10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע

שליחה דורך הוגה »

[justify]ווען מיין גוטע פריינט יצחק האט זיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל, האב איך געהאט מיט אים א שמועס און אים פרובירט צו קאנווינסען אז ער זאל ענדערש שרייבן מיט א ניק ווי מיט זיין עכטע נאמען. מיין נאאיווע טענה איז געווען אז עס וועט ראונירן קאווע שטיבל, ווייל אויב ער וועט שרייבן מיט זיין עכטע נאמען וועלן דאך אנדערע אויך אזוי טון און שרייבען מיט זייערע עכטע נעמען, און ווען דער עולם וועט שרייבן מיט די עכטע נעמען וועט מען זיך נישט ערלויבן ארויסצושרייבן אזוי גראב און אפען וואס מען האלט. עס וועלן מער נישט זיין אזעלכע טיפזיניגע ארטיקלן איבער השקפה, אמונה ודעות. דער עולם וועט מורא האבן צו קריטיקירן דעם א.ג סיסטעם מיט זייערע עכטע נעמען און מען וועט זיך צוריקהאלטן פון שרייבן איבער פערזענליכע ערפארונג, ובפרט מאחורי הפרגוד. 

יעצט, ווען איך בין שוין עלטער מיט איין און צוואנציג חדשים, האט זיך מיין מיינונג אביסל געטוישט און איך האלט היינט אז עס וואלט בעסער געווען ווען דער עולם איז זיך יא אביסל מגלה און לאזט זיך יא געהאלטן ווערן אקאונטעביל אויף וואס מען שרייבט. דא האט איר צען וועגן וואס מיר וועלן בענעפיטירן פון אזא מהלך און דערנאך וועל איך מסביר זיין וויאזוי מען קען דאס ארויסברענגן מן הרצון למעשה. וזאת למודעי, איך רעד דא צו מיר אליינס און איך האף אז דאס וועט מיר אויך געבן די קוראזש צו פראקטיצירן וואס איך פרעידיג.



ווען דער עולם וועט שרייבן אונטער זייער אמת'ע אידענטיטעיט:

1)      וועט מען שרייבן נאר וואס מען האלט באמת דערביי, אדער עכ"פ לויט וויאזוי מען לעבט בפועל און נישט בדמיון.
ווען מען שרייבט אונטער די שלייער פון ניקס שאפט זיך א פאלשער (קרי: ווירטואלער) וועלט. לדוגמא, עס קען זיך דאכטען איינער וואס קומט אריין אין ק"ש אז א גרויסע פראצענט פון דער עולם ביי אונז זענען ראציאנאל-טראכטענדע מענטשן, זיי לאזן זיך נישט נער'ן פון דמיונות, און זיי דארפן עס נישט, ווייל זייער ראציאנאל גיבט זיי גענוג צו קענען ווייטער אנגיין מיט זייער אמונות וכדומה אן די דמיונות. אבער דערווייל, לא דובים ולא יער. קום אריין צו א תיקון לרגל כ"א אדר און דער עולם באלעקט זיך די פינגער מיט באמבאסטישע מעשיות איבער געשפאלטענע נעגל וואסער, עגונות פליען פון די קארפאטען בערג קיין טערקיי און מלאכים שטייען אין די ווארטזאל אריינצוגיין אויף אן אדיענץ צום הייליגע רבי רבי אלימלך ז"ל, בשעת די עולם גולם שטאפט זיך מיט שמאלץ הערינג און אייער קיכלעך. וואו זענען אלע ראצאיאנאלע מענטשן פארשוואונדען געווארן פלוצלינג? תהלים כולל, און קופת העיר זענען ווייט פון גיין באנקראט, אדאנק זייערע גליונות וואס זענען פול מיט סיפורי מופתים וסגולות.

ווידער קען זיך דאכטן איינער וואס גייט אריין אין א"וו, אז א גרויסע פראצענט פון דער עולם ביי אונז זענען פרומע מענטשן וואס נעמען אלעס אן לטובה מיט א שמייכל, עס שטערט זיי גארנישט, רעדן קיינמאל קיין לשון הרע ופאליטיק וכדומה. אבער דערווייל זענען די מענטשן נישט צום טרעפן, נישט אין ראדני און נישט אין הופער און אפילו נישט ביי רבי בנימין אייזענבערגער. וואו זענען זיי? זיי עקזיסטירן נישט אין ערגעץ אויסער אין די ווירטואלער וועלט!

2)      וועט מער נישט עקזיסטירן אזא זאך אז איינער זאל האבן מער ווי איין ניק און שפילן אנדערע פערסאנאליטיס.
עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס מענטשן דארפן האבן אפאר ניקס. איינער דארף עס כדי אז זיין ווייב זאל נישט וויסן אז ער דרייט זיך אין מאחורי, אן אנדערע דארף עס ווייל זיין ערשטע ניק איז צו פרום צו קענען שרייבן וואס ער האט געליינט אויף 'דעת אמת'. דער דריטע דארף עס צו 'לייקן' זיין ערשטע ניק. די אונטערשטע שורה איז אז מען לעבט דא אין אן עולם הדמיון. איז דאס די תכלית? אויב ביסטו אין א מצב וואס דו קענסט אין מאחורי נישט גיין, דיין ווייב וועט דיר אפ'גט'ן אויב זי ווייסט דערפון, דאן גיי נישט אין מאחורי. ווען דו גייסט אריין דארט מיט א צווייטע ניק, טוסטו קריעיטען א דמיונ'דיגע מענטש און א דמיונ'דיגע ווירטואלער עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט נישט באמת. ועוד, אויב וועסטו דיר צוגעוואוינען נישט צו טון ווירטואליש אונטער די שלייער פון א ניק וואס דו קענסט נישט טון בפועל, וועסטו מיט די צייט באקומען די מוט צו טוישן דיין לעבן בפועל וכמבואר להלן. אבער אויב וועסטו זיך מאכן באקוועם אונטער די פאלשע אידענטיטעיט, וואס זאל דיר געבן די שטופ צו מאכן עפעס א טויש? אלעס איז דאך גוט אזוי

3)      וועט מען מער נישט לעבן אין פאנטאזיע לאנד נאר מען וועט לעבן אין רעאליטעט.
דאס אלעס איז שוין מבואר געווארן אין די פריערדיגע צוויי נקודות. אבער דא ברענג איך ארויס דעם 'אמת' אלץ א מעלה כשלעצמו, פשוט למען האמת!

4)      וועט מער נישט עקזיסטירן cyber bullying.
דאס קען נאר עקזיסטירן אין די ווירטואלער וועלט וואו מענטשן ווייסן נישט ווער דער מענטש איז עכט, אבער ווען מען ווייסט ווען ווער דער שרייבער איז באמת, וואלט ער/זי זיך נישט געטרויט אזוי אויפצופירן. גיב נאר א קוק אין די גאס, וויפיל מענטשן זעהט מען דען ארום גיין שטופן מענטשן, מבזה זיין מענטשן אדער זיי אריינפארן? די bullying איז א דירעקטע תוצאה פון די פאלשע אידענטיטעיט. דא קען ער שפילן משה וויכטיג, בשעת וואס אין ריעל לייף איז ער דער שיינער איד אדער גאר דער שוטה פון שטאט.

5)      וועט מען אנהייבן צו לעבן אזויווי מען שרייבט.
אין נומער איינס האב איך געשריבן אז מען וועט שרייבן נאר ווי מען לעבט. באמת און דאס איז א מעלה פאר אלע אנדערע מענטשן ארום דיר. יעצט גיי איך איין טריט ווייטער מיטן שרייבן די בעניפיט פאר די שרייבער זעלבסט. שטעלט אייך פאר ווען יענק'ל גרינבערגער שרייבט אן ארטיקל איבער דער מנהג פון קויפן טייערע אתרוגים ווען מען קען עס נישט עפארדן, אבער ווען עס קומט צו קויפן זיין אייגענע אתרוג הייבט ער אן צו טראכטן וואס וועט ער זאגן פאר זיין שווער, פעטער, אדער שכן אין שול ווען מען וועט אים בעטן צו זעהן זיין - נישט אזוי ריינע - אתרוג. ער האלט שוין די צוויי הונדערט דאלער'דיגע אתרוג אין די האנט, אבער דא פלוצלינג דערמאנט ער זיך אז זיינע חברים מוישי און ברוך האבן דאך געליינט זיין ארטיקל אין ק"ש און זיין פאוסט אויף פעיסבוק, ער וועט זיי נישט קענען קוקן אין פנים אריין ווען זיי וועלן זעהן וואס פאר א היפעקריט ער איז. די זעלבע איז מיט א"וו, דער וואס שרייבט אן ארטיקל איבער די וויכטיקייט צו קויפן די טייערסטע אתרוג אין די שטאט וועט האבן אן אינסענטיוו טאקע אזוי זיך נוהג צו זיין למעשה, ווייל זיין ווייב און זיינע חברים ווייסן דאך איבער זיין ארטיקל דארט. און אזוי איז מיט א יעדע נושא וואס איר שרייבט.

6)      ווען איינער וועט שרייבן א דבר טוב אדער הנהגה טובה אויף דער אינטערנעט וועלן זיך אנדערע קענען אפלערנען פון אים.
עס איז זייער שווער זיך אפצולערנען פון א ניק. ווילאנג עס איז נאר א ניק רעדט מען זיך איין אז יענער איז עפעס א סופעריומאן, עפעס וואס עקזיסטירט נישט אין אונזער עכטע וועלט. ווען מען זעהט אבער אז יענער איז ס"ה א בשר ודם פונקט ווי מיר און דיר, איז גרינגער צו מקבל זיין און זיך לערנען פון יענעם.

7)      די ענינים וואס ווערן דא אויסגעליפטערט וועלן גרינגער נתקבל ווערן אין די וועלט ובפרט אין אונזער קליינע וועלט, די חרדי'שע געמיינדע.
אזויווי מיר האבן שוין ערקלערט אין נומער זעקס, עס איז גרינגער מקבל צו זיין קריטיק און עצות פון מענטשן ווען מען זעהט יענעמ'ס הענט און פיס און אז יענער עקזיסטירט אין די אמת'ע וועלט און איז נישט עפעס א ראבאט אין די ווירטואלער וועלט. לדוגמא, איך האב נעכטן פארשטאנען און מקבל געווען אגודת ישראל'ס אפיציעלע שטעלונג אין די מב"פ מערכה נאר צוליב דעם ווייל דער מסביר איז געווען איינער וועמען מיר אלע קענען אין הויט און פלייש אין די אמת'ע וועלט. ווען איינער שרייבט עס ווען אנאנימיסלי וואלט עס נישט געקענט אזוי נתקבל ווערן. וכן שמעתי מעוד חברי ק"ש.

דאס באהאלטן זיך אונטער ניקס און הענדעלס איז איינער פון די באשטאנדטיילן וואס באשטייערען און פעסיליטעיטין דאס עקסטרעמיניזאציע פון דער געמיינדע. א דעה אן א פנים איז קיין דעה און איז א waste of time and energy.

8)      וועלן די אלע זאכן וואס מיר רעדן און דיסקוסירן איבער שינוים לטובה ווירקליך געשעהן, עס וועט זיין למעשה.
איה"נ, מען וועט אפשר נאר "רעדן" האלב פון וואס מען רעדט היינט, אבער טון וועט מען הונדערט פראצענט דערפון. דאס איז אלץ בעסער פון רעדן דאפעלט און טון למעשה נאר צען פראצענט.

9)      וועט מען נישט דארפן לעבן אונטער פחד און זיך זארגן פון די אייגענע שאטן.
איינמאל אלעס איז אפען פאר אלעמען איז דאך שוין נישט דא מער וואס מורא צו האבן. אזויווי פרעזידענדט פ. ד. רוזעוועלט זאגט, “There is nothing to fear but fear itself.”

10)  וועט מען מער נישט דארפן ארבייטן שווער צו געדענקן.
ווען מען שרייבט אונטער א שלייער דרייט מען דאך אויס די פאקטן צומאל כדי צו באהאלטן די אידענטיטעיט. דערנאך דארף מען אלעמאל געדענקן די ליגנט כדי מען זאל זיך נישט סותר זיין שפעטער. ובפרט אז מען שרייבט מיט אפאר ניקס דארף מען דאך מאכן זיכער אז מען שרייבט נישט עפעס וואס פאסט זיך מער פאר די אנדערע ניק, אדער אז מען לייקט נישט חלילה א תגובה וואס אנדערע וועלן דורך דעם כאפן אז עס איז די זעלבע מענטש וכדומה. דעם אמת דארף מען זיך נישט איינחזר'ן ווייל עס איז דאך דעם אמת, ליגנט קען דאך אבער זיין א מיליאן וועגן, דארף מען ארבייטן שווער צו געדענקן אלעס וואס מען שרייבט. איר ווייסט וואס פאר א פרייהייט און גרינגע געשמאקע לעבן עס איז אן דאס אלעס? איר ווייסט ווי געשמאק עס איז ארויסצוקומען פון די קלאזעט? אדרבא, פרובירט עס אויס און צייגט אייך אליינס איבער!


איך בין נישט דא געקומען צו זאגן אז א יעדער איינער זאל טוישן זייער ניק יעצט צו זייער נאמען ממש ככתיבתו אין אנ"ש טעלעפאון בוך, און מיט די ריכטיגע אויסלייג ממש אזוי ווי עס שטייט אין די שמות גיטין וקדושין פונעם ד"ח. עס איז דא עפעס געשמאק אין די איידע פון נוצן handles/ניקס, ספעציעל אויף בלאגס און פארומס. איך געדענקט ווען האסידיק רעבעל האט זיך געטוישט צו שלום דין, ער האט פארלוירן זיין גאנצע חן, טראץ דעם וואס א גרויסע עולם האט שוין געוואוסט פאר א לענגערע צייט ווער האסידיק רעבעל איז. איך קען עס נישט מסביר זיין אבער אויף פארומס און בלאגס קומט צו זיין אזעלכע cute ניקס.

צווישן ארויס שרייבן דעם אמת'ע נאמען און זיך באהאלטן ניק בתוך ניק איז דא א גרויסע צווישנשייד. איך propose דא אז מ'זאל זיך אויפהערן צו באהאלטן אזויפיל. האט נישט מורא, טויש נישט קיין פאקטן, אויב ביסטו אביסל מער געוואגט דאן לייג צו א פערזענליכע אימייל אדרעס צו אייער פראפיל אדער אייער פעיסבוק קאנטע. איי, איינער וועט מעגליך אויסגעפונען ווער איר זענט? זאל יענער אויסגעפונען, עס וועט גארנישט געשעהן. און אז די ווייב אדער שווער וועט אויסגעפונען? וואס וועלן זיי טון? ממ"נ, אויב דו טוסט אן עולה, דאן טו עס נישט אפילו אונטער א ניק, און אויב ביסטו זיכער אז וואס דו טוסט איז ריכטיג דאן זיי פראוד דערפון, אדער עכ"פ באהאלט דיך נישט.

פאר אפאר חדשים צוריק האב איך אליין גענומען אזא שריט ווען איך האב אנגעהויבן צו נוצן מיין עכטע נאמען און פראפיל בילד אויף פעיסבוק, אנשטאט דעם פאלשע נאמען און בילד וואס כ'האב גענוצט פאר די לעצטע אכט יאר. טייל פון מיינע גוטע פריינט האבן געמיינט אז איך בין געפאלן אויפן קאפ. מאנכע האבן זיך געשושקעט אונטער מיין רוקן אז עס זעהט אויס ווי איך וויל פארלאזן די קאמיוניטי, אנדערע האבן מיר אפען געפרעגט אויב איך האב נישט מורא. פון וואס האב איך מורא צו האבן אדער זיך צו שעמען? איך האב למעשה געמאכט דער שריט מיט יישוב הדעת, איך האב געוואוסט פונקטליך וואס די קאנסעקווענצען קענען זיין אין א worst case scenario, און איך בין געווען גרייט צו deal'ן דערמיט. אויב וואלט איך נישט גרייט געווען וואלט איך פארמאכט מיין פעיסבוק קאנטע ווי איידער ווייטער לעבן מיט די היפאקרעסי. למעשה האט עס געמאכט אז איך זאל נאר שרייבן צו דער זאך, נאר טעמעס וואס איך האלט באמת דערביי, און עס האט מיר געשטופט צו לעבן מיט accountability.

איינער פרעגט מיר, "וואס קען איך טון? אויב מיין ווייב וועט ח"ו אויסגעפונען אז איך בין אויף דער אינטערנעט וכ"ש אויף פעיסבוק, וועט זי פארלאנגען א גט. ממילא מוז איך באהאלטן מיין אידענטיטעיט". מיין ענטפער איז אז ער האט צוויי ברירות, אדער זאל ער ארבייטן אויף זיין שלום בית, (וואס שטייט לדעתי גאר שלעכט, אויב זיין ווייב איז גרייט זיך צו גט'ן צוליב א פעיסבוק קאנטע,) אדער זאל ער אראפ גיין פון דער אינטערנעט. נוצן א פאלשע אידענטיטעיט איז א cop-out! עס מיינט אז דו האלטסט נישט ביים deal'ן מיט דיינע אישוס, און דו זוכסט א באקוועמע וועג צו לעבן. פארוואס זאלן זיך זאכן טוישן ענדערש אין פינף יאר פון יעצט ווען דו האלטסט נישט ביים טון עפעס דערוועגן יעצט? וואס גייט זיין אנדערש דעמאלטס?


נאכאמאל, איך זאג נישט אז אלע זאלן זיך יעצט אויסטון די הויזן און זיך מגלה זיין פון איין מינוט אויפן אנדערע. ס"ה וויל איך אז דער נושא זאל ווערן א דעסקוסיע, נעמט אין באטראכט וואס איך זאג דא, קלערט אריין וואס לעבן מיט דעם אמת מיינט פאר אייך, וואס פאר א השפעה עס וועט האבן אויף אייך, אייערע ארומיגע און די גאנצע געמיינדע. און דער עיקר איז, לאמיר אנהייבן מיט א קליינע שריט. לאמיר טרעפן אפאר קליינע areas וואו מיר קענען אביסל אראפלאזן אונזער guard און פון דארט וועלן מיר גיין טריט ביי טריט.




 

 [/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 100 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר