דער יענטא און זיין פלאץ אין סאסייעטי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

דער יענטא און זיין פלאץ אין סאסייעטי

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג מערץ 22, 2015 12:29 pm

די יענטא איז אן אייגענארטיג אידישער ערשיינונג, איך ווייס נישט אויב אויף דער גרויסער וועלט איז פארהאן אזא מושג, הפנים אויף ענגליש האט מען געבארגט דאס ווארט פון יידיש. יענטאס און יענטאשאפט בכלל שפילען א גרויסע ראלע אין דער א"ג היימישער געזעהלשאפט, און פירען אין א געוויסער זין דער גאנצער הלוך ילך פון לעבנסשטייגער. האב איך מיך אביסעל מתבונן געווען וואס זענען די שטריכען פון דער יענטא, וויאזוי קען מען איינס דערקענען, און וואס זענען די תועליות און פארלוסטן פון דער אינסטיטוציע. דאס זענען אזוי ערשטיגע מחשבות, איך בעט אויב דער עולם האט וואס מחולק זיין אדער מוסיף זיין וועל איך דאנקבאר זיין.

--

פונקט ווי עס איז פארהאן מענטשען וואס זענען אינטרעסירט אין געלט, אדער אין מושכלות, אדער אין זנות, איז א יענטא אזא באשפעניש וואס זיין עיקר אינטערעסע און באשפטיגונג איז אין מענטשען. פון דער נוסח וואלט זיך געקענט דאכטן אז דער יענטא איז דער גרעסטער הומאניסט וואס קען נאר זיין, ווי ער פארשטיייט אז די וועלט און אלעס אין איר איז מענטשען, און דאס איז עם אדער זי די מערסטע אינטרעסאנט. נאר, עפעס שטימט נישט די הגדרה, עס לעבט עפעס נישט אויף צו דעם. דארף מען אביסעל שארפענען דער הגדרה. יעדער איינער איז בעצם אינטרעסירט אין מענטשען, דער געלט נאכלויפער דארף מענטשען זאלן קויפען זיינע פראדוקטען ער זאל רייך ווערן, און דער חכם דארף מענטשען זאלן עם קלוג מאכען. איז אלא מאי דער יענטא דארף מענטשען פראסט אויף צו שמועסען און וויסען וועגן זיי, אולי איז ער דער וואס אינטרעסירט זיך אין די ווייניגסטע וויכטיגע אדער גרויסע באשטאנדטיילען פון דער מענטש. בשעת וואס יעדער איינער לפי עיסוקו זיכט אין דער מענטש א געוויסע הגדרה, איז דער יענטא דער וואס זוכט דער פסולת וואס די אלע לאזן איבער. נאכדעם וואס דער ביזנעסמאן האט געמאכט זיין געלט דער דאקטער האט געמאכט זיין רפואה און דער חכם האט געמאכט זיין חכמה, וואס בלייבט, די שטותים, דער האט ליב יענער האט פיינט א צווייטער איז פעש האט ליב ארענדזש סודא איז צוקריגט מיט א דריטען האט גערעדט א שידוך מיט א פערדן.

ביי דער יענטא איז נישטא קיין פרט וואס איז עם נישט אינטרעסאנט. און ווי נאריש דער פרט זאל נאר זיין איז דאס עם נאך מער אינטרעסאנט, ער קען וויסען א זאך וואס קיין צווייטער אינטרעסירט נישט צו זאמלן. דאס איז עם נאר נאך מער אינטראסנט. האסט געהערט יענער וואס פאר פערציג יאר צוריק איז זיין בארד געווען ברוין היינט איז עס ווייס איך ווייס אז בעצם פלעגט עס זיין שווארץ נאר ער האט עס געפארבט.

--

דא געפין איך א געוויסע פאראדאקס, אויוון אויף וואלט אויסגעקוט אז דער יענטא זאל נישט האבן קיין שום חבר, ווער דען וויל זיך חבר'ן מיט אזא איינער וואס וועט פארציילען פאר די גאנצע גאס זיינע סודות. דאס איז לכאורה אן אנטי סאציאלער אקט דער יענטאשאפט. דערווייל איז גאר פארקערט, אנשטאטס דער יענטא זאל חרוב מאכעןד ער געזהלשאפט מאכט ער עס גאר שטארקער. די מערסטע חברים האט ער. און דריי פערטל פון אלעס פירט ער.

קלער איך עטליכע זאכען. מיט וואס איז טאקע דער יענטא אזוי וויכטיג צו דער סאסייטי. צום ערשטנס, דער יענטא מאכט נארישע אומאקאמפלישירטע מענטשען פילען חשוב. אין א סאסייעטי ווי מען פרעדיגט נישט קיין גרויסע חלומות פון בניינים. איז בעצם דא זייער ווייניג מיט וואס זיך מתגדר זיין. דער יענטאשאפט פילט אן דער חלל. אז איך קען מאכען אז אלע זאלן שמועסען וועגן מיר, עס איז עפעס מוראדיג אינטרעסאנט אויב עס איך שבת אויף טשיינע אדער פלאסטיק. ממש וועלט חשוב, עס קען זיך ווענדן אלע שידוכים פון מיינע קינדער אויף דעם שטות. אזוי פארוואנדעלט זיך די אומפראדאקטיווער שטותים פון לעבן צו וועלט טוישענדע חשובע זאכען, וואס עס איז ממש וויכטיג צו האלטן בסוד אדער מפרסם זיין טאמער איז עס די רייט זאך.

די זעלבע דער יענטא אליינס, על פי רוב וועט איר נישט טרעפן א מוצלח'דיגע מענטש זאל זיין דער יענטא. דער יענטא איז אלץ אזאנס וואס האט טאקע פרנסה, ער הונגערט נישט און האט נישט קיין גרויסע חובות, אבער קיין גרויסע אויפטואכץ טוהט ער נישט אויף אויך נישט. איז מיט וואס איז ער גרויס. מיט וויסען א לשון הרע פון דעם א רכילות פון יענעם. און אזוי איז מקבלים זה מזה, דער פועל בטל סאסייעטי האלט ער טוהט עפעס מיט דעם וואס דער יענטא רעדט אויף עם, און דער יענטא האט זיך א פאזיציע און א כוח כביכול לכבוד דעם.


--
נאך א זאך, דער יענטא איז א מומחה אין מאכען מענטשען זאלן עם טראסטען מיט זייערע מעשיות און סודות, בשעת וואס ער איז דער גרעסטער פארלעצער פון פריוואטקייט. הגם ראציאנאל איז ער דער לעצטער מענטש וואס מען וועלט געדארפט טראסטן. איז דאס דער גאנצער קונץ. שמועסט ער מיט דעם בסוד סודות קאנפידענטשעל איך וויל דיר פשוט העלפן טרעפן א שידוך, פארציילט דער חבר פאר עם אין דער טראסט אלע זיינע מעשיות, גייט ער צום צווייטער און העלפט עם פשוט אלץ גוטסקייט און פארציילט עם. איך בין דאס נישט אינגאנצן מתאר ריכטיג, אבער אזוי איז די מעשה. דאס האט אויך מיט די ערשטע נקודה. ער אינטרעסירט זיך דאך אין מידערוויכטיגע פרטים, וואס מען האט נישט קיין פראבלעם צו דערציילען, אבער ער אליינס ווייסט וויאזוי צו מאכען ריווח פון די נארישקייטן.


--
וואס איז למעשה די תועלת פון דעם. ווייטער איז מקבלים דין מן דין. אין א פלאץ וואס קיינער דערוואגט זיך נישט צו רעדן בשם עצמו אן קיין שלייער, וויאזוי וועט א שום מענטשליכע קשר צושטאנד קומען ווען נישט דער יענטא. אז איך דארף א שידוך למשל. וואלט געווען גלייך, שלאגט זיך דער חתן אליינס פאר פאר דער מיידל, איז איר מרשים מיט זיינע מעלות, און האט חתונה מיט איר. השתא אז עס איז נישט איינגעפירט זיך אליינס פארצושטעלן בכלל, דארף מען דאך א מיטל מאן.

דער שדכן, ווי מאדערן ער זאל נאר זיין מיט קאמפיוטער סיסטעמס און רעזיומעיס, איז נישט מער ווי אן אינסיטטושינעליזרטע יענטא און בעל לשון הרע. פאראינטרעסירט ער זיך אין די נאריקשייטן פרטים פון הונדרעטע אדער טויזנטע מענטשען, נעמט מוראדיג ערנסט כלומר'שטע די אחריות פון מזווג זיין זיווגים, ער מוז דאך וויכטיג וויסען וואסארא סייז אינטערוועש יענער גייט, אז נישט וועט דאך חלילה זיין א נישט פאסידיגער שידוך. און אזוי פארהאנדלט מען ממש מיט פארהאנדלונגען וואס די גרעסטע לויערס און ביזנעס פארהאנדלער קומען נישט צו די דרגה פון די שידוך נעגאשייעשינס. אז איך וועל מוותר זיין אויף די קאליר פון די שיך בענדל וועט דער צווייטער צד מוותר זיין אויף די אונטעשרטע זייט פון טיכל? און וואס איז ווען מען מישט אריין די זיידעס פון אלע פיר צדדים, און יענער'ס מחותן'ס שותף'ס חבר'ס קאר, די מספר פון וועריעבעלס און די קאמפלעצירטקייט פון די נעגאשיעישינס לייגט דער יו ען צום שאנדע. וואלט איינער געדארפט אפטעיפען אפאר אזאנע טעלעפאן קאלס און עס מאכען פאר א דעטעקטיוו נאוועל. עכ"פ, דאס איז נאך א מהלך ווי דער התמקצעות פון דער יענטא אין שטותים בויט עם און מיט דעם בויט ער סאסייעטי.

--

שפעטער, ווען עס קומט איינער א חכם און איז מציע א טויש, אפשר מעג מען ווערן מער אפן, אדער איינפירען געוויסע שינויים אין די סיסטעם, אדער שרייט איינער עס איז נישט קיין יושר, אדער עס איז טיפשות. שטייט דער יענטא גרייט מיט זיין געווער דאס מונע צו זיין. ס'טייטש, שטעל זיך פאר אז אלע היימישע יונגעלייט האבען פעיסבוק, אז מיט א קורצע גוגל זוך קען מען מברר זיין פונקט וויפיל קינדער יענער האט און וואסארא אוטפיטס זיי גיין, הרג'ט מען דאך אוועק א גאנצע היימישע אינדוסטרי. דער מומחה אין די שטותים שאין שטותים שטותיים הימנה איז מסביר מיט לאנגע הסברים ווי מען דארף דאס לעבן צו פארשטיין ווי דער סאסייעטי ארבעט און וואס די געזעצן זיינע זענען, כאפן כאפט ער נישט אז די געזעצן האט ער געמאכט, ער איז דער וואס איז שולדיג און זיי און ער איז דער וואס איז נהנה פון זיי. אין אן אנדערע סארט וועלט וואלט זיין גאנצע מומחה'שאפט נישט וועט געווען לצור על פי צלוחית, און ער וואלט געדארפט טוהן עפעס זאכליך צו מאכן א נאמן פאר זיך.

בקיצור, טאמער חלומ'ט איינער פון א שטיקל תיקון, איז די ערשטע שלב טרעפן א פראדאקטיווער דזשאב פאר אלע היימישע שדכנים ושדכניות יענטאס ויענטיאיות. בלאו הכי לא סגי.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3783
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5751 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג מערץ 22, 2015 12:49 pm

געוואלדיג! צו מאכן א פאניע בראטל פון די יענטא, עד כדי כך אז די יענטא ווערט די wizard behind the curtain פון די גאנצע חרדי'שע סיסטעם? דאס דארף מען קענען.

איך מוז אבער מוחה זיין אויף די שרעקליכע blatant סעקסיזם פון פארוואנדלען דאס גאנצע יענטיזם אין א male אקופאציע. מיינסט טאקע אז פרויען קענען נישט פונקט אזוי גוט יענטאווירן ווי מענער? עס איז 2015, געט וויט דע טיימס!


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2800
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6357 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג מערץ 22, 2015 4:00 pm

פשוט הדבר אז יענטע מיינט געווענליך א פרוי ,אבער עס זענען אויך פארהאן פון זיי אויף די זייט פון די מחיצה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5616
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2531 מאל

Re: דער יענטא און זיין פלאץ אין סאסייעטי

הודעהדורך מי אני » דינסטאג יולי 30, 2019 2:13 pm

וויאזוי לעיקוואד לייגט אראפ [די קאנסטראקט פון] די מושג פון ״יענטא״ אין (אונזער) סאסייעטי איז אז ער/זי איז טעקניקעלי א (סאציאלע) scavenger. עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו שטודירן (?) צו דאס וואס אונזער סאסייעטי ווערט אזוי געפירט וכו׳ (די wizard behind the curtain ווי ערווענט) האט א שייכות מיט דאס וואס אונזער סאסייעטי איז עקאנאמיש, to some extent, באזירט אויף scavenging (צדקה, פראגראמען פון די רעגירונג אא״וו).


Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 251
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 1589 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 2:50 am

דער יענטא איז געווענליך א חטאת הקהל.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 915 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט