באס. ביז א אידישע מאמע האט רחמנות געהאט און זיי אריינגענומען אין שטוב. ביז זייערע עלטערן האבן זיי אויפגעפיקט. איך האב מיך אזוי געמוטשעט (אליין) מיט'ן באס. נאכדעם וואס חברים האבן אויפגעגעבן. ביז איך בין בחסדי ה' ארויסגעקראכן.

ווען כ'האב געפרעגט דעם פאררוקטן מענטש פארוואס ער האט ארויסגעשיקט דעם באס אין אזא מצב. האט ער מיר געענטפערט ...(ווי א חכם.)...ווייל סאטמאר'ע באסעס זענען אויך געפארן. ווען כ'האב אים געזאגט אז סאטמאר האט נאכדעם צוריקגערופן די באסעס. פארוואס האט ער מיר נישט מודיע געווען...האט ער נישט געהאט וואס צו ענטפערן... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 9987 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5510 מאל

הודעהדורך וואלווי » פרייטאג פעברואר 10, 2017 1:46 am

berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב אמאל געדרייווט א באס פאר א מוסד וואו דער מנהל/אדמיניסטראטאר/בעה"ב איז נישט געווען קיין נארמאלער מענטש . (דער מוסד האטציך שוין ב"ה פארמאכט.).


berlbalaguleh האט געשריבן:ווען כ'האב געפרעגט דעם פאררוקטן מענטש פארוואס ער האט ארויסגעשיקט דעם באס אין אזא מצב. האט ער מיר געענטפערט ...(ווי א חכם.)...ווייל סאטמאר'ע באסעס זענען אויך געפארן. ווען כ'האב אים געזאגט אז סאטמאר האט נאכדעם צוריקגערופן די באסעס. פארוואס האט ער מיר נישט מודיע געווען...האט ער נישט געהאט וואס צו ענטפערן...


לאמיר זען, איז די מוסד פאפא? אבער די זאגסט אז די מוסד האט זיך שוין פארמאכט. אפשר פאפא בארא פארק?
...You can choose to grab a WOLF by the tail, but you'd better have a plan for dealing with the teeth at the other end
באניצער אוואטאר
וואלווי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 650
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 756 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 13, 2017 2:19 am

וואלווי: כ'ווייס נישט וואס דו האסט אקעיגן פאפא. אבער ס'איז נישט פאפא. זיי פונקנציאנירן ב"ה אויף ביידע באקן. ווער ס'איז גיי איך נישט זאגן מכח לשון הרע און ליצנות. אבער צו האנדלען מיט דעם פאררוקטן מענטש איז געווען א ספעציעלער תענוג. איך האב געקוילערט פאר געלעכטער א יעדן טאג פון זיינע דברי חכמה. ווער ס'האט אדורכגעליינט דעם קאנטראקט וואס ער האט געשריבן מיט זיינע מלמדים (מיט די בעלי עגלות האט ער נישט געשריבן קיין קאנטראקט, ב"ה.) האט גלייך געזעהן אז ער איז נישט קיין נארמאלער מענטש. איינס פון די סעיפים אין קאנטראקט איז געווען ווען דער מלמד מעג גיין אין בית הכסא. און ווען ער מעג גיין טרינקען א קאווע... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 9987 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5510 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:55 am

טמיר האט געשריבן:עס איז שוין אמאל עפעס געשען מיט א קינד וועגן גיין אין סקול / חדר אין די שניי? סזעהט מיר אויס ווי סתם איבערגעטריבענע פחד, אדער סתם א גוטע געלעגענהייט צו נעמען וועקעישען

ליידער, ליידער, כבר היה מעשה שוין אפאר טאג נאך א שניי ווען אלעס איז שוין געפארן געהעריג.... (כ'האף ס'דרייען זיך נישטא קיין משפחה פון יענעם קינד).
!Its over
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2333
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1120 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט