געשעהט יעצט: קינדערישע געים פון די מוסדות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 10:28 pm

ר' טמיר: ווי ס'זעהט מיר אויס ביזסטו נאכנישט געזיצן ביי א רעדל פון א באס אדער געווען א באס מענידזשער אדער מנהל/ת פון א מוסד וועלכער איז אחראי אויפ'ן וואוילזיין און סעיפטי פון קינדער. ווייל ווען יא, וואלסטו נישט געמאכט אזא ..."נאאיוון".. (בלשון נקיה.) סטעיטמענט.

איך האב אמאל געדרייווט א באס פאר א מוסד וואו דער מנהל/אדמיניסטראטאר/בעה"ב איז נישט געווען קיין נארמאלער מענטש . (דער מוסד האטציך שוין ב"ה פארמאכט.). אין אן ענליכן מצב ווי היינט, האט ער מיר געהייסן פארן מיט'ן באס און אויפפיקן קינדער. איך האב אריינגעברענגט 11 קינדער אין די ת"ת. (די איבעריגע קינדער האבן געהאט נארמאלע מאמעס וועלכע האבן נישט געשיקט די קינדער אין אזא וועטער.). אינדערפריה איז עס נאך געגאנגען א ביסל בחסד. אבער נאכמיטאג, ווען מ'האט געדארפט אהיימנעמען די קינדער ביניך ארויפגעפארן אויף אן אייזבארג און סטאק געווארן. דער באס האט זיך געגליטשט אויף אלע ארבע רוחות העולם. נאר נישט געפארן גראד...! 3 ווענס פון חברים האבן מיך פרובירט ארויס צו שלעפן אדער ארויס צו שטופן. ס'האט גארנישט געהאלפן. די קינדער זענען נעבעך געפרוירן געווארן אויפ'ן באס. ביז א אידישע מאמע האט רחמנות געהאט און זיי אריינגענומען אין שטוב. ביז זייערע עלטערן האבן זיי אויפגעפיקט. איך האב מיך אזוי געמוטשעט (אליין) מיט'ן באס. נאכדעם וואס חברים האבן אויפגעגעבן. ביז איך בין בחסדי ה' ארויסגעקראכן.

ווען כ'האב געפרעגט דעם פאררוקטן מענטש פארוואס ער האט ארויסגעשיקט דעם באס אין אזא מצב. האט ער מיר געענטפערט ...(ווי א חכם.)...ווייל סאטמאר'ע באסעס זענען אויך געפארן. ווען כ'האב אים געזאגט אז סאטמאר האט נאכדעם צוריקגערופן די באסעס. פארוואס האט ער מיר נישט מודיע געווען...האט ער נישט געהאט וואס צו ענטפערן... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9264
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5585 מאל

הודעהדורך וואלווי » פרייטאג פעברואר 10, 2017 1:46 am

berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב אמאל געדרייווט א באס פאר א מוסד וואו דער מנהל/אדמיניסטראטאר/בעה"ב איז נישט געווען קיין נארמאלער מענטש . (דער מוסד האטציך שוין ב"ה פארמאכט.).


berlbalaguleh האט געשריבן:ווען כ'האב געפרעגט דעם פאררוקטן מענטש פארוואס ער האט ארויסגעשיקט דעם באס אין אזא מצב. האט ער מיר געענטפערט ...(ווי א חכם.)...ווייל סאטמאר'ע באסעס זענען אויך געפארן. ווען כ'האב אים געזאגט אז סאטמאר האט נאכדעם צוריקגערופן די באסעס. פארוואס האט ער מיר נישט מודיע געווען...האט ער נישט געהאט וואס צו ענטפערן...


לאמיר זען, איז די מוסד פאפא? אבער די זאגסט אז די מוסד האט זיך שוין פארמאכט. אפשר פאפא בארא פארק?
...You can choose to grab a WOLF by the tail, but you'd better have a plan for dealing with the teeth at the other end
באניצער אוואטאר
וואלווי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 13, 2017 2:19 am

וואלווי: כ'ווייס נישט וואס דו האסט אקעיגן פאפא. אבער ס'איז נישט פאפא. זיי פונקנציאנירן ב"ה אויף ביידע באקן. ווער ס'איז גיי איך נישט זאגן מכח לשון הרע און ליצנות. אבער צו האנדלען מיט דעם פאררוקטן מענטש איז געווען א ספעציעלער תענוג. איך האב געקוילערט פאר געלעכטער א יעדן טאג פון זיינע דברי חכמה. ווער ס'האט אדורכגעליינט דעם קאנטראקט וואס ער האט געשריבן מיט זיינע מלמדים (מיט די בעלי עגלות האט ער נישט געשריבן קיין קאנטראקט, ב"ה.) האט גלייך געזעהן אז ער איז נישט קיין נארמאלער מענטש. איינס פון די סעיפים אין קאנטראקט איז געווען ווען דער מלמד מעג גיין אין בית הכסא. און ווען ער מעג גיין טרינקען א קאווע... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9264
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5585 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:55 am

טמיר האט געשריבן:עס איז שוין אמאל עפעס געשען מיט א קינד וועגן גיין אין סקול / חדר אין די שניי? סזעהט מיר אויס ווי סתם איבערגעטריבענע פחד, אדער סתם א גוטע געלעגענהייט צו נעמען וועקעישען

ליידער, ליידער, כבר היה מעשה שוין אפאר טאג נאך א שניי ווען אלעס איז שוין געפארן געהעריג.... (כ'האף ס'דרייען זיך נישטא קיין משפחה פון יענעם קינד).
!Its over
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2393
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2497 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1148 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג מערץ 13, 2017 12:50 pm

נ''י פאבליק סקאלס האבן שוין געמאלדען אז זיי גייען זיין פארשפארט מארגען וועגן די שניי שטורעם. ווי לאנג גייט נעמען פאר די היימישע מוסודת יעדעם משוגע צו מאכן ביז זיי האבן א פלאן??
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1162 מאל

הודעהדורך ליפא » מאנטאג מערץ 13, 2017 12:52 pm

איר דארפט פארשטיין אז ביטול תורה איז נישט דא ביי די פובליק סקולס
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1601
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

הודעהדורך קומזיץ » מאנטאג מערץ 13, 2017 1:56 pm

ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו פאבליק סקול, פאר די עלטערן איז זיכער גרינגער אז מרעכענט זיך מיט זיי און מ'שפארט נישט אפ די מוסד תיכף ומיד נאר מ'ווארט צו זעהן ווי אזוי עס וועט זיך אויסקאכען און עס האט זיך שוין כמה פעמים אויפגעוויזן אז עס איז נישט געוועהן ווי זיי האבן געזאגט , און רוב מוסדות האבן היינט צוטאגס א האטליין וואס מ'אפדעיט די עלטערן כסדר , פארשטייט זיך אז מ'רעדט נישט ווען עס שנייט שוין און די גאסן זענען שוין אנגעלייגט וואס דעמאלטס איז שוין א אנדערע מעשה
קומזיץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

Re: געשעהט יעצט: קינדערישע געים פון די מוסדות

הודעהדורך קלוגע יודל » מאנטאג מערץ 13, 2017 4:10 pm

געהערט אז בית יעקב פון בארא פארק האט שוין געקענט.
קלוגע יודל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 215
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:40 am
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג מערץ 13, 2017 4:54 pm

כ'וואלט געוואלט קענען שלאפן רואיג. נישט דארפן אויפשטיין זעקס דרייסיג פארטאגס רופען א האטליין צו הערן אויב ס'דא חדר. ס'וואלט געקענט זיין פונקט אזוי גוט ווען מ'קען ווען וויסן היינט נאכט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 398
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

Re: געשעהט יעצט: קינדערישע געים פון די מוסדות

הודעהדורך קלוגע יודל » מאנטאג מערץ 13, 2017 5:03 pm

קורקלענד האט געשריבן:כ'וואלט געוואלט קענען שלאפן רואיג. נישט דארפן אויפשטיין זעקס דרייסיג פארטאגס רופען א האטליין צו הערן אויב ס'דא חדר. ס'וואלט געקענט זיין פונקט אזוי גוט ווען מ'קען ווען וויסן היינט נאכט.

און 6:30 גייען זיי מעלדען אז עס איז נישטא קיין שחרית, און 7:00 זאל מען רופן נאכאמאל הערן מער אפדעיטס.
7:00 וועלן זיי זאגן אז מען רופן 7:30.

איז נישט נאר אז מען דארף אויפשטיין 6:30, נאר מען קען זיך אפילו נישט צוריק לייגן שלאפן....
קלוגע יודל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 215
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:40 am
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 13, 2017 11:02 pm

קומזיץ האט געשריבן:ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו פאבליק סקול, פאר די עלטערן איז זיכער גרינגער אז מרעכענט זיך מיט זיי און מ'שפארט נישט אפ די מוסד תיכף ומיד נאר מ'ווארט צו זעהן ווי אזוי עס וועט זיך אויסקאכען און עס האט זיך שוין כמה פעמים אויפגעוויזן אז עס איז נישט געוועהן ווי זיי האבן געזאגט , און רוב מוסדות האבן היינט צוטאגס א האטליין וואס מ'אפדעיט די עלטערן כסדר , פארשטייט זיך אז מ'רעדט נישט ווען עס שנייט שוין און די גאסן זענען שוין אנגעלייגט וואס דעמאלטס איז שוין א אנדערע מעשה

קומזיץ: איך ווייס נישט אויב דו האסט שוין אמאל אין דיין לעבן געדרייווט א באס. אבער איך זעה אז דו רעדסט ווי א מבין אן עקספערט. עכ"פ דיינע ווערטער לייגן זיך שטארק אויפ'ן שכל. איךהאף אז דו ביסט ערגעץ א באס מענעדזשער אין א מוסד. איך וויל דארטן אהין גיין צו זיין א דרייווער. ווייל דו ביסט א מענטש מיט שכל הישר. קאממאן סענס. דו מיינסט מ'וועט מיך אננעמען...? מ'קען אפשר פארהאנדלען פאר קומענדיגע זמן...??
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9264
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5585 מאל

הודעהדורך קומזיץ » מאנטאג מערץ 13, 2017 11:54 pm

ר בערל עס וועט זיין א ספעציעלע זכיה צו האבן אזא דרייווער מזקני חסידים , מאכט נאר זיכער אז איר ברענגט נישט אייער פערד און וואגן , ווייל אונז זענען שוין מער נישט און די צייטן פון סענדער דעם דייטש און מען פארט שוין היינט מיט באסעס!!
קומזיץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 14, 2017 12:13 am

ר' קומזיץ: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. ספעציעל ווען דו האסט דערמאנט דעם נאמען פון מיין הייליגן רעבי'ן ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון (ואנחה) עלינו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9264
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5585 מאל

הודעהדורך ליפא » דינסטאג מערץ 14, 2017 9:39 am

חדרים זענען אפען
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1601
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

Re: געשעהט יעצט: קינדערישע געים פון די מוסדות

הודעהדורך טרויבן88 » דינסטאג מערץ 14, 2017 10:55 am

נעבעך פאר אונז אז מיר מוזן עפענען די חדרים (מיידל סקולס זענען אלע אפגעשטיפט ווייל די מיידל סקולס זענען אפען בדוחק ווייל מיר מוזן ווייזן אז מיר זענען נישט טאליבאן...) ווייל מיר מוזן אנטהאלטן די נאראטיוו אז סייענס איז שקר און ס'איז שוין געווען צענדליגער מאל וואס מען האט עפעס פאראויסגעזאגט און ס'איז נישט אנגעקומען און דאס איז די זעלבע וואס האלטן פון גלאבעל ווארמינג וכו'....

נעבעך
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 14, 2017 4:40 pm

טרויבן88: מ'זאגט א ווערטל. וואס איז דער דזשאב פון א וועטערמאן...?! אז ווען ער/זי זאגט פאראויס א געוויסע געשעעניש און ס'געשעהט נישט. קען ער/זי גוט מסביר זיין פארוואס ס'איז נישט געשעהן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9264
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5585 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron