10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 16, 2015 4:43 pm

וואס האט מען פון אלע ארגומענטן אויב דאס קען ממילא נישט אויסגעפירט ווערן הלכה למעשה?
איר מיינט אז די מוסדות וועלן לאזן אונזערע קינדער פארבלייבן ווען זיי געפינען אויס אז איך נוץ נישט זייער פארפאסטן פילטער און איך האב עקסעס צו ק"ש? איך בין דאך א ריכטיגער "איכא דרכא אחרינא'ניק" רח"ל.
מען קען זיך נישט צעקריגן מיט מוסדות, מיט משפחה, מיט חברים אין ביהמ"ד, מיט קאלעגע ארבייטערס, און מיט כ'ווייס-וועמען-נאך בלויז כדי צו קענען זיין אן אמת'דיגער איד!..... מותר לשנות מפני דרכי שלום...

אפשר אז מען וועט עפענען דעם קאווע שטעטל קען דאס ווערן אויספירבאר, באט אדערווייז זעה איך נישט קיין צוקונפט פאר אזא פלאן!
מיר לעבן פארט אויפן עולם השקר!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15100
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 16, 2015 5:02 pm

נאך אן ארגומענט פארוואס נישט ארויסצוקומען פון די שאפע: אמאל, כאטש מענטשן שושקענען זיך שוין דיין ניק, קען מען זיך נאך איינרעדן אז עכט איז עס ווייניגער וויפיל מ'ווייסט באמת, און דערפאר פארזעצן שרייבן נאטורליך.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל

הודעהדורך משבק » מאנטאג מערץ 16, 2015 5:08 pm

שמעקעדיג דארפסט נעמען אין באטראכט אז נאך א התגלות וועט דאס שוין נישט זיין קיין פראבלעם ווייל סקען זיך ארויסשטעלן אז די סאמע גרעסטע שפיצן פון די מוסדות\קהלה זענען דא אקטיווע ניקים
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 245 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 16, 2015 5:12 pm

אז דער משב"ק אליינס זאגט אזוי, דאן מי יבא אחרי המלך!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15100
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך משבק » מאנטאג מערץ 16, 2015 5:24 pm

אך ווי נעמט מען די גוטע צייטן ווען דער משבק איז געווען מושל בכיפה סבלאזן שוין אנדערע ווינטן היינט
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 245 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » מאנטאג מערץ 16, 2015 7:42 pm

אנאנימיטי האט א מעלה וואס איז נאר דא ווען מען איז אנאנימעס.

מען באציהט זיך צום תגובה זעלבסט און נישט צום כותב התגובה.

ואסביר דברי, עס איז געווען דא א ניק, היבש פאפולער, גערעדט באמת דברים של טעם. זיינע תגובות האבן בדרך כלל געהאט לייקס. אינהאלטסרייכע תגובות, פארש ארבייט, זאכליכע הערות וכדומה. דער ניק אין ריעל לייף האט געהאט א גאנץ אנדערע אימעדזש ביי פארשידענע מענטשן שלא ביושר. מענטשן האבן אים אפגעסטעמפלט, אפגעפסלט און פערטיג, אן דעם וואס מען האט אמאל געטוישט א ווארט מיט אים, זענען אסאך מענטשן געווען ביים מיינונג אז יענער איז פוסט און לער פון תוכן.

עד כדי כך, אז איך האב אמאל געשמועסט מיט א חבר מיינער, און יענער האט בתוך הדברים גערעדט נעגאטיוו אויף דעם עכטן פערזאן פונעם ניק, אז ער איז א נאר, טיפש, וכדומה. און מענין לקנין באותו בנין איז מען אנגעקומען צו רעדן פון ניק פלוני, און יענער האט מורא'דיג מפליא געווען יענעמס מאמרים. איך האב מיר געביסן די ליפן נישט צו זאגן פאר יענעם ווי מיאוס עס איז ווען מען דזשאדזשט איינעם אן אים קענען ריכטיג.

קען דאס מעגליך זיין בעלמא דאיתגליא?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג מערץ 16, 2015 8:17 pm

איך קלער עס איז דא דא נאך א נושא וואס מען דארף דא אויסשמועסען און קלאר מאכען ארום דער ענין.
דאס איז דער ענין פון דער פאבליק ספער ווערסוס דער פריוואטע.

1) בנוהג שבעולם, זענען פארהאן זאכען וואס קומען פאר אין דער ציבורישע מרחב, אין דער גאס, און עס איז פארהאן זאכן וואס קומען פאר אין פריוואט, ביי יעדער איינער ביי זיך און שטוב. עס איז דא אסאך צו שמועסען איבער די גדרים פון די זאכן, וואס איז פאבליק און וואס איז פריוואט, און וויאזוי דאס שטעלט זיך ארויס אין יעדער געזעהלשאפט אנדערש לויט איר אייגענארטיגע גדרים און מהלכים. דאס איז נישט אזוי ווייט קיין בחינה פון אז מען באהאלט זיך, אדער מען בלאפט פאר די גאס (הגם עס קען זיין עפעס א קאצקער רבי אדער א cynic פילאסאף זאל אזוי טענה'ם), נאר אז נאטורליך קומען נישט געוויסע זאכען אויף די גאס. למשל אז איך בין היינט אויפגעשטאנען שפעט, איז על פי רוב מיין פריוואט ענין לגמרי און איך מוז עס נישט דערציילען אין בית מדרש. אז איך האב קינדער און איך שפיל מיט זיי, איז שוין אביסעל מער פאבליק, איך דערצייל מיינע חברים איך רוף זיי צו'ם קידוש, איך שיק ארום אין די משפחה די בילדער ווי זיי זענען אזוי קיוט, וכדומה. איך באהאלט דאס טאקע נישט, אבער דאך איז דאס נישט אזא ציבורישע נושא וואס קומט אויף די ערשטע בלאט אין צייטונג, און טאמער וועט דאס זיין דארט וועט עס מיר זיין א בושה און אנווייזען אויף עפעס א פראבלעם.

2) פונקט ווי יעדער מצב און תקופה האט זיך זיינע חילוקים אין דעם, עס זענען דא מער יענטישע סאסייעטיס און ווייניגער, מער פריוואטע סאסייעטיס, האט דער אינטערנעט מיט אירע מעגליכקייטן האט אנגעמאכט א שטיקל בלבול המוחין אין דער ענין. אויף פעיסבוק זענען מענטשען מפרסם בילדער ווי קיוט זייערע בעיביס זענען פאר די גאנצע וועלט, ווי כאילו מיר אינטרעסירט עס בכלל. איז נארמאל דארף די סארט זאכען טאקע זיין אביסעל מוגבל סתם אלץ פרייוועסי, נישט ווייל עס איז א סוד אז דו האסט קיוט קינדער, נאר דאס איז נישט קיין ציבורישע אנגעלעגנהייט, העכסטנס אינטרעסירט דאס דיין משפחה און דיין נאנטע סירקל פון חברים (און צומאל דאס אויך נישט..). מצד שני, אויב דאס ווערט דער נארמאל (ווי צוקערבערג האט זיך אמאל אויסגעדרוקט), איז נישט קיין פראבלעם. יעדער ווייסט אז אויף יעדעמ'ס פעיסבוק בלאט איז דא בילדער פון זיין משפחה און עס איז בסדר. עס איז נישט קיין שלעכטע זאך בעצם, און אז יעדער פירט זיך אזוי איז דאס שוין נישט קיין בושה. עס זעהט מיר אויס אז אויך ביי די היימישער עולם ווי עס איז נישט אזוי דא סאושעל מידיע איז דאך ווערט לעצטנס מער און מער איינגעפירט אז מען שיקט ארום בילדער פון זיך וכדומה, קען זיין אז פשוט ברגע די טעכנאלאגיע דערפאר איז אזוי מצוי איז נישטא קיין סיבה אויף נישט.

3) די זעלבע איז מיט שמועסען, פארהאן אסאך שמועסן וואס קומען פאר אין מקווה, אין קאווע שטיבל (דארט ווי מען טרינקט טאקע קאווע), אין פאליש, וואס איך האב נאכנישט געהערט אז מען שמועסט דארט מיט א ניק, איך ווייס נישט אין וועלכע מקווה @ונבנתה העיר ווייקט זיך, אבער אין די מקוואות און פאלישעם ווי איך דריי זיך האב איך נישט באמערקט אז מען זאל עפעס אזוי באהאלטען די מיינונגען. אלץ ווענדט זיך אין די שמועסער, פארהאן אידען פאר וועם קול מבשר איז נישט גענוג פרום און פארהאן אזעלכע פאר וועם דער פאליש פורום איז צו פרום, און אלע דריקען זיך אויס אין מקווה. עס זעהט מיר אויס סתם א בלבול שווא דאס וואס מען נעמט דא אן אסאך ווי כאילו דער נארמאלער שמועס אין מקוואות איז מער אייוועלט סטייל און די קאווע שטיבל טענות האבען מורא זיך ארויסדרוקען. אין וועלכער פלאץ איך האב זיך געדרייט ווי חאניאקיש עס זאל נישט זיין האב איך געהערט טענות אויף אלעס פון גאט ביז די קאליר פון די רעבי'ס גארטל. אבער וואס יא, ווען דו זאלסט רעקארדירען דער מקווה שמועסער און עס מפרסם זיין בשמו המלא אין דער גאס, וועט ער זיך שטארק שעמען. דאס איז דאך א פריוואטער שמועס ער מיינט נישט באמת מיט דעם זיך ארויסצושטעלן אין דער פאבליק ספער.

4) אויף דער "פאבליק ספער" פון חרדיזם, איז יא אמת א גרויס טייל פון די טענות וואס מען האט דא, איך ווייס נישט וואס איז פונקט דער הסבר דערפאר, אבער ווי @כוכב האט מציין געווען דא, עס איז אפילו דער מנהג ביי רוב שרייבער אין די היימישע צייטונגען זיך שרייבען מיט א ניק. הגם עס איז קיינער נישט קיין סוד על הרוב ווער דאס איז, בלייבט אבער דער נאמען זיינע אין דער פריוואטער ספער נישט אין דער פאבליק. דאס הייסט, פונקט ווי עס זענען דא פריוואטע נושאים און פאבליק נושאים, זענען דא פריוואטע און פאבליק מענטשען. וואס די פאבליק מענטשען זענען די וואס שטעלען זיך ארויס אין דער ענפטליכקייט אויף משפיע זיין און זיין אחראי אויף געוויסע פאבליק זאכען. ביי דער היימישער עולם איז עפעס דא א שרעקליכע רתיעה פון דאס טוהן. אלעס איז עפעס מורא'דיג מלובש, קיינער רעדט נישט בשם זיך אליינס. אלעס זאגט מען נאך פון דער טאטע פון רעבין פון א ספר. האט איר אמאל באמערקט אז חרדישע מחברי ספרים שרייבען ניטאמאל זייער נאמען אויף די דעקל פון זייערע ספרים, כנהוג בכל העולם? דאס איז כאילו אזא צניעות, אבער למעשה איז עס נאך א דוגמא פון דער פחד וואס מיר האבען צו שטיין אין כיכר העיר און אליינס נעמען אחריות אויף וואס מען זאגט. אפילו רבנים און מנהיגים וואס זייערע בילדער זענען יעדער וואך אין צייטונג, זענען על פי רוב מעדיף אז זייערע הוראות און ענינים ציבוריים זאל דער גבאי אדער דער וועד המוסדות אינטערשרייבען. ווי כאילו ער האט מורא מען וועט נאך קומען צו עם מיט די טענות אויף וואס ער טוהט. בעיני איז דאס א מורא'דיגע אומ'אחריות, אלעס שפילט זיך און עס איז נישטא אפילו צו וועם צו האבעו טענות. דער גבאי רעדט דאך נאר בשם דער רבי און דער רבי שיקט דיר צוריק צו'ם וועד. איך בין שטארק מעריך אזא רבי ווי ר' אהרן טייטלבוים, וויפיל שטותים ער זאל נאר נישט רעדן, שיקט ער כאטש נישט דער גבאי זאל עס רעדן בשמו. ער שטעלט זיך אוועק ביים בימה און זאגט אליינס אז זיין בר פלוגתא דער צווייטער רב איז אזוי און אזוי וכו' וכו'. דער וואס פארופט זיך רשכבה"ג און מען קען ניטאמאל טרעפן איין דרשה פון עם ווי ער זאל פארלייגען וואס ער וויל, אלץ איז אזי גם אני מצטרף, איז ביי מיר א פחדן וואס טראגט נישט דער מידענסטער אחריות אויף זיין מנהיגות.

5) צוריק לענייננו. אז עס איז דא אזא סייט ווי קאווע שטיבל, קען דאס זיין אויף איינע פון די צוויי בחינות. ווי ווי @פישלע הערינג האט ארויסגעברענגט, זענען נישט אלע דא געקומען פאר איין סיבה. הגם איך ווייס נישט ווי מדויק זיינע השערות זענען, קען איך זעהן דא צוויי הויפט מהלכים. א טייל זענען דא סתם אזוי צו פארברענגען נאך די ארבעט, אדער אינמיטען די ארבעט. זעהט אויס זיי האבען נישט גענוג חברים אין ריעל לייף, אדער זייערע ריעל לייף חברים זענען נישט אויף די דרגה, זוכט ער זיך חברים אויף די אינטערנעט צו פארברענגען. נו דאס איז תלוי לויט דער נארמע, אויב איז ער נאך אין די אלטע מהלך אז דאס געהערט ממש פריוואט, איז א ניק א שטיקל עצה. הגם איך זעה נישט וואס מען דארף מאכען אזא שטרענגער איסור גילוי, פארשטיי איך איינער וואס לעבט אין אזא הנהגה אז ער דארף נישט זיין נאמען זאל שטיין ברבים אז ער שטיצט די זאלונים און נישט די ארונים. עס איז עם גענוג אז דאס איז אזא כמו פריוואטע מקווה שמועס. און כל זמן עס שטייט נישט זיין נאמען האט ער די סארט פרייוועסי ווי פאר דער אינטערנט איז באשאפן געווארען.

6) ווידער, און דאס איז עכ"פ א גרויס חלק פון די וואס דרייען זיך דא, און איז זיכער דער מטרה פון דער פלאץ בעצם (הגם דער בעל הבית נעמט אויך נישט קיין אחריות..) זענען דא ווייל זיי ווילן דייקא יא זיך ארויסשטעלן אין די פאבליק ספער. די דיבורים איבער מאכען א "מהפכה" מאכן א קאריקאטור פון דעם. קיינער רעדט זיך נישט באמת איין (איך האף..) אז מען וועט זיך טרעפן איין אינדערפרי מיט א "מהפכה". וואס יא, מען וויל אז עס זאל זיין אין די חרדישע פאבליק ספער געוויסע קולות פון קריטיק איבער זאכן וואס זעהן זיי אויס צו זיין עוולות, עס זאל זיין א מער אפענע קאנווערסעישין איבער געוויסע פראבלעמען, עס זאל זיין מער פלאץ פאר קריעיטיוויטי, פאר סתם א יונגערמאן וואס קען שיין שרייבען אדער טראכטן מער טיף זיך ארויסצוגעבן. אויף דעם איז דער אנאנימיטי נישט א הילף נאר להיפך א מעכב אין דער מטרה. אויב וויל איינער אז עס זאל טאקע זיין אזא זאך, דארף מען טאקע זיך אנגארטלען מיט די קוראזש און זיך ארויסשטעלן אין דער פאבליק מציאות. פון אנאנימער ניקס וועט גארנישט ארויסקומען. און אויף דעם איז געזאגט געווארען ככל טענות הוגה אז עס איז סתם זיך אנטלאפן פון די אייגענע פראבלם און געשאפט א נייער עולם הפאנטאזיע מוסיף צו זיין צום פראבלעם.

בקיצור, אויב איז איינער פשוט אינטרעסירט צו בלייבן פריוואט, הער איך איך האב נישט קיין סאך טענות צו עם. הגם זיינע פחדים זענען לשווא. אבער טאמער רעדט ער דייקא איבער דער ציבורישע אספעקט, דאן באפאל איך עם מיט די דערמאנטע ליסטע פון טענות.

עד כאן רענט ב.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3790
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5855 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג מערץ 16, 2015 8:25 pm

פישלע העררינג האט געשריבן:איך וויל קלאר שטעלן דא אויף וויפיהל אופנים איך קען נאר, אז נייע ניקס זאלן נישט נאכגעשלעפט ווערן די באמבאסטישע דערקלערונגען פון גליק ווען מען איז זיך מגלה און די שיינע שבתות וואס מען וועט פראווענען 30 אירע אינאיינעם (איך ווייס נישט אז 30 ניקס וועלכע באלאנגען צו 30 באזונדערע מענטשען זענען בכלל אקטיוו דא, און דו קענסט דיך מיט גאנצע 30 חברה און פארברענגסט מיט זיי שבת... מאכט נישט קיין סענס.), נאר סייג לחכמה שתיקה און אין הצר שוה.

דעטטס אלל.

פארוואס ביסטו אזוי אנגעוויייטאגט? איך לאדן פרעזענליך איין וועלכער נייער אדער אלטער ניק עס איז אינטרעסירט צו מיר פארברענגען שבת צו אינמיטען די וואך, איך זאג נישט צו איך וועל עם באקענען מיט 30 ניקס.. אבער מיט עטליכע זיכער.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3790
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5855 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג מערץ 16, 2015 8:26 pm

מורי ורבותי, די שמועס איז דא אינגאנצן פארפארן פון די נושא, לאמיר פרובירן עס צוריק ארויפצופירן אויף די רעלסן. מיר זענען נישט געקומען דא פראפאוזען אז דער גאנצע עולם זאל טוישן פון ניקס צו די געהעריגע נעמען. אדרבא, אין מיין OP קענט איר זעהן אז איך בין אן אדוואקאט פאר ניקס און handles אויף בלאגס און פארומס. מיין שמועס איז דא געווען מער טעארעטיש און פילאזאפיש.

מיר זענען אזוי טיף אריינגעקראכן אין דער פאלשע וועלט, וואס איז ארומגענומען מיט א פאלשע פחד, אז מיר כאפן זיך בכלל נישט ווי קאמיש עס איז פון איין צד און ווי שטארק עס שעדיגט אונזער אייגענע אינטערעסן פון די צווייטע זייט.

עס פעלט דעם עולם (אני הקטן included) קאנפידענס. מען דארף זיך קענען אפשאצן אז מען טוט וואס איז ריכטיג און זיך נישט שעמען פאר קיינעם. א משוגענע וועט ארום גיין אין בית המדרש און פארציילן א יעדעם איבער ק"ש און איבער די חקירה'דיגע שמועסן דא. א נארמאלע מענטש טוט נישט דאס, מען גייט נישט ארום אויספויקען וויפיל געלט מען מאכט אדער וויפיל אזייגער די קינדער לייגן זיך שלאפן א יעדע נאכט. נאר א יענטע פארציילט פאר די גאנצע שטאט וואו מען האלט מיט פסח'יג מאכן. אבער אז עס קומט אויס און איינער פרעגט, פארוואס נישט? איז עס א נארמאלע זאך צו פאבריצירן כל מיני ליגנט אבי יענער זאל נישט וויסן אז איך (און נאך אפאר טויזנט אנ"ש) ליינען אין ק"ש?

איך געדענק ווען איך פלעג האבן די פאנטאזיע איבער די מהפיכה לטובה וואס ק"ש וועט האבן אויף אונזער געמיינדע, און איך האב געזוכט כל מיני וועגן וויאזוי צו פארשפרייטן די ידיעה. ביז איך האב מיך איין טאג געכאפט, וויאזוי וויל איך אז דער עולם זאל וויסן דערוועגן אז איך קען נישט פארציילן קיינעם אז איך בין דארט? און אז איך האב שוין איבערגעלאזט אן ארטיקל אין שול, און איינס פון די צוואנציג אידן וואס האט עס געליינט האט שוין מחליט געווען אויסצוטשעקן ק"ש, דארף מען האבן מזל אז ס'זאל אים געפעלן, און ערשט נאכדעם וועט ער זיך איינשרייבן און ער וועט עס האלטן בסוד סודות כדי אז קיינער זאל נישט אויסגעפונען. וואס האבן מיר פון דעם? האב איך אויסגעפיגערט א בעסערע וועג. איך האב אנגעהויבן נאכצוזאגן זאכן פון ק"ש, פאר משפחה מיטגלידער, חברים וכדומה. זיי האבן מיך אפשר אנגעקוקט פאר א מינוט אביסל מאדנע, אבער נאכן זעהן ווי קאנפידענט איך בין דערוועגן האבן זיי איינגעזעהן אז עס איז אקעי.

די זעלבע איז ווען איך האב געמאכט מיין פעיסבוק אקאונט. א באקאנטע האט מיר געשוקט א מעסעדזש אז ער האט געזעהן איך האב אן אקאונט אויף פעיסבוק. ער זאגט מיר אז די פאקט אז איך נוץ מיין עכטע נאמען פארזיכערט אז קיינער וועט מיר נישט חושד זיין אז איך טו עפעס ראנג דארט. משא"כ די טויזענטער מענטשן וואס נוצען פאלשע נעמען.

יאנקל: איך האב געזעהן א היסטארישע קליפ פון די חפץ חיים.

זלמן לייב: וואו האסטו עס געזעהן?

יאנקל: אויף קאווע שטיבל.

זלמן לייב: דו גייסט אויף קאווע שטיבל?

יאנקל: אמאל, אויב איך דארף עפעס וויכטיג זעהן.

זלמן לייב: אהא.

וועט איר דאך אוודאי טענה'ן אז דער זלמן לייב וועט נישט זאגן אהא, ער וועט גיין צו דיין רב און צו דיין רבי און פארלאנגן אז מ'זאל דיר ארויסווארפן פון די מוסדות, דיין ווייב מוז זיך גט'ן, דיינע קינדער קענסטו נישט זעהן נאר אונטער אויפזיכט, ער וועט מאכן דיין בעל הבית זאל דיר פייערן, און רעדן צו דיין טאטע און שווער אז זיי זאלן אויפהערן דיר צו געבן חנוכה געלט, און ער וועט אפילו באווארפן די גאנצע שטאט מיט פאשקעווילן אקעגן דיר. רבותי, גענוג מיט די פערענויע!!!!

עס איז דא דא א קאמפיין אז מען זאל אויפהערן מיט די ק"ש וואטערמארק אויף בילדער. מאנכע טענה'ן ריכטיג אז עס שטערט צו זעהן גוט די בילד. אנדערע טענה'ן אז אויב האט עס א וואטערמארק פון קאווע שטיבל קען ער עס נישט ווייטער פארווערדען צו אנדערע. הערסט א מעשה? מען מעג ארום שוקן בילדער אויף וואטסעפ, פארברענגן די צייט מיט ליידיגע זאכן (לאו דוקא א שלעכטע זאך), אבער א בילד מיט א ק"ש וואטערמארק קען מען נישט פארווערדען, טאמער וועט יענער ח"ו פאר איין רגע טראכטן אז איך האב עס אליינס אראפ גענומען פון ק"ש. איז דאס נארמאל?

איר ווילט וויסן פארוואס זיין אויף ק"ש איז א שלעכטע זאך? ווייל מיר האבן עס אזוי געמאכט!!! מיר זענען שולדיג דערין, נישט זיי!!! ווען מיר אלע וועלן מחליט זיין אז עס איז נארמאל צו זיין אויף ק"ש וועט עס זיין נארמאל און קיינער וועט אונז נישט קענען טעראריזירן דערוועגן. נישט אונזער ווייב, נישט די מוסד, נישט די חברים אין בית המדרש, קיינער!

און אז מען רעדט שוין פון בילדער, וויל איך רעדן פון א נקודה וואס באדערט מיר מער פון אלעם. עס זענען דא מענטשן דא און מענטשן איבער די וועלט וואס מישען אויס דאס זיין אפען און forthcoming און די גרעניץ פון א מענטש'ס פריוואטקייט. איך וועל גלייך גיין צום נקודה. א מיטגליד דא האט מחליט געווען אז ער וויל זיין אפען מיט זיין אידענטיטעיט. דאס איז געווען זיין choice און מיט זיין קאנטראל. דאס מיינט נישט אז יעצט איז זיין אידענטיטעיט הפקר און מען קען ארום גיין פארציילן די גאנצע וועלט און אז ער האט פארלוירן זיינע פריוואטע רעכטן. עס איז נישט שיין צו צונעמען א פריוואטע מענטש שלא בפניו, און בפניו איז עס פשוט אן עקל.

די זעלבע איז מיט מענטשן וואס מרצונם (און צומאל שלא מרצונם) זענען זיי אין די נייעס. צו איז עס איינער וואס איז אראפ פון וועג און האט געשריבן אן עקספאזעי ארטיקל, צו איז עס איינער וואס האט א קאסטעדי געפעכט, און אמאל איז עס איינער וואס האט פשוט מחליט געווען אויסצונוצען זיינע רעכטן און איז געגאנגן צום ביעטש אין מיאמי. מען שוקט זיך ארום בילדער פון אים, זיין ווייב און זיינע קינדער, מען שעירט זיין לייף סטארי וכו'. די תירוץ וואס די פ]ארלעצער ענטפערן איז אז יענער האט מיט זיין שריטגעוויזן אז ער איז מפקיר זיין אידענטיטעיט. דאס איז גוט מצדו, אבער וואס איז מצידך? דו ביזט דאך א שטארקע שומר אידענטיטעיט? איר האט א שיטה איבער די וויכטיגקייט צו פרעמאוטען פריוואטקייט און די וויכטיגקייט פון היטן די אידענטיטעיט? ארבייטס אויף דעם.

אינטערעסאנט איז אז אסאך מאל דייקא דער וואס דרייט איבער וועלטן און טוט כל טצדקי שבעולם צו פארדרייען זיינע מאלטיפעל אידענטיטען, דייקא דער ווייסט ניטאמאל צו שאצן א צווייטענס אידענטיטעיט.

בקיצור, מיינע עיקר טענות זענען אז דאס באהאלטן אלעס בסוד סודות פארערגערט נאר אלע פראבלעמען. איר קומט אויף ק"ש ווייל עס שטערט אייך דער סיסטעם, אבער אייער לעבן אונטער א דיקע שלייער 'מאכט' דער סיסטעם. מיין צווייטע טענה איז אז דאס באהאלטן זיך אויף אן אופן וואס מ'איז נישט אקאונטיבעל פאר קיינעם ברענגט אונז אז מיר זאלן נישט קענען טראסטען קיינעם דא, ווער ווייסט וועלכע ניק איז וועמענ'ס צווייטע ניק? ווער איז א שפילער און ווער איז אן אמת'ער? אלע ווייסן אז דאס קומט דא פאר, עס איז די פינק עלעפאנט אין די רום. און די דריטע עיקר נקודה איז אז מיר פארלירן די השפעה וואס עס קען האבן אויף אונז אליין. איך רעד פון עקספיריענס.

איך וועל מיך יעצט באציען צו אפאר הערות פון די מגיבים.

1) דאס וואס דער עולם טענה'ט אז ווען איינער שרייבט אנאנים איז גרינגער מקבל צו זיין, ווייל אין ריעל לייף איז יענער אראפ געקוקט וכדומה. דאס איז א פראבלעם וואס מיר זענען מחויב צו ארבייטן דערויף, עס האט אבער גארנישט מיט דעם. מיר דארפן זיך אלע לערנען מקבל צו זיין דעם אמת אפילו אויב דער זאגער איז איינער מי יודע ווער, און מיר דארפן רידזשעקטאן עפעס וואס מיר זענען נישט מסכים דערמיט אפילו אויב די גרעסטע חכם זאגט עס. ואולי קען זיין אז די סיבה פארוואס מיר זענען אזוי געשלאגן מיט דער פראבלעם איז טאקע ווייל מענטשן שפילן דער שפיל. חוץ מזה, דא אויף ק"ש האמיר די זעלבע פראבלעם. איינמאל א ניק אנטוויקלט זיך צו זיין א מער צוריקגעצויגענער, וועט מען נישט נעמען זיינע תגובות אזוי ערענסט אזוי ווי די נויזמעיקערס דא.

2) מאנכע האבן אויפגעברענגט אז מען איז אין א מצב וואס מען וועט זיך נאך טוישן און מען וויל נישט בלייבן אלעמאל מיט די פלעק אז מען האט אמאל געהאלטן אנדערש. דאס איז נישט קיין ריכטיגע טענה וסברא. איך טויש מיך אויך, און איך פלאן מיך צו טוישן נאך גאר גאר אסאך ביז מיין הונדערט און צוואנציג. אך און וויי פאר דער וואס הערט זיך אויף צו טוישען. פארדעם דארף איך באהאלטן וואס איך האלט היינט?

איך בין אמאל געווען א גרויסע חסיד פון רבי אביגדור מילער ז"ל, איך האב מיך אלץ געדרייט מיט איינס פון זיינע ספרים אונטער די האנט, איך האב פארקויפט זיינע תורות פאר וועם איך האב נאר געקענט. היינט בין איך זייער שטארק נישט א חסיד פון אים. וממילא איז וואס? איר מיינט אז איך שעם זיך אז ביי די 25 בין איך יא געווען?

3) משבק, דאכציך אז דיין שאלה איז שוין פארענטפערט געווארן.

ודי למבין, איך וואלט מן הסתם נאר געשריבן די ארטיקלן וואס איך האלט עכט דערביי. און דא וויל איך צוקומען צו נאך א נקודה וואס דער עולם האט אויפגעברענגט. דער עולם טענה'ט אז דאס וואס מען שרייבט אנאנים איז די עכטע און דאס וואס מיר טוען בפועל איז די פאלשע. איר מאכט א גרויסע טעות! הערט אויף חלומ'ן. די פאלשע דו איז דער וואס מאכט חוזק פון די וואס מאכן זיך נערי'ש מיט'ן מקפיד זיין אויף שטותים, די עכטע דו איז אבער דער וואס מאכט זיך פאקטיש נער'יש מיט שטותים! די פאלשע דו איז דער וואס האלט אז מען דארף נוצן בירט קאנטראל, די עכטע דו איז דער וואס האט קינדער א יעדע צוויי יאר.



שוין, איך מיין אז איך האב גענוג געשריבן איבער דער נושא. ווער עס וויל ווייטער לעבן ווי ביז היינט, בי מיי געסט. זעהט אויס אז אלעס איז פיין אין וואויל, זאל עס ווייטער אזוי זיין.



הבהרה: נישט אז דאס איז איינעמ'ס ביזנעס, אבער פאר די נאזיבאדיס וויל איך קלארשטעלן אז איך האב נישט געמיינט פריער צו זאגן אז 30 ניקס האבן פארברענגט א שבת צוזאמען. איך האב געמיינט צו זאגן אז אמאל איז איינער געווען ביי מיר פאר א שבת, אמאל בין איך געגאנגן צו א צווייטע, מיט א דריטע און פערדע דאווען איך אין איין שול וכו'.


לעיקוואד האקט...


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2822
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6473 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג מערץ 16, 2015 8:36 pm

אינטערעסאנט אז לעיקוואד און איך האבן אין די זעלבע צייט געשריבן עטליכע פון די זעלבע נקודות. טעלעפאטיע ארבייט... וברוך שכיוונתי.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2822
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6473 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 16, 2015 8:39 pm

איך בין מסכים ארויסצוקומען אבער עמיצער מוז מיך קודם באשרייבן. לכה"פ אזוי ווי קופרניקוס. :)
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג מערץ 16, 2015 8:56 pm

@הוגה האט מער קלאר געמאכט א געוויסע נקודה וואס מיר ביידע האבען אנגערירט איך האלט עס איז כדאי אויסצורעדן.

מען טאר נישט צומישען סיקרעסי מיט פרייוועסי. סיקרעסי איז דאס וואס איינער נעמט אן אז עס איז א סכנה טאמער זאל איינער וויסען זיין ניק, און א צווייטער איז נישט מקפיד דערויף. פרייוועסי איז דאס נארמאלקייט אז מען פויקט נישט אויס יעדעמ'ס גאסיפ אויף די גאנצע גאס. מה טובו אהליך יעקב, וכו'. די צוויי זענען נישט תלוי זה בזה. און דער צומישעניש פון ביידע דא איז גורם א שטארקע עוולה.

טאמער זאגט לעיקוואד איך בין נישט גורס די סיקרעסי, איך הייס יצחק זוכסט מיר אויף, מיינט דאס נאכנישט פרייוועסי עקזעסטירט נישט און יעצט גייט מען דערציילן די גאנצע וועלט די גאסיפ פון זיין עקס שוויגער ביז זיין באבע. נישט אז עס שטערט מיר צופיל מאראנצ'ן'ס ביאגרעפי, פארקערט ווי מער כבוד אלץ בעסער. אבער נישט אלע זענען אזוי גרייט מוחל צו זיין על עלבונם פאר אביסעל כבוד.. און אז איינער איז נישט קיין סיקרעט מיינט דאס נישט ער גיט אויף זיין נארמאלע פרייוועסי.

עס איז מורא'דיג היפאקריטיש אז פונקט דער וואס פאמפאט די אומנאטורליכע נושא פון סיקרעסי פארגעסט די נאטורליכע נושא פון פרייוועסי. (בעצם איז דאס פארשטענדליך פארוואס עס איז אזוי ואכ"מ)
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3790
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5855 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג מערץ 16, 2015 9:16 pm

איבער די נקודה וואס לעיקוואד האט דערמאנט, מיט א צייט צוריק האב איך געהאט א שמועס אין אישי מיט @פראפעסאר איבער דעם קאווע שטיבל קולטור און טאקע פארוואס אלע מעמבער זענען באהאלטן בכיס בתוך כיס. פאלגנד איז א פאראגראף וואס איך האב אים דעמאלט געשריבן:

דאס איז בנוסף וואס אין דער חרדישן לעבן איז נישט אזוי אקצעפטירט דאס זיך "ארויסשטעלן", קיינער זוכט נישט צו זיין לשיחה בפי הבריות און שטאלצירן מיט'ן "זיך"...
אין פאקט, רוב שרייבער אין די חרדישע פובליקאציעס און צייטונגען נוצן נאך פענ-נעמען כאטש אין די אלגעמיינע וועלט באנוצט מען זיך שוין לאנג מיט'ן אמת'ן אידענטיטעט.
אבער דאס איז אביסל א דקות'דיגע נקודה און מ'דארף ווערן אויפגעצויגן אין א היימישע סביבה דאס צו אינגאנצן טופס זיין...
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2433
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4994 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6805 מאל

הודעהדורך שמערל » מאנטאג מערץ 16, 2015 9:47 pm

הוגה האט געשריבן:איר ווילט וויסן פארוואס זיין אויף ק"ש איז א שלעכטע זאך? ווייל מיר האבן עס אזוי געמאכט!!! מיר זענען שולדיג דערין, נישט זיי!!! ווען מיר אלע וועלן מחליט זיין אז עס איז נארמאל צו זיין אויף ק"ש וועט עס זיין נארמאל און קיינער וועט אונז נישט קענען טעראריזירן דערוועגן. נישט אונזער ווייב, נישט די מוסד, נישט די חברים אין בית המדרש, קיינער!

שלא באותו ענין וויל איך ארויס ברענגען א נקודה פון וואס מיר ליידן לדעתי פאר די זעלבע סיבה, אונזער אייגענע שולד.

שמעקעדיג און נאך האבן ארויסגעברענגט די סיבה זיך צו באהאלטן פשוט ווייל מיר לעבן אינטערן טעראר פון די מוסדות, וויל איך זיך צו דעם באציען.

אפאר וואכן צוריק איז ארומגעגאנגען אויף וואטס עפפ א בריוו פון א מוסדות פאר א פראמינענטן שוויצער פון זייער קהילה, מיט א שטרענגע אזהרה אז אויב לייגט ער נישט די פילטער, וועט מען תיכף ומיד ארויסווארפן זיינע קינדער. דער צעטל איז געווען פאלש אבער עס האט אנגעזייט א טעראר ביי צענדליגער אינגעלייט, א חבר מיינער האט מיר אנגעקאלט מיט א בהלה, וואס צו טוהן ער וויל שוין לויפן ארויפלייגן א פילטער, בין איך אים מסביר מיט עטליכע ראיות פארוואס דער צעטל איז פאלש, ולא נח דעתו עס קען דאך זיין אמת טענה'ט ער, די ווייסט דען נישט צו וואס די היינטיגע רשעים זענען אומשטאנד?

פרעג איך אים נו אויב איז עס אמת, פארוואס איז נישט דא נאך איינער וואס האט באקומען אזא בריוו, און לו יציור אז זיי גייען שטייטעלעך פון איינעם צום צווייטן, נו פארוואס ווארטסטו נישט כאטש ווילאנג דו אליינס באקומסט דעם בריוו, זאלן זיי כאטש אביסל שוויצן, וויל ער נישט, ווייל ער וויל נישט אריינפאלן אין פראבלעמען. דא האב איך שוין געפלאצט אונזערע אינגעלייט די זעלבע וואס וועלן נישט אויפהערן וויינען אויף וואטסעפפ איבער דעם סיסטעם, זענען ניטאמאל גרייט צו נעמען דאס מינדעסטע היץ, ניטאמאל א צעטל ווילן זיי באקומען, נו ווי קען מען נאך חלומ'ן אז אזוי גייט זיך דא עפעס טוישן.

וואס וויל איך ארויסברענגן למעשה. איך פארשטיי אז עס זענען דא דא אדער הכל פנים אמאל דא געווען מענטשן מיט חשובע פאסטנס אין קהילות און מוסדות, אזוינע מענטשן האבן באמת פון וואס צו ציטערן, א גילוי קען זיי קאסטן די זשאב און גורם זיין בישות פאר זיך און זיין משפחה, אזא מענטש ברויך לדעתי באמת טוהן יעדע מין באווארענונג אז קיינער זאל ח"ו נישט געוואר ווערן זיין אידענטיטעט. און ניין איך האלט נישט ווי לעיקוואד'ס טענה אז אזוי צו לעבן איז אוממאראליש, ווייל לאמיתה של דבר האלט מסתם לעיקוואד אז עס עקזיסטירט נישט קיין מאראל בכלל, און די אנדערע טענה אז לעבן באהאלטן איז גורם אזוי באמת צו זיין, נו אויף דעם האט דאך יעדער די בחירה, און לדעתי איז נאך אלס ענדערשער צו לעבן אזוי באהאלטן ווי זיין באמת א תמים.

אבער איך וועל נעמען א וועט, אז רוב שרייבער דא זענען בכלל נישט אין די קאטאגאריע, נאכמער לדעתי רוב שרייבער דא זענען אזעלכע וואס זייערע נאנטע וועלן קענען אנצייגן אויף זיי אז דער איז מסתמא א קאווע שטיבל איד, אפילו אויב וועלן זיי נישט וויסן צו ער שרייבט יא בפועל צו נישט, איז ער אזא סטעריאטייפ, און באמת זענען טאקע דא הינדערטער אזוינע אידן וואס שרייבן פערצופאל נישט דא צו מחמת חסרון אין צייט, אדער האבן זיי בעסערס וואס צו טוהן, צו האבן זיי סתם נישט געדילט. הכל פנים א קאווע שטיבלדיגער איז היינט נישט עפעס אזא שמוציגער טיטל מיט וואס מען דארף זיך שעמען, נאר יעדער קלוגער אויפגעקלערטער מענטש מיט עקסעס צו אינטערנעט, גייט אריין אין דעם כלל.

נו אויב אזוי איז צוריק שווער די קשיא פון וואס פונקטליך האט מען מורא אז איינער וועט געוואר ווערן ווער די ביסט, ווען איך גיי ארויף אין די מוסדות איינשרייבן מיינע קינדער, בין איך זיכער אז דער וואס נעמט מיין אפליקעישאן ווייסט אז איך האב אינטערנעט, און אז איך שרייב מסתם אויף קאווע שטיבל, נו וואס קען געשען אויב וועט ער בנוסף וויסן אז איך רוף מיך שמערל?

און דער תירוץ איז עגעין אז "מיר" זענען אליין שולדיג, מיר האבן עס געמאכט פאר א סטיגמא אז עס איז א בישה צו דערמאנען אין פאבליק דאס ווארט ק"ש.
ווען פופצן מינוט פאר מיר זאל ווען דער סעקרעטאר איבערנעמען די אפליקאציע פון הוגה, וואלט איך געקענט הייסן שמערל, און דער סעקרעטאר יואב, אבל עכשיו שלא זכינו יעלו עשבים בלחיינו ועדיין לא ישענו
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1250 מאל

הודעהדורך פידלער » מאנטאג מערץ 16, 2015 10:29 pm

@כוכב -- "אין פאקט, רוב שרייבער אין די חרדישע פובליקאציעס און צייטונגען נוצן נאך פענ-נעמען"

ס'איז טאקע א נארישקייט. און איך האלט אזוי כאטש איך בין "אויפגעצויגן אין א היימישע סביבה"
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 427
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 612 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג מערץ 16, 2015 10:55 pm

גם אני מצטרף. סאיז א טפשות. כהאב עס נישט געזאגט אלס ריכטיג נאר בלויז אלס א פאקט. צו פארשטיין דעם קוועטש פון אט דעם טפשות דארף מען אויפוואקסן אין עטוואס א היימישע סביבה און דאס מיט לעבן ערשטהאנטיג פון דער נאנט.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2433
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4994 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6805 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג מערץ 16, 2015 11:13 pm

כוכב ,גראדע האב איך לעצטענס געהאט בדעה צו עפענען א אשכול וועגן די היימישע שרייבער עניגמע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג מערץ 16, 2015 11:41 pm

וואס איז דא צו פארשטיין? דאס האט עפעס א פשט? א היסטאריע?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3790
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5855 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג מערץ 16, 2015 11:46 pm

עס קען שאטן פאר שידוכים.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2822
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6473 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג מערץ 17, 2015 12:06 am

מנשה פילאפף וועט נישט קענען מאכען גוטע שידוכים טאמער וועט ער זיך נישט שרייבן אלץ י.מ. סופר? נעה, מען דארף א בעסערע פשט..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3790
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5855 מאל

הודעהדורך משבק » דינסטאג מערץ 17, 2015 12:07 am

די קאפ שווינדעלט מיר שוין דער עולם ארגומענטירט דא רעכטס און לינקס .זייער אן ערנסטע נושא און הוגה מאכט דא אן ערנסטע קעיס סקוקט עפעס נישט אויס ווי ער האט א ערנסטע בר פלוגתא אפילו שמעקעדיג האט סאומהאו באקומען קאלטע פיס און צוריקגעצויגן פון זיין צוגעזאגטע קאנטער ארגומענט איך האב גראדע עטליכע הערות איך ווייס אבער נישט צו מהאט עס שוין פריער ערווענט קען איינער צאמנעמען בקיצור די הויכפונקטן פון כת המגלים שמם און כת שאינם? {קרעדיט ראש ישיבה}
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 245 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג מערץ 17, 2015 12:35 am

לעיקוואד האט געשריבן:מנשה פילאפף וועט נישט קענען מאכען גוטע שידוכים טאמער וועט ער זיך נישט שרייבן אלץ י.מ. סופר? נעה, מען דארף א בעסערע פשט..

לכאורה איז דאס אן ענין פון זיך באטראכטן אלס א קאלעקטיוו סאסייעטי אן קיין באזונדערע מיינונגען אדער געפילן. ומהאי טעמא מוז גאנץ כלל ישראל טרויערן אז האדמור מקנאבל איז געשטארבן, ס'איז נישט גענוג אז איך, פלוני אלמוני, א קנאבלער חסיד, טרויערט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7995 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג מערץ 17, 2015 8:43 am

1) אין דער צייט וואס מ'פרעדיגט דא דעם גילוי וויל איך וויסן וויפיל ניקים ווייסט ניטאמאל זייערע אייגענע ווייבער איבער זייער ק''ש סטאטוס? כמדומה אז די פראצענטן זענען גאנץ הויך.
אינטערנעט איז טאבו, אונזער דיסקוסיעס זענען טאבו, זיין א מציאות מיט א זעלבסט כאראקטער איז טאבו און סתם עקזיסטירן איז טאבו. מיר זענען נאך א מיליאן ליכט יארן אוועק פון דעם גאנצן שמועס.
און דמיונען פון א וועלט פון גילוי איז פונקט אזוי א דינייעל און אנטלאפן פונעם ביטערן רעאליטעט ווי אונזער גאנצע אנאנימיטעט וטעמיהן חד ושוין.
2) נאך א נקודה וואס מהאט בכלל נישט בארירט, זייער אסאך שמועסן זענען געווידמעט איבער פריוואטע פראבלעמען אדער זיך אויסרעדן איינער שעלט זיין בעל הבית, א צווייטער זיינע עלטערן און א דריטער זיין ווייב אין מאחורי, א פערטער פרעגט סתם אזוי אן עצה אז זיין מויל שמעקט און א פינפטער קרעכצט איבער זיין עקס וואס לאזט אים נישט זען די קינדער א זעקסטער וויינט ער דארף א שידוך א זיבעטער וויל אויפהערן טשיטן אויף זיין בת זוג, די אלע זאכן איז גאנץ פארשטענדליך נישט צו דיסקוטירן אונטערן אייגענעם קאנטע און די אלע ערציילונגען איבער פערזענליכע איבערלעבעניש איז גענוג סיבה פאר א ניקים מענטאליטעט.
3) נאך א נקודה וואס מ'דארף בארירן איז ווער זענען באמת די קאווע שטיבל אידן. איך קען גענוג חברה דא און מקען שוין אויפהערן מיט דעם דמיון אז דאס זענען עפעס אויפשטענדלער בקצה המחנה חצי או טי די חברה די מעזשארעטי עולם איז פון מיין עקספיריענס דווקא מסלתה משמנה פון אויבערשטנס שטייסל, בני תורה און כולל יונגעלייט, שיך און זאקן חברה, מרביצי תורה, די ריעל דיעל קינדער פון תורה'דיגע שטיבער און גענוג און נאך רבנישע חברה. קוק יצחק אליין איז אליין א חצי משפיע חצי מקובל חצי תלמיד חכם און קומט פון א סמעטענע שטוב. וואס איך מיין צו זאגן אז די טשאווערגאוס און טשיבעיסעס, די מער פראסטערע קומען נישט דא. ובכן דארף מען פארשטיין אז ביי אזא קליענטעל איז דער גאנצער באנוץ פון אינטערנעט בחשאי פי כמה ווער רעדט בכלל פון זיך ארויסשטעלן בפומבי.
בקיצור איך אליין האב שוין צען טעמים און מיט שמעקעדיג איז שוין צוואנציג, בלייב איך ביזדערווייל מיט'ן כוכב ניק און איר וועט אלע מוזן אראפשלינגען דעם נייגער.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2433
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4994 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6805 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מערץ 17, 2015 9:17 am

כוכב האט געשריבן:3) איך קען גענוג חברה דא, די מעזשארעטי עולם איז פון מיין עקספיריענס


קעי יעצט מיטן צוגעלייגן פאראגראף ביסטו דיך אליינס סותר והבן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 17, 2015 11:12 am

הוגה האט געשריבן:
איר ווילט וויסן פארוואס זיין אויף ק"ש איז א שלעכטע זאך? ווייל מיר האבן עס אזוי געמאכט!!! מיר זענען שולדיג דערין, נישט זיי!!!

אפשר האסט זיך טועה געווען און געמיינט דו שרייבסט אויף אייוועלט?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15100
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט