10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע

הודעהדורך מי אני » מאנטאג מערץ 23, 2020 6:12 pm

ס׳איז ל״ד אז די ענטיטי איז ״חשוב׳ער״ פונ׳ם מענטש אונטער דעם און וועגן דעם איז בעסער צו האלטן די אידענטיטעט פונ׳ם מענטש דערונטער אין געהיים. נאר אפילו אין א פאל וואס די אמת׳ע אידענטיטעט איז יא באמת חשוב׳ער פונ׳ם געשאפענעם ענטיטי (אשר בא לכלל ענטיטי וכנ״ל), קען מען נאך אלס זאגן אז דאס דארף ווערן געהאלטן עקסטער און אפגעזונדערט פונ׳ם אידענטיטעט, ווייל עס איז באמת א דבר נפרד פונ׳ם אידענטיטעט (הגם מ׳קען טאקע נישט זאגן אז עס איז לגמרי לגמרי אפגעטיילט, אבער עס איז דאך גענוג נפרד פונ׳ם אידענטיטעט פונ׳ם מענטש, וויבאלד עס איז אן ענטיטי בפני עצמו וכנ״ל).

ואגב, אין אזא פאל קען עס אויך פארענטפערן @הוגה’ס טענה קעגן אזעלכע מענטשן וואס האבן מער ווי איין ניק. דהיינו, אויב זענען זיי צוויי אנדערע דיסטינקט תוכנ׳דיגע ענטיטיס (אשר באו לכלל זה וככל הנ״ל), איז דאך נישט שייך צו טענה׳ן אז ״זיי זענען דאך איין מענטש״, ווייל די ניקס זענען דאך נפרד פונ׳ם מענטש אונטער זיי.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Daum [Bot] און 3 געסט

cron