10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 17, 2015 11:14 am

שמערל, האסט געשריבן א לאנגס און א ברייטס, אבער סאמהאו קען איך נישט מאכן קיין סך הכל פון דיין דרשה און כ'כאפ נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען און וואו דו צילסט.
אפשר קענסטו מאכן א קורצן סך הכל פון דיין לענגערע באריכט??
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15087
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18066 מאל

הודעהדורך שמערל » דינסטאג מערץ 17, 2015 12:20 pm

ביסט גערעכט איך האב נישט געענדיגט געהעריג ארויסברענגן מיין נקודה, על איך ממשיך זיין.

מיט די אלע תקנות וחרמות אויף די אינטערנעט, איז נישט קיין סוד אז הינדערטער אינגעלייט דרייען זיך ארום בפרהסיא אין די בתי מרשים, מיט זייערע אומגעפילטערטע סמארט פאונס, עס איז נישטא קיין איינער וואס מען האט למעשה ארויסגעווארפן פון א מוסדות פארן בלויזן חטא אז מען האט אים געכאפט מיט א סמארט פאון. פארוואס איז עס אזוי? ווייל ווי נישט ווי זענען די הנהלת המוסדות והקהלות אויך מענטשן, זיי האבן אלע משפחה קינדער וכו' און א חלק פון זיי אליין האבן אויך סמארט פאונס, איה"נ אז יעדער מענטש וואס מען געט אים פאוער איבער אנדערע וועט ווערן אן אכזר אין פייניגן אנדערע, איז עס בדרך כלל נאר ווילאנג ער קען איינעם סטעריאטייפן אין א אנדערע גדר ווי זיך. למשל "קיינער" האלט נישט אז עס איז גרעסערע עולה אז א פרוי זאל דרייוון ווי א טעלעפאן, דאך וועט א מענטש גרינגער פארשטיין אז מען האט ארויסגעווארפן איינעם וואס די פרוי דרייווט, ווייל יענער איז אנדערש פון דיר איז שוין נישט חל קיין רחמנות אדער מענטשליכע געפילן אויף יענעם.

יעצט, די מגפה פון אויפגעקלערטע אינגעלייט וואס דרייען זיך ארום און מאכן חוזק מכל הקודש לנו, איז זייער א נארמאלער ערשיינונג היינט, קיינער שעמט זיך נישט צו פארציילן אויף וואטס עפפ אז ער לאכט פון ערב פסח מצות, אדער אז ער האלט אז א פרוי ברויך זיך נישט שערן די האר, אדער אז ער האלט אז אפשר איז די בלבול אויף נחמיה וועבערמאן גארנישט אזא בלבול. דאך וועט קיינער אזא איינעם נישט טשעפענען, ווילאנג יענער איז גרייט ווייטער דא צו בלייבן און מיטשפילן די סיסטעם און נישט לוחם זיין אפענערהייט דערקעגן, קענסטו האלטן וואס דו ווילסט. אחוץ דער צודרייטער ראבינאוויטש האט נאך קיינער נישט גערעדט פון א טיילונג, פשוט ווייל מען האנדלט מיט מענטשן וואס זענען צו פיל אין צאל, און צו נאנט אל החלל אז מען זאל זיי קענען סטעריאטייפן און אפשיידן פון די איבריגע מחנה.

היצטער קום איך צוריק צו קאווע שטיבל. אויב קענסטו אין בית מדרש און אויף וואטס עפפ רעדן די זעלבע ענינים וואס מען רעדט דא און זיך נישט שעמען, פארוואס איז א בושה צו פארציילן אז מען האט געליינט א דבר חכמה אויף ק"ש?

נאר כדאמרן וויבאלד עס איז אן אנאנימער גרופע, לאזט זיך גרינגער צו סטעריאטייפן א קאוועדיג איד פון א סתם איד. אין אפיס פון די מוסדות וועט דער איינגעשטעלטער ענדערשער נישט רויט ווערן ווען ער איז מסביר פאר איינעם פארוואס מען נעמט נישט אן זייער קינדער, אויב קען ער אים זאגן אז זיין חטא איז אז ער שרייבט אויף טריפענע בלאגס ווי ווען ער דארף אים זאגן די האסט א סמארטפאון, ווייל א סמארט פאון קען ער אים גראדואירט צוריקענטפערן אז יענעם'ס זון האט אויך מיט נאך הינדערטער פני הקהילה, משא"כ קאווע שטיבל קען ער אים נישט פארציילן ווער נאך געפונט זיך דא, וויל עס איז דאך א מיליטערישער סוד.

בפרט אויב וועלן מיר גלייבן כוכב אויפן ווארט אז "רוב" שרייבער דא זענען מסלתה ומשמנה, דארף מען זיך הערשט מגלה זיין, מ'שטיינס געזאגט אויב וועט מען הערן אז דער דיינ'ס שפיגעלע איידעם שרייבט דא, וועט דאך די טאבו זיכער אוועקפאלן.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1236 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 17, 2015 1:32 pm

די דריי שטערקסטע ארגומענטן פארוואס עס לויט זיך 'נישט' ארויסצוקומען פון שאפע זענען
1)הוגה/?????
2)שמערל/?????
3)יאיר/?????

די איינציגסטע קעגן-ארגומענט איז לעיקוואוד/יצחק לאווי.

אלע אנדערע ארגומענטן זענען אומרעלעוואנט.

מ'דארף, מ'זאל, ס'איז אויסגעהאלטן, מ'מוז, מ'קען...
מ'קען נישט! אדרבה אלע ארגומענטן ארויסצוברענגען די בעניפיטן פון ארויסקומען ברענגען נאר שטערקער צום רעאליזאציע אז מען 'קען נישט'. ווייל הוגה אליינס פאלט נישט ביי ארויסצוקומען. און נישט ווייל ער האט נישט אריינגעקלערט דערין, ניין, ער האט אפגעשריבן א גוט ארטיקולירטע ארגומענט מיט אלע בעניפיטן 'פאר'. טראץ דעם איז ער געקומען צום מסקנה אז ער אין זיינע אומשטענדן קומט נישט ארויס.
און דאס איז אויך די מסקנה פון אלע אנדערע בא'ניק'טע חברים.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2298 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג מערץ 17, 2015 1:55 pm

עס איז נישט ריכטיג אז א ביישפיל וואס א מענטש שטעלט פערזענליך איז אן ארגומענט לטובת דעם צד. איך קען האלטן אז מען טאר נישט ווערן אין כעס און דאך זאל איך אריינפאלן אין כעס. דאס מיינט בסך הכל אז איך קען מיך נישט גובר זיין אויף דעם נסיון און איך פיר זיך אויף אומלאגיש.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7849 מאל

הודעהדורך ווארט זאגער » דינסטאג מערץ 17, 2015 2:23 pm

איך וויל ארויס ברענגען נאך א צד אין די מטבע יעדער פון אונז האט משפחה און קינדער. אונז זענען אויפגעוואקסען אין א נארמאלע סאסייעטי, און אויב שמעקט אונז עפעס נישט מאכן מיר אפ אז מיר ווילן זיין קעגן, אבער איינמאל מיר זענען אפען אין פובליק, איז למעשה די סאסייעטי די שופטים איבער אונז מצד זייער שטאנדפונקט, קומט אויס אז אונזערע קינדער קענען אריין פאלען און א אומבאקוועמע סיטאעישאן בעל כורחם, און עס איז מיר א גרויסע ספק צו מיר זינדיגן נישט כלפי אונזערע קינדער מיט דעם וואס מיר סטעמפלען אפ זייער טאטע ווי א קאווע שטיבל יוד. (לייען א האלבע אפיקורס...)
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג מערץ 17, 2015 2:31 pm

איז עס נישט א גרעסערע זינד פאר א קאווע שטיבל טאטע אפצוסטעמפלן זיין קינד אלס אייוועלט איד?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7849 מאל

הודעהדורך אספקלריה » דינסטאג מערץ 17, 2015 2:33 pm

:like :like :like :like
אספקלריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

הודעהדורך גאנצל » דינסטאג מערץ 17, 2015 3:35 pm

איך מיין אז נאכדעם וואס יעדער גייט זיך ארויסגעבן גייט זיך נאכדעם גיסן דא נייע ניקס לרחצה

איך בין נישט באקאנט אין די תורת נפש שפראכן אבער עפעס א מין uf משוגעת איז דא ביי נבראים זיך ארויסצוגעבן מיינונגען אן דעם וואס זאל אים מחחייב זיין ס'איז סתם א ליפטערונג און אויך וויל ער דאס ארויסגעבן אויף אזא -נישט זיך אינקלאדעט וועלט, עפעס אזא מין ארויס פון זיך אליין, נישט זיין ארגינעלע וועלט פיקטשער- ס'איז אין די משפחה פון דמיונען ווי זוי וואלט איך געווען ווען איך בין ווען א עושר וכדו'

אין קורצן אפי' מ'וועט גיין גיין בגלוי וועט מען גיין בסתר אויך כנלפע"ד

שווער צו פארשטיין אפשר ס'איז אבער א פוינט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2883
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1124 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 17, 2015 5:58 pm

יאיר האט געשריבן:איז עס נישט א גרעסערע זינד פאר א קאווע שטיבל טאטע אפצוסטעמפלן זיין קינד אלס אייוועלט איד?

ווי די מאדערנע ארטאדאקסן רעפערן צו זייערע קינדער וואס זענען פאר'אֵש'ד געווארן. (מיט א וויזניצע צעירעי)
?Did you hear he got Aished

..Yes! He was a clever boy always

עה, די 2טע שורה איז שוין אייגנס.. ;)
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2755 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג מערץ 17, 2015 6:27 pm

כוכב האט געשריבן:1) אין דער צייט וואס מ'פרעדיגט דא דעם גילוי וויל איך וויסן וויפיל ניקים ווייסט ניטאמאל זייערע אייגענע ווייבער איבער זייער ק''ש סטאטוס? כמדומה אז די פראצענטן זענען גאנץ הויך.
אינטערנעט איז טאבו, אונזער דיסקוסיעס זענען טאבו, זיין א מציאות מיט א זעלבסט כאראקטער איז טאבו און סתם עקזיסטירן איז טאבו. מיר זענען נאך א מיליאן ליכט יארן אוועק פון דעם גאנצן שמועס.
און דמיונען פון א וועלט פון גילוי איז פונקט אזוי א דינייעל און אנטלאפן פונעם ביטערן רעאליטעט ווי אונזער גאנצע אנאנימיטעט וטעמיהן חד ושוין.
2) נאך א נקודה וואס מהאט בכלל נישט בארירט, זייער אסאך שמועסן זענען געווידמעט איבער פריוואטע פראבלעמען אדער זיך אויסרעדן איינער שעלט זיין בעל הבית, א צווייטער זיינע עלטערן און א דריטער זיין ווייב אין מאחורי, א פערטער פרעגט סתם אזוי אן עצה אז זיין מויל שמעקט און א פינפטער קרעכצט איבער זיין עקס וואס לאזט אים נישט זען די קינדער א זעקסטער וויינט ער דארף א שידוך א זיבעטער וויל אויפהערן טשיטן אויף זיין בת זוג, די אלע זאכן איז גאנץ פארשטענדליך נישט צו דיסקוטירן אונטערן אייגענעם קאנטע און די אלע ערציילונגען איבער פערזענליכע איבערלעבעניש איז גענוג סיבה פאר א ניקים מענטאליטעט.
3) נאך א נקודה וואס מ'דארף בארירן איז ווער זענען באמת די קאווע שטיבל אידן. איך קען גענוג חברה דא און מקען שוין אויפהערן מיט דעם דמיון אז דאס זענען עפעס אויפשטענדלער בקצה המחנה חצי או טי די חברה די מעזשארעטי עולם איז פון מיין עקספיריענס דווקא מסלתה משמנה פון אויבערשטנס שטייסל, בני תורה און כולל יונגעלייט, שיך און זאקן חברה, מרביצי תורה, די ריעל דיעל קינדער פון תורה'דיגע שטיבער און גענוג און נאך רבנישע חברה. קוק יצחק אליין איז אליין א חצי משפיע חצי מקובל חצי תלמיד חכם און קומט פון א סמעטענע שטוב. וואס איך מיין צו זאגן אז די טשאווערגאוס און טשיבעיסעס, די מער פראסטערע קומען נישט דא. ובכן דארף מען פארשטיין אז ביי אזא קליענטעל איז דער גאנצער באנוץ פון אינטערנעט בחשאי פי כמה ווער רעדט בכלל פון זיך ארויסשטעלן בפומבי.
בקיצור איך אליין האב שוין צען טעמים און מיט שמעקעדיג איז שוין צוואנציג, בלייב איך ביזדערווייל מיט'ן כוכב ניק און איר וועט אלע מוזן אראפשלינגען דעם נייגער.


אונז קענען אויך ציילען ,דאס איז דריי נישט צען. רוב טענות האט מען שוין אפגעפרעגט, נאר בקיצור.
1) וועגן דעם האט הוגה גערעדט אין די ערשטע שטיקל. איך האף עס איז נישט ריכטיג דיין השערה. אבער טאמער יא, האט שוין הוגה ריכטיג געשריבען וואס מען וואלט ווען געדארפט טוהן.
2) רוב שמועסען דא זענען דייקא נישט איבער פרעזענליכע פראבלעמען. און ווען אן עסטעבלישט ניק וועל רעדן איבער א פרעזענליכע נושא מאכט ער שוין נאך אן עקסטערע ניק נישט צו פארשמירען זיין חשובע ניק. ממילא איז דער נקודה נישט סותר דער עצם ענין. אמת אמאל איז דא א פריוואט זאך וואס לוינט נישט צו שמועסען אינטער א נעמען איז לכבוד דעם וועט זיין אן אנאנימער גבאי ווי ידען מען זאל קענען פרעגן די סארט שאלות. וגם זה כבר כתבתי באחד התגובות פה.
3) איז דאך א טענה להיפך. כדברי המגיבים פה וכדברי שמערל הנכוחים.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3783
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5759 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג מערץ 17, 2015 7:38 pm

@ישראל קאפקע
להוסיף על דברי יאיר. דאס אז איינער האט נישט די מוט צו טוהן אינגאנצן ווי ער פארשטייט, איז דער נארמאלער סדר הבריאה. אדרבה, דער וואס טוהט יעדער רגע וואס עס פאלט עם איין ריכטיג בו ברגע איז נישט קיין נארמאלער מענטש און טוהט נישט ריכטיג. עס איז פארשטענדליך אז עס נעמט צייט אפילו פון ווען מען ווערט משוכנע אז עפעס איז ריכטיג ביז מען פירט דאס אויס למעשה, און פארשידענע בושות און מניעות וכדומה שטערן. נאר מען דארף וויסען קלאר וואס דאס איז, אז מען איז נישט גרייט נפשית נאכנישט פאר דעם. דער וואס עס פאסט נישט מודה זיין אז ער איז שוואך ווי יעדער נארמאלער מענטש טראכט ער אויס גאנצע אידיאלגיזאציעס און באשולדיגט די גאנצע וועלט אנשטאטס זאגען גלייך דאס וואס איז מתבקש איך בין נישט גרייט דערצו הגם איך פארשטיי אזוי.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3783
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5759 מאל

הודעהדורך ביבער » דינסטאג מערץ 17, 2015 10:58 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:פאר יארן לאנג איז די גאנצע אינטערנעט געווען אן אנאנימע פלאץ וואו מענטשען זענען געווען פארשלייערט אונטער ניק נעמען, ביז פייסבוך האט זיך ארויסגעלאזט אין א מאסיוון קאמפיין אז מענטשן זאלן ניצן די אמת'ע נעמען. פ"ב און אימייל זענען אבער פון די איינציגסטע פלעצער וואו מענטשען רופן זיך ביי די עכטע נעמען, מסתמא וויבאלד זיי זענען מער געמאכט צו קאמיוניקירן מיט באקאנטע ווי טרעפן נייע חברים. די אנליין פארום וועלט איז נאך אין גרויס חלק א וועלט פון ניקס. דאס איז אויך פארשטענדליך ווייל רוב פארומס זענען אינטערעסט בעיסט, ס'הייסט די איינציגסטע סיבה וואס ברענגט צוזאם דעם עולם איז די גמיינזאמע אינטערעסע אין, לדוגמה, טעכנעלאגיע, האבי עראפלאנען, דייעביטיס, אדער גראפיקס וכדומה. זיי זענען אבער נישט קיין "געמיינזאמע געמיינדע" אין קיין שום זין פון ווארט, משא"כ קאווע שטיבל, וואס איז נישט ספעציפיק צו א געוויסע אינטערעסע, ס'דא דא אינטערעסירטע אין נגינה, פאעזיע, מאלעסטערס, ועוד. די איינציגסטע זאך וואס איז אונז אלע מאחד איז אז מיר באלאנגען, פלעגן באלאנגן, אדער זענען אינטערעסירט אין חרדיש'ן אלוועלטליכן קהילה. ממילא שטייען מיר יא ערגעץ צווישן פ"ב און א פשוטע אנליין פארום.

איז דא ערגעץ א ענליכע פארום ווי דא וואס מען גייט מיט עכטע נעמען?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 711
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 732 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 18, 2015 1:06 am

כ'ווייס נישט, כ'מיין אז רוב פארומס גייען יא אויף פסעוודאנימס, אבער דא גייט עס נאך טיפער. ווען אין אלגעמיין איז די ניק נאר גענוצט פאר פובליק דיסקאורס, אבער איינמאל מ'ווערט אביסל מער היימיש טוישט מען אויס די עכטע קאנטאקט אינפאו, איז עס דא עפ"ר פארהוילן אין א געהיימעניספולע מיסטיריע.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7432 מאל

הודעהדורך ביבער » מיטוואך מערץ 18, 2015 8:48 am

דאס איז איבעראל אזוי, אין פרייוועט וועט א מענטש ענדערש ארויסגעבן זיין אידענטיטי ווי אין פובליק, אבער בכלליות איז א פארום נישט געמאכט פאר דעם, אלע פארוםס וק"ש בתוכם איז געמאכט אויפצוטוישן איידיעס, און סקומט נישט צו זיין אפן.

פארשטייט זיך אז איינער וואס פילט אז ער האט עפ"י רוב גוטע איידיעס און די אויבערהאנד אין דעבאטעס וויל זיך ארויסגעבן, נו כל הכבוד, אבער אז יעדער וועט אזוי טהון איז קיין פארום נישטא... ואין מלך בלא עם.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 711
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 732 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג מערץ 22, 2015 1:21 pm

זענען דא אזעלכע וואס האבן אן אינטערעסע אז אלעס זאל בלייבן אונטער א שלייער, ניק בתוך ניק? ווער זענען די יעניגע?


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2800
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6361 מאל

הודעהדורך ביבער » זונטאג מערץ 22, 2015 4:43 pm

הוגה האט געשריבן:זענען דא אזעלכע וואס האבן אן אינטערעסע אז אלעס זאל בלייבן אונטער א שלייער, ניק בתוך ניק? ווער זענען די יעניגע?


.

דערמאנט מיר פון פראפעסאר שפירא סטייל קאנספיראציעס.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 711
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 665 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 732 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:29 am

ריכטיג האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך וויל נישט בארירן קיינעם פערזענליך דא, אבער אז מען רעדט פון אפענקייט וואס איז מיט דעם ענין פון באהאלטן דעם סטאטוס קיינער זאל נישט זען ווען מען איז דא, דאס איז שוין הסתרה בתוך הסתרה, מען שעמט זיך הפנים ווי לאנג מען זיצט דא,

גם אני מצטרף, ווען איך זעה אז עמיצער איז דא גיבט דאס מיר מער חשק מגיב צו זיין אויף יענעם'ס ווערטער וויסענדיג אז יענער וועט דאס שוין זעהן.

@גראדעמעכעלע איך זעה אז לעצטנס האסטו געטוישט דיין מיינונג דערוועגן, אפשר ביסטו מיר מסביר דעם צווייטן צד?
(אלץ גבאי איז דאך לכאורה נישט קיין בושה אז מען זיצט דא לאנג ווייל מען האט דאך א תפקיד)
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2258
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1793 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1766 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:42 am

געשען בטעות, שוין צורוקגעטוישט לכבודך,
(ב.ד.וו. איך נעם געווענליך נישט אחריות אויף מיינע שיטות אויף מער ווי 24 שעה...)
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1768
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2197 מאל

Re: 10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שא

הודעהדורך טמיר » פרייטאג מערץ 03, 2017 5:02 pm

געטראפן גאנץ א זיסע שמועס פון די לעיקוואד צייטן
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 694
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 528 מאל

Re: 10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שא

הודעהדורך מי אני » זונטאג יולי 07, 2019 7:14 pm

IMG_4884.jpg
IMG_4885.jpg

פון די הקדמה פון די ארטיקל/שטודיע. זיי ברענגן ארויס אז דאס אנאנימע חלק וואס שרייבן אויף די אינטערנעט פארמאגט טוט facilitate׳ן דאס ארויסברענגען דעם (פסיכאלאגישן) true self.

ולאידך גיסא, http://repository.bilkent.edu.tr/bitstr ... sequence=1, ברענגט ארויס הוגה׳ס פונקט בנוגע accountability.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 1709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט